☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרישע דעמעקראטישער פירער אין ברוקלין

פרישע דעמעקראטישער פירער אין ברוקלין

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1936

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:23 pm

· #47251
פרישע דעמעקראטישער פירער אין ברוקלין
יעצט אין די מינוטין קומט פאר די מיטונג פון די דעמעקראטישע עקזעקיוטיוו קאמיטטי ווי זיי וועלן שטימען פאר די נייע דעמעקראטישער פירער (באסס בלע"ז) אין ברוקלין.

דער נייער פירער וועט איבערנעמען די בענקל פון דעם סקאנדליאזער אסעמבלימאן "וויטא לאפעז", וואס ווי שוין באריכטעט דא אין מערערע אשכולת האט געכאפט א אומגלויבליכע שנעלקע פון איין מינוט אויפן צווייטן.

לאפעז איז געזיצן אויפן מאכטפולע פאזיציע אלס דער פירער פון די ברוקלינער דעמעקראטישע פארטיי זינט '06, ערזעצנדיג "קלארענס נארמאן" וועלעכע איז געגאנגן זיצן אין טורמע נאכן נעמען אומלעגאלע קאמפיין באשטייערונגען.

איצט דארפן די 41 דיסטריקט לידערס באשליסן ווער דער נאכפאלגער זאל יעצט זיין.

(ס'איז אונטערסאנט אז איינער וויל נאך באקומען דעם זיץ, נאכדעם וואס דריי פון די לעצטע פיר פארטיי פירערס זענען געפונען געווארן שולדיג אין קארופציע...)

ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ, זענען די הויפט קאנדידאטן:
פרענק סעדיא (דיסטריקט לידער אין קאנארסי [ס'עכט דא אזא געגענט..] געוועזענער אסעמבלימאן און ריכטער - און טאמער געווינט ער קען ער נישט לויפן פאר סיטי קאנסול ווי געפלאנט),
אסעמבלימאן קארים קאמארא (קראון הייטס).
אסעמבלימאן פעליקס ארטיז (סאנסעט פארק).
אסעמבליפרוי אנעט ראבינסאן (בעדפארד סטייוועסענט).
דיסטריקט לידער דזשאסעף באווע (בענסאנהוירסט)
דיסטריקט לידער וואלטער מאוסלי (פארט גרין)
דיסטריקט לידער דזשאוען סיימאן (ברוקלין הייטס)

וועל מיר פרובירן צו אפדעיטן

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:07 pm

· #47275
פרענק סעדיא האט דאס געווינען! 36 יא, 2 ניין, 2 נישט געשטימט. און אין די מינוטין איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער קומענדיגער ברוקלינער דעמעקראטישע פארטיי פירער.

טראץ וואס געוויסע האבן געשריגן אז ער איז לאפעז'ס פאפעט און וועט גאר טאן וואס לאפעז וועט וועלן, האבן אפילו געוויסע קאנדידאטן דערפאר אפגעטרעטן אין די לעצטע שעה'ן און יא געשטאנען אונטער א סעדיא באשטימונג צוגעבענדיג אז ער וועט אריינברענגן חיות אין די דעמעקראטישע פארטיי אין ברוקלין.
איינע פון די זאכן פון א פירער איז, ער זאל ארויסהעלפן א דעמעקראטישע קאנדידאט מיט וואס מעגליך אז יענער זאל געווינען די וואלן.

אינטערסאנט איז אז דער סעדיא האט שוין אמאל געדינט אלס סאראגעיט ריכטער פאר פיר חדשים אין '07 און האט געדארפט אפטרעטן נאך סקאנדאלן! נו קוקט אויס ער גייט אין די דרכים פון זיינע פארגייער... בעסטע קאנדידאט...

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:13 pm

· #47278
אה ב"ה
יעצט קען איך שלאפן רואיג.

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:29 pm

· #47581
ווער זענען געווען די 2 וואס האבען געשטומט דערקעגן?

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:05 pm

· #47656
קאנסילמאן טשארלס בערראן (ברוקלין - 42 דיסטריקט) און זיין ווייב אסעמבליפרוי אינעז בארראן (40 דיסטריקט)

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:50 pm

· #47669
דער נייער פירער מיט זיין פארגייער
📎 Frank Seddio & Vito Lopez.jpg
דער נייער פירער מיט ווער ס'האט שטארק אנגעדרייט אז די פאזיציע זאל ליידיג ווערן...
📎 רעסטלער מיט סעדיא.jpg
📎 Frank Seddio & Vito Lopez.jpg

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:21 pm

· #47676
שעפטל
קאנסילמאן טשארלס בערראן (ברוקלין - 42 דיסטריקט) און זיין ווייב אסעמבליפרוי אינעז בארראן (40 דיסטריקט)

אלס וואס?

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:21 pm

· #47677
שעפטל
דער נייער פירער מיט זיין פארגייער
📎 Frank Seddio & Vito Lopez.jpg
דער נייער פירער מיט ווער ס'האט שטארק אנגעדרייט אז די פאזיציע זאל ליידיג ווערן...
📎 רעסטלער מיט סעדיא.jpg


פין ווען זענען די בילדער? פין נעכטן?