☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » התרת נדרים

התרת נדרים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1940

a1b2 » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:38 am

· #47372
התרת נדרים
וואס איז די ענין פין התרת נדרים דווקה ערב רה
איך האב פארגעסען קען איך נאך יעצט מאכען?
וואס האב איך פין דיעם
יעצט יעדע קבלה וואס כהאב געמאכט פארגאנגנע יאר ווערט מותר?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:53 am

· #47379
פארוואס עפנסטו א נייע אשכול אויף א פשוט'ע שאלה?
קענסט עס לייגן ביי "זאכן וואס איך וויל וויסן",
אדער ביי "שואל כענין" אשכול, וכדומה.

גיב א קוק דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/46852">viewtopic.php?p=46852#p46852</a><!-- l -->

על המחיה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:06 am

· #47388
a1b2
וואס איז די ענין פין התרת נדרים דווקה ערב רה
איך האב פארגעסען קען איך נאך יעצט מאכען?


עס איז דא געוויסע מקומות וואס מען מאכט לכתחלה התרת נדרים און די עשי"ת


a1b2


וואס האב איך פין דיעם
יעצט יעדע קבלה וואס כהאב געמאכט פארגאנגנע יאר ווערט מותר?


לכאורה נישט נאר פונ'ם פארגאנגענע יאהר נאר אויך פון די יאהר וואס קומט, אזוי ווי מען זאגט בנוסח מסירת המודעה אחר התרת נדרים
הרי אני מוסר מודעה לפניכם ואני מבטל מכאן ולהבא כל הנדרים וכו'

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:16 am

· #47395
התרת נדרים קען מען מאכען א גאנץ קאלעכדיגע יאר

a1b2 » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:23 pm

· #47483
וואס איז די זאך פין זיך עפעס מקבל זיין ווען מען קען עס מבטל זיין גלייך דעראויף?
איך האב אמאל געהערט אז מען דארף זאגן וואס די קבלה איז אמת??
ישר כח