געשעעניש פון יאר תשע"ב
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1944
געשעעניש פון יאר תשע"ב
נאך יעדע סוף יאר זעהט מען אין אלע צייטונגען אז זיי צייכענען אפ די יאר מיט וואס עס געווען א שטארקע פאסירונג און וואס עס געווען די גרויסע נייעס פון די יאר. די מערסטע איז באוואוסט די טיים מאן פון יאר.
דא אין קאווע שטיבל דארף מען דאך זיכער אויך באשרייבן וואס סע געווען די גרעסטע נייעס פון אונזער אידישע יאר.
ביי היימישע אידן איז געווען די כינוס כלל ישראל וואס די בלאט וועט זעכער נישט מאכען פאר זייערע געשעעניש פון יאר. און זעכער אויך נישט די סיום הש"ס וואס איז געווען ריזיג אפי' אויב מע האלט נישט פון דעם. דא אין קאווע שטיבל קעמען לייגען וואס מען מיינט איז די גרעסטע פאסירונג און עס מוז נישט זיין לויט וויזוי די היימישע צייטונגען האלטען אז ס'איז נייעס אדער נישט.
די בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
און איך ליין נישט דעם בלאט, עלעך מוזן מיטהאלטן דא.
די גרעסטע געשעעניש פון יאר איז געווען די גרינדונג פון קאווע שטיבל...
אלטוועלטליך, איז די געשעעניש פון יאר זיכער די סיום הש"ס.
ניינציג טויזענט אידן אין איין בילדינג, אפילו נישט ממש אלע האבן גענדיגט ש"ס, אבער רוב דערפון האבן גענדיגט, און די צוזאמקום פאר זיך איז שוין אן אלטוועלטליכע געשעעניש.
פאר די מער היימישע עולם, איז די כינוס כלל ישראל די סאמע געשעעניש פון יאר. ווידער ווי פריער, אפילו נישט ממש אלע האבן געטוישט אדער געפילטערט זייער פאון, אבער די צוזאמקום פון אזויפיל חסידים, איז א גאר גרויסע געשעעניש.
אז דו רעדסט פון דער בלאט, זיי וועלן לכאורה האבן די לאנדאן/אנטווערפן כינוס כלל ישראל. טראץ וואס די אמעריקאנע כינוס האט צוזאם גענומען אסאך מער מענטשן אין צאל, אבער פארט האבן זיי זיך נישט גערעכנט מיט "גאנץ" כלל ישראל -אפגעזעהן זייערע סיבות דערפאר- וואס אבער דארט אין לאנדאן/אנטווערפן האבן זיי זיך יא גערעכנט מיט יעדע קהילה און מוסד, און די אויפטוה איז גענוי ווי די היזיגע.
עלמער לאזן אנדערע זאגן זייער מיינונג.
----------
מ'האקט --
לעמיל זיכט דיירעקשאנס קיין צימעס
לעמילדי בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
היינט מעג מען שוין אראפרייסן יענעם? נאר א טאג נאך יום ראש השנה האט מען נישט געטארט????
אויך דא שרייבסטו פריער
"איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער געט א קוק דא וואס מהר"א טוט ווען עס איז דא צרות ביי אידען
קוקט די לעצטע שורה"
דאס מעג מען יא?
דארפסט נישט ענטפערן, אונז ווייס מיר דעם תירוץ
לעמיל זיי גייען יא האבן דעם גרויסן כינוס. איינער שרייבט אז מהר"א האט געזאגט ביים מציצה בפה מיטונג "אז אויב מ'האט געמעגט גיין מיט זיי ביים כינוס"... -- מיינט דאס דאך אז ער האט געטוישט מיינד.
אגב, וואס מיינסטע מיט סאטמאר החדש?
ווען מען רעדט פון די געשעעניש פונעם יאר, איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט, אז מען רעדט פון די גאנצע יאר.
רוב מאל זענען מענטשן באאיינפלוסט פון געשעענישן וואס האבן לעצטענס פאסירט.
אזוי אויך, לעבן רוב מענטשן אין זייער וועלטל. צום ביישפיל: אין ארץ ישראל ווערט זיכער באטראכט די פטירה פון הרב אלישיב אלס די געשעעניש וכו', בשעת אמעריקאנער, ובפרט סאטמאר, אפילו נאכען מודה זיין די גרויסקייט זיינער, האלט נישט אז דאס איז די געשעעניש פונעם יאר.
אויב וואלט גלעד שליט באפרייט געווארן א' סליחות, וואלט גאנץ ארץ ישראל געהאלטן אז דאס איז די געשעעניש פונעם יאר. וואס קען מען טוהן אז עס האט פאסירט חול המועד סוכות, כמעט א יאר צוריק.. אבער פארט אין תשע"ב.
אלישיב'ס פטירה? כ'בעטיך.
האסט געמיינט ער גייט לעבן אייביג?
און וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
שרייבעראון וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
אבער דאס גייט דער בלאט זיכער נישט שרייבן............
לאמיר האפן אז עס איז נאר א גוטע אנהויב, און עוד ינובון בשיבה, זיי וועלן זיצן ביי איין טיש באהבה ואחוה, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,
די חסידים וועלן זיך פייערליך איבערבעטן, אראפנעמען די שאנד פלעקן איינער פון צווייטן (ווי חלה דעקלעך וכדומה)
און... דאס וועט זיין די געשעעניש פונעם יאר!... 😂 😂
וועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
צוקערוועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
ווייל קיינער איז נישט זיכער צי ס'טאקע דו מיט דיין ברודער. אפשר זענען זיי דיינע דאפעלטע ניקים.
איך האב מיך נישט באליידיגט.
טאקע דערפאר האב איך עס געשריבן. ווען כ'האב ווען א ספק וואלט איך נישט געשריבן.
צוקערוועמען אינטערעסירט עס?
ווען עס איז ארומגעפארן די בילד ווי ביידע בייכער זיצן אויף איין טיש, האב איך געפרעגט איינעם פארוואס ווען איך זיץ מיט מיין ברודער רעדט קיינער נישט דערפון?...
זאלן זיי זיך בייסן און רייסן ווילאנג זיי לאזן מיך אפ!
אויב דו פארגלייכסט די 2 ברודער צו דיר, דאן........ (אריין אין פסיכאלאגישע אשכול... נא, עפן שוין אזא אשכול!...)
וואס בין איך שולדיג אז מיין מאמע האט נישט חתונה געהאט צו א טייטלבוים?
דע אייבישטער זאל העלפען אז די צוויי זאלען זיך ארימרייסען און גראדזשענען פאר די נעקסטע הונדערט יאר
די מענטשהייט האט נאר הנאה דערפין
קאמפעטישען איז געזינט סיי ברוחניות מען בויט מער אין בעסערע שענערע היכלי תורות ישיבות און שולען און סיי בגשמיות אסאך יודען האבען פרנסה
הלוואי זאל פין יעדע ווערן נאך 3
כשפעקאליר נאר ואס וואלט געווען ווען איין ברודער שטרעקט אויס צום צווייטען די הענט אנווינטשען א גיט יאר אין פראנט פין אלע קעמרעס???
קרעקערדע אייבישטער זאל העלפען אז די צוויי זאלען זיך ארימרייסען און גראדזשענען פאר די נעקסטע הונדערט יאר
די מענטשהייט האט נאר הנאה דערפין
קאמפעטישען איז געזינט סיי ברוחניות מען בויט מער אין בעסערע שענערע היכלי תורות ישיבות און שולען און סיי בגשמיות אסאך יודען האבען פרנסה
הלוואי זאל פין יעדע ווערן נאך 3
כשפעקאליר נאר ואס וואלט געווען ווען איין ברודער שטרעקט אויס צום צווייטען די הענט אנווינטשען א גיט יאר אין פראנט פין אלע קעמרעס???
די אנדערע וואלט זיכער צוריקגעגעיבן די האנט
לעמילדי בלאט גייט האבען די כינוס כלל ישראל אבער נישט אז עס געוועין 40 טויזענט נאר אז אנשי שלומינו שלא כרעו לבעל בלא בלא..... האבען זיך נישט באטייליגט און די וויכטיגסטע אז סאטמער החדש האט זיך יא באטייליגט.....
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט 30 מענטשען וואס איז געוועין די געשעעניש פון יאר תשע״ב
און אז די סיטרא אחרא האט זיך ר"ל גובר געווען אז אזא גרויסע צאל אידן בליעה"ר האבן זיך באטייליגט ביים סיום הש"ס פון דף היומי, ר"ל. אונז ערליכע יודן טוען טאקע א תשובת המשקל און מאכן נישט אויף א גמרא גזירה משום...
וואס איז א געשעעניש פון יאר? אן אינטערנאציאנאלע געשעעניש פון יאר דארף עס זיין עפעס וואס די גאנצע וועלט איז אויף געווען דערמיט, א שטייגער ווי דער בין לאדין געשיכטע. א מער נאציאנאלער געשעעניש איז געווען מייקעל דזשעקסאנ'ס פלוצים'דיגע פגירה אפאר יאר צוריק. א געשעעניש פון יאר דארף זיין סיי א היומאנגאס געשעעניש און סיי אן אומפאראויסגעזעהנע פאסירונג וואס האט שאקירט יעדן (אפילו אויף א קלענער'ן פארנעם)
דער סיום השאס קען באין אופן נישט קוואליפיצירן פאר א געשעעניש פון יאר. קודם כל איז עס נישט עפעס א פלוצים געשעעניש, {איך קען דיר פאראויסזאגן וואס דער געשעעניש פון יאר גייט זיין אין 7 יאר ארום... דער סיום האשאס!...} און צווייטענס ס'קרויזט אויס א ריזן חלק כלל ישראל. צענדליגער טויזענטער אידן האבן מיט'ן סיום גארנישט איינגעלייגט.
דער כינוס כלל ישראל איז קלאר דער געשעעניש פון יאר! יעדער איינער, אפילו די וואס זענען געווען דערקעגן פון זיך בפועל משתתף צו זיין, האט מסכים געווען צו וואס דער כינוס האט געוואלט ארויסברענגען. יעדער איינער איז פאר ריינערע אינטערנעט און דער כינוס האט רעפרעזענטירט יעדן. -- אויך איז דער כינוס געווען א אומפאראויסזעהנדע סמעשינג סוקסעס, קיינער האט ביז אביסל צייט פאראויס נישט געקענט פאראויסזאגן וויאזוי ס'גייט זיך אויסארבעטן!
אנדערש ווי דער סיום הש"ס וועלכער איז א ריזן סוקססעספולע אפעראציע מיט 100 טויזענטער אנגעשלאסענע/לערנער (ליידער אלע מזרע ישראל!...) איז דער כינוס געווען אן איינמאליגער איינפאל פון עטליכע אידן. ס'געווען פון אנהויב א געמבל, אזא זאך קומט נישט פאר יעדע 7 יאר, קיינער האט נישט געקענט פאראויסזאגן א סוקסעס! און ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט איבער 60,000 מענטשן משתתפים, און נאך מער דורך אנדערע קאמיוניקיציע מיטלען.
דער אנדערע געשעעניש פון יאר איז דאס אז קרעמער האט אויפגעהערט שרייבן. אבער דאס איז דאך היינו הך! דער כינוס כלל ישראל - אונזער געשעעניש פון יאר - האט שוין אויך ארויסגעגעבן פירה'לעך, קליינע געשעענישעלעך פון יאר...
מזל טוב!
שמעקעדיגשרייבעראון וואס איז מיט צוזאמען זיצינג פון די אדמור"י סאטמאר ביי איין טיש צוויי מאל? דאס נישט קיין געשעעניש?
אבער דאס גייט דער בלאט זיכער נישט שרייבן............
לאמיר האפן אז עס איז נאר א גוטע אנהויב, און עוד ינובון בשיבה, זיי וועלן זיצן ביי איין טיש באהבה ואחוה, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,
די חסידים וועלן זיך פייערליך איבערבעטן, אראפנעמען די שאנד פלעקן איינער פון צווייטן (ווי חלה דעקלעך וכדומה)
און... דאס וועט זיין די געשעעניש פונעם יאר!... 😂 😂
ס'איז א שיינע נבואה. אין ספר ישעי' איז פארהאן א סאך שיינע נבואות און חזיונות. אבער די געשעעניש פון יאר קומט אפצוצייכענען עפעס פון עבר. נישט פון עתיד.
זר זהב
דער אנדערע געשעעניש פון יאר איז דאס אז קרעמער האט אויפגעהערט שרייבן!
👍 🙄
הרב זר, זענט איר אפשר א גרויסער שטיצער פונעם כינוס? פיין! אבער פארוואס אוועקמאכן אנדערע - און אן קיין שאלות - גרעסערע געשעענישן?!
א געשעעניש פון א יאר קען ווערן צעטיילט אויף איטליכע פארנעמען.
ס'נעמט אריין אין זיך - אזוי ווי איר זאגט אנהויב - א געשעעניש וואס די גאנצע וועלט איז אויף דערמיט.
דהיינו, אדער איז עס א פלוצלינג'דיגע/אומפאראויסגעזעהענע פאסירונג. אדער א זאך וואס די וועלט גרייט זיך שוין א לענגערע צייט, און אט אט איז עס שוין פארגעקומען, און מיט א מעכטיגן סוקסעס.
אדער קען עס אויך ווערן צוגעטיילט פאר א געשעעניש וואס האט זיך נאר געצויגן ממש געציילטע מינוטן/שעות, אבער ס'איז געווען גענוג גרויס און שאקירענד, אז ס'קען שוין אנגערופן ווערן אלס א געשעעניש.
ווען מ'וויל צייגן א משל פון די בין-לאדין געשיכטע, איז עס נישט געווען א לאנגע געשעעניש, געזוכט האט מען אים שוין טאקע יארן, אבער די עצם געשעעניש איז געווען דאס כאפן און דערשיסן. דאס איז געווען א שאקירנדע און פלוצלינגע פאסירונג, און די וועלט איז אויפגעווען דערמיט. אזוי אויך קען ווערן צוגעלייגט א פרשת מומביי, אדער א פרשת קלעצקי. וואס די וועלט איז אויפגעווען דערמיט, אידן און גויים צוגלייך, ס'איז געווען פלוצליג, שאקירנד, און צעטרייסלט די וועלט.
ווידער א קידוש החמה געשעעניש, קען אויך ווערן אנגערופן א גאר גרויסע געשעעניש. טראץ וואס ס'פאסירט יעדע אכט-און-צוואנציג יאר, אבער פארט איז עס א געשעעניש וואס יעדער איז פארנומען דערמיט, יונג און אלט, יעדער וויל אויפזיין בשעת'ן שעה וואס מ'קען עס זעהן, יעדער ציילט וויפיל מאל מ'לעבט עס דורך, יעדער געדענקט פונקטליך וואו מ'איז געשטאנען/געטוהן וכו'.
איז ווען איר הייבט אן אז "דער סיום הש"ס (האשאס. וויזוי איר רופט עס) קען באין אופן נישט קוואליפיצירן פאר א געשעעניש פון יאר". זייט'זשע ביטע מסביר פון וואו און פארוואס איר ווארפט דאס אזוי קאטעגאריש אפ.
דאס וואס איר זאגט אז ווייל עס איז נישט געווען א פלוצלינג'דיגע געשעעניש, האבן מיר שוין געזעהן פריער ביים קידוש החמה אז ס'שייך אזא מציאות פון וויסן דערפון בעפאר, און פארט נעמט עס נישט אוועק דעם געשעעניש.
די עצם מסיבה, די וואכן און חדשים צוגרייטונגען, פארקויפן טיקעטס. - גענוי אזוי לאנג ווי די צוגרייטונגען פארן כינוס.
ס'האט פארנומען די רעדע פון יעדן וואס האט זיך געוואלט משתתף זיין.
פרייזן האט מען געצאלט טאפעלט און טריפעלט מער ווי ביים כינוס. איך פארשטיי אז ביים כינוס זענען געווען נדבנים, אבער מיין פוינט איז אז מענטשן - און פילפאכיג מער מענטשן ווי ביים כינוס - האבן זיך געלאזט קאסטן דאס מיטצולעבן, דארט זיין, מיטהאלטן דעם גאר גרויסן געשעעניש.
ווידער דאס אז ס'האט "אויסגעקרויזט א ריזן חלק פון כלל ישראל, צענדליגער טויזענטער אידן האבן מיטן סיום גארנישט איינגעלייגט".
גענוי ווי איר זאגט ביים כינוס, אז "יעדער איינער, אפילו די וואס זענען געווען דערקעגן פון זיך בפועל משתתף צו זיין, האט מסכים געווען צו וואס דער סיום האט געוואלט ארויסברענגען. נעמליך, לערנען ש"ס!" און דער סיום האט רעפרעזענטירט יעדן!
און נישט ווי ביים כינוס וואס נישט ממש יעדער וויל ארויפלייגן א פילטער. נאר יא, ממש יעדן איד! יעדער וואס וויל לערנען, יעדער וואס האט נאר אמאל געלערענט, און יעדער וואס גייט נאך אמאל לערנען. ס'נאר דא וואס ווילן נישט אויף דעם מהלך וויאזוי די וואס זענען געשטאנען אונטער דעם סיום מיט א דף א טאג, וואס איז ווידער די זעלבע ווי ביים כינוס, אז נישט יעדער איז מסכים צו נעמען א פילטער וואס די מארגים האבן. אבער זיכער וויל יעדער לערנען.
ווייטער איבער די צאל פון משתתפים, וואס איז אויך א גאר גרויסער ווירקזאמער פאקטאר אין א געשעעניש, ווילט איר אוועקמאכן א צוזאמקום פון איבער הונדערט טויזענט מענטשן, קעגן א צוזאמקום פון פערציג טויזעט מענטשן? (אכט-און-דרייסיג אין סיטי-פיעלד, און צוויי אין ארטאר-עידש) איז דאס וואס איר מאכט אוועק?
און אויב ווילט איר זאגן אז דער ציפער האט געגרייכט צו זעכציג אלפים צוליב די קאמיוניקאציע מיטלען, דאן איז דער סיום הש"ס פונקט אזוי - און אסאך מער - מיטגעהאלטן געווארן מסוף העולם ועד הסופו, מענטשן איבער דער גארער וועלט האבן דאס מיטגעהאלטן, און דער ציפער שפרינגט ארויף גאר הויך.
איצט ווען איר מאכט א סך הכל איבער א סמעשינג סוקסעס, וועט יעדער צובייגן דעם קעפל אז דער סיום האט געהאט דעם בעסערן סוקסעס. הן מיט די דרשות, הן מיט די משתתפים.
דארט זענען נישט געווען קיינע דיינים, אדער רבנים וואס זענען ארויסגעלאפן אדער צוגעשטאפט דעם אויער ביי געוויסע דרשות.
דארט זענען נישט געווען קיינע פוסטע זאלן מיט צוויי-און-צוואנציג ליידיגע זיצן.
דארט איז נישט געווען קיינע 'ימים על ימי' זינגעריי ביי געוויסע רעדנער.
דארט זענען טאקע אלע געווען כאיש אחד בלב אחד. אלע האבן געזוכט דעם זעלבן ציל, לערנען.
איצט נאך אלעם, אז איר ווילט אוועקנעמען די צוזאמקומען און קוקן נאר אויף דעם פועל-יוצא פון די ביידע געשעענישן, וועלן אלע מוזן מודה זיין אז מער מענטשן לערנען היינט, ווי מענטשן וואס האבן געלייגט א פילטער. פארפאלן, ס'איז א פאקט!
די געשעעניש איבער קרעמער איז ווידער א גאר גרויסער געשעעניש, און ווי ביים סיום הש"ס זענען דא דארט פיל מער משתתפים (ניקים..) אבער פארט האט עס נישט מיט דעם שטיבעל..
צום אויספיר, דאס איז זיכער - אזוי ווי איך ערוועהן שוין אין מיין תגובה אויבן אין דעם אשכול - אז ביידע זענען גאר גרויסע געשעענישן. ביידע האבן געצויגן א גאר גרויסער ציפער משתתפים. ביידע האבן אויפגעטוהן דאס זייעריגע. אבער אוועקצומאכן איינס פאר ס'אנדערע, וואלט מער געשטימט אויפן פארקערטן חשבון.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=18303">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=18303</a>
איי רעספעקטפולי דיסאגריע וויט יו, קאוקאנט. דער סיום הש"ס איז גארנישט מער דער געשעעניש פון יאר ווי דער רעפוביקאנער אדער דעמאקראטישער קאנווענשען איז. קידוש החמה איז נישט קיין פארגלייך וויבאלד א יעדער איד איז אינוואלווד דערין. און דער סיום הש"ס האט גארנישט מיט'ן לערנען גמרא, אויב יא וואלט יעדער איד דארט געווען. דער סיום האט מיט'ן "דף"!
ס'האט תרתי לריעותא, ס'נישט פאר יעדן, און ס'נישט אומפאראויסזעהנד.
אבער גוט פאר דיר אז דו ווייסט שווין וואס דער געשעעהניש פון יאר גייט זיין אין 7 יאר ארום.
יאפ. איך גיי אגריען מיט אייך אז דער סיום הש"ס איז טאקע גארנישט מער דער געשעעניש פון יאר ווי די צוויי קאנוועשאנס.
(הגם די דעמאקראטישע קאנווענשאן ענדעלט מער צום כינוס ווי צום סיום, מיטן זיך אריבערצוען צו א פיל קלענערע פלאץ פארן פרעזידענטס דרשה, מיטן אויסרייד פון עפעס א רעגן תירוץ..)
אבער דאס איז זיכער אז די קאנווענשאנס זענען טאקע גענוי ווי דעם סיום, נאר דאס איז ביי די גוים -טראץ ס'אינטערסירט נישט יעדן-. און די סיום איז ביי די אידן.
ווייטער די קידוש החמה איז יעדער איד אינוואלווד דערין, משע"כ ביים סיום, לערנט דען נישט יעדער איד ש"ס? איך פארשטיי אז נישט אויפן סדר ווי זיי, אבער ס'אינוואלווד פונקט אזוי יעדן איד, און נאך אסאך מער ווי דעם כינוס, וואס חוץ פון דעם פאקט אז נישט יעדער פון די משתתפים האבן ארויפגעלייגט פילטערס, אבער טויזענטער דרויסענדיגע וואס זענען נישט געווען ביים כינוס, האבן אויך נישט ארויפגעלייגט א פילטער. און פאר זיי אינטערסירט עס ניטאמאל, אין די צייט וואס לערנען אינטערסירט זיי יא.
איז די תירוץ אז די תוצאה פונעם מעמד "איז נישט פאר יעדן", עקזעסטירט טאקע פיל שטערקער פארן כינוס, ווי פארן סיום וואס אינטערסירט יא יעדן.
און דאס אז איך ווייס שוין וואס דער געשעעניש זיבן יאר ארום גייט זיין, דאס איז שוין סתם א גערעדאכטס, ווייל זיבן יאר צוריק איז נאר געווען א ענגע סיום אין מעדיסאן סקווער גארדן, און נאר דאס יאר האבן זיי געוואלט מאכן מער א גרעסערע טראסק. און איך ווייס שוין ענדערש מער פונקטליך ווען די קידוש החמה גייט אויספאלן אכט-און-צוואנציג יאר ארום, און מיט מער דעטאלן, און מיט מער א זיכערקייט.
נאכאמאל. קיינער איז נישט אנטקעגן לייגן א פילטער זאל ער זיין דער גרעסטער באם. אבער צענדליגער טויזענטער אידן זענען אנטקעגן דעם סיום האשאס, זיי האלטן אז ס'אסור! און זיי ווילן נישט האבן א חלק ונחלה דארט!!
קידוש החמה איז איינמאל אין 28 יאר, דאס איז סאך א גרעסער צייט אפשניט, מילא איז עס מער היסטאריק. אבער בעיקר איז עס א געשעעניש ווייל ס'אינוואלווד א יעדן איד באשר הוא שם!
יעצט עלעך דיר לאזן האבן ס'לעצטע ווארט.
זר זהבאלישיב'ס פטירה? כ'בעטיך.
האסט געמיינט ער גייט לעבן אייביג?
סוף יאר תשל"ט וואלסטו (סארי, אפשר נישט דו, אבער גאר אסאך דאהי) אפשר נישט געהאלטן אז פטירת האדמו"ר מסאטמאר איז די געשעעניש פונעם יאר? אפילו יעדער האט געוואוסט אז סוף האדם למות.
סך הכל ברענגסטו ארויס מיט דיין תגובה אז רב אלישיב איז פאר דיר נישט עפעס מורא'דיג, ווי איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה. גיי פרעג נאר א אינגערמאן אין בני ברק.......
/
קורץ און שארףזר זהבאלישיב'ס פטירה? כ'בעטיך.
האסט געמיינט ער גייט לעבן אייביג?
סוף יאר תשל"ט וואלסטו (סארי, אפשר נישט דו, אבער גאר אסאך דאהי) אפשר נישט געהאלטן אז פטירת האדמו"ר מסאטמאר איז די געשעעניש פונעם יאר? אפילו יעדער האט געוואוסט אז סוף האדם למות.
סך הכל ברענגסטו ארויס מיט דיין תגובה אז רב אלישיב איז פאר דיר נישט עפעס מורא'דיג, ווי איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה. גיי פרעג נאר א אינגערמאן אין בני ברק.......
נו, פיר אויס...
בשעת פטירת האדמו"ר מסאטמאר האט אויך נישט יעדער געהאלטן אז דאס איז דער געשעעניש פונעם יאר...
היוצא לנו מכל זה ומכל הנ"ל, אז ס'איז באמת נישט דא קיין "געשעעניש פון יאר" וועלכע איז גלייך פאר יעדן מענטש.
אויב זוכסטו א געשעעניש וועלכע איז איקוועלי גלייך פאר אידן/גויים, חסיד'יש/ליטוויש, אמעריקע/אנדערע לענדער, איז א שאד צו זוכן. עסט עס נישט טרעפן. ס'עקזעסטירט נישט.
יעדער קען נאר שרייבן בנוגע אים.
אפילו דעם "מאן פון יאר" לויטן טיימס, איז אויך נישט על הכלל כולו יצא. גיי פרעג א פוילישן שגץ צו דער יעניגער איז טאקע דער מאן פונעם יאר...
קודם שכוח רב זר פארן מיך לאזן האבן דעם לעצטן ווארט.
אבער קענט איר מיר ביטע א טובה טוהן, און איבערזאגן דעם סעיטמענט אן לאכן אינדערמיט?
זר זהב קיינער איז נישט אנטקעגן לייגן א פילטער זאל ער זיין דער גרעסטער באם.
זאגט נאר, האט איר שוין געלייגט א פילטער? און נישט נאר אייך, נאר פולע טויזענטער האבן נישט געלייגט! יעצט גייט איר זאגן אז "זיי זענען אבער נישט דערקעגן". יא? וויזוי ווילט איר מיך פראווען, אדער וויזוי ווילט איר איך זאל אייך פראווען אז זיי זענען יא דערקעגן? דער עצם פאקט אז זיי האבן עס נישט געלייגט איז נישט גענוג?
קוקט מיך אויס ווי דער יונגל וואס האט געזאגט פאר די מלמד אז יענע יונגל האט מיך געוואלט שלאגן. פרעגט אים די מלמד, וויזוי ווייסטו אז ער האט דיך געוואלט שלאגן? ענטפערט די יונגל: "ווייל ער האט מיך געשלאגן!"
די פאקט אז זיי האבן נישט געלייגט קיין פילטער, איז שוין גענוג אז זיי האלטן נישט דערפון, פאר סיי וועלכע סיבה דערצו.
ווידער מיטן סיום הש"ס איז איינער עפעס דערקעגן? יעדער לערענט. נאר נישט אויף דעם מהלך. אבער קיינער פון די "צענדליגער טויזענטער" אויסגערעכענטע אידן זענען נישט 'דערקעגן'.
ווען איינער וויל לייגן א פילטער, איז דא איטליכע אפציעס פון וועלכע פילטער ער וויל לייגן, יעדער גלייכט און לייגט א אנדערע פילטער. איז יעצט פשט אז ער איז דערקעגן, און ס'איז אסור, און זיי ווילן נישט האבן א חלק ונחלה אין יענעם סארט פילטער? זיכער נישט! ער גלייכט פשוט דעם געוויסן אנדערן פילטער.
און נאכאמאל, יא! צענדליגער טויזענטער אידן האבן נישט געלייגט קיין פילטער. קען דאס נאך ווערן אנגערופן "דעם געשעעניש פון יאר"? געוויס יא. אבער נישט אויף אוועקצומאכן דעם סיום הש"ס וואס האט פארנומען א גרעסערן חלק פון כלל ישראל.
😉
קרעקערדע אייבישטער זאל העלפען אז די צוויי זאלען זיך ארימרייסען און גראדזשענען פאר די נעקסטע הונדערט יאר
די מענטשהייט האט נאר הנאה דערפין
קאמפעטישען איז געזינט סיי ברוחניות מען בויט מער אין בעסערע שענערע היכלי תורות ישיבות און שולען און סיי בגשמיות אסאך יודען האבען פרנסה
הלוואי זאל פין יעדע ווערן נאך 3
כשפעקאליר נאר ואס וואלט געווען ווען איין ברודער שטרעקט אויס צום צווייטען די הענט אנווינטשען א גיט יאר אין פראנט פין אלע קעמרעס???
ס'איז געשען אין ויזניץ אין בני ברק נעכטען...