☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"

אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1935

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:03 pm

· #47210
באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן

נאך א פשט » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:36 am

· #47346
זר זהב
באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן

טראכט נישט נאר צו עס איז שיין אדער נישט, טראכט אויך צו עס וועט דיר זיין גרינג אויף די אויגן ווען דו קוקסט אויף דעם א לענגערע צייט.

shlomyg » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:05 am

· #48404
Number 5 is the MOST respectful and serious looking in my opinion

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:10 am

· #48405
He was chutzpe'dig to me many times

משה רוקח » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am

· #48425
ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:04 pm

· #48431
משה רוקח
ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.

האסט מיך אויס געכאפט איך האב געוואלט פרעגען די זעלבע זאך נומבער 5 דערמאנט מיך פון די עונג שבת פארוואס נישט עפעס מיט מער לעבען אביסעל קאלער

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:05 pm

· #48432
דיינע ספרים בינדסטו אויך אין קאלירפולע דעקלעך?... תורה ודעת מעג זיין אביסל אן ערענסטע לוק.

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:08 pm

· #48434
איך בינד נישט קיים ספרים אבער מיט דעים האלט איך אז אפי' תורה ודעת מעיג האבען אביסעל קאלער איך פארשטיי מער א איידלע אבער שווארץ?? איך בעיט דיך....

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:12 pm

· #48436
גרעי איז נישט שווארץ. ס'איז איידל, רואיג און סאליד.

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:23 pm

· #48439
נומער 3 האט זייער א גרויסע פראבלעם, אז ס'ממש כמעט די זעלבע ווי די אלגעמיינע, ס'איז ביידע בלוי,
דער תועלת פון די קאלירן איז אז ווי נאר מ'קומט אריין זאל מען תיכף זיך שפירן ווי מ'איז און אנדערן מקום,
אפי' לאמיר זאגן אז שווארץ איז נישט אזוי שיין מוז עס לפענ"ד זיין איין אנדערן טהעים,
למשל צימעס (וואס איך האב אויך געמאכט), איז אויך א אנדערע טהעים אינגנאצן, עס איז ברוין,
ווי נאר דער ליינער זעהט די ברוינע קאליר שפירט זיך שוין א שטיקל קאמישקייט און קרירות,
די זעלביגע דא ווי נאר מ'טרעט אריין תורה ודעת דארף דער קאליר פאטשן אין פנים
און זאל תיכף פארקנייטשן דעם שטערן און אויסגיסן אן ערנסטן געזיכט אויפן פנים,
למעשה האלט איך אז די שווארץ איז יא א קלאסישע קאליר, ווייל דאס אריינמישן די טינקל רויט דאס געבט די חיות,
למשל ספרים אין ביהמ"ד זענען מייסטענס, שווארץ אדער רויט, ( און אויך בלוי אבער ווי געשמועסט טויג נישט בלוי),

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:27 pm

· #48442
איי געס על טעם וריח אין להתווכח און אויב רוב ווילען דעיס ועמער זיך צושטעלען צו דעים

טראכט » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:43 pm

· #48448
געשטימט פארן 5'ער, ווי די עולם האט שוין דא ארויסגערענגט, אז די סיבה פארוואס מען גייט דאס פארבן איז וויבאלט עס זאל זיין ניקר גלייך ווען מען קומט אריין אינעם תורה ודעת אפטיילונג אז מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און רעספעקטירן די פרינציפן פין די אפטיילונג, און לדעתי וואלט גרעי געווען די בעסטע קאליר דאס ארויסציברענגען

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:17 pm

· #48468
איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.

הירשל ציג » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:27 pm

· #48512
תורה ודעת דארף זיין "בלוי-ווייס" 😂

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:33 pm

· #48737
פינף איז טאקע אזוי ספוקי, אבער נאך די ערענסטע... געשטימט!

נאך א פשט » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:28 pm

· #49048
זר זהב
איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.

יישר כח.
(בעל ה4)

נאך א פשט » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:46 pm

· #49123
גם אני מצטרף להנ"ל נישט ניצען 5

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:56 pm

· #49129
נאך א פשט
גם אני מצטרף להנ"ל נישט ניצען 5

קפנדריא » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:22 pm

· #53781
איך שטים פאר נומערע איינס, ס'קוקט טאקע אויס ווי די טיפישע "העלט פארם'ס/אפליקאציעס", אבער די קאנטראסט פון די קאלירן איז שטארק, און ס'איז היפש אנ'אנדערע קאליר ווי די אנדערע פארומס.

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm

· #54119
ווען שליסט זיך די אנקעטע?

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:43 pm

· #54282
לעמיל
ווען שליסט זיך די אנקעטע?

הסקר נגמר בתאריך פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 7:54 pm

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:51 pm

· #54285
שמואל הלוי
לעמיל
ווען שליסט זיך די אנקעטע?

הסקר נגמר בתאריך פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 7:54 pm

פארוואס אזוי לאנג?

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:57 pm

· #54293
מיינסט צו פרעגן פארוואס מ'האט נאכנישט געטוישט קאליר? איך האב אויך די זעלבע קשיא.

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:00 pm

· #54297
אפשר ווארט מען אז רוב זאלען וועלען עפעס אנדרעש נישט די פיפטע

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:04 pm

· #54300
איי פליע דע פיפט

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:08 pm

· #54302
לעמיל
אפשר ווארט מען אז רוב זאלען וועלען עפעס אנדרעש נישט די פיפטע

ס'איז דאך אבער שוין לאנג צוגעשפארט די סקר.
מ'האט שוין אפגעוואויט און אפגערוב'ט.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:10 pm

· #54303
כאב עס נאר געזאגט אלס א ווערטל.

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:27 pm

· #54324
איך מיין מ'זאל צולייגען א אויסוואל נישט די פיפטע ווייל זייער אסאך וואס האבען געשטימט פאר אנדרע ווילען דוקא נישט 5

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:53 pm

· #54350
לעמיל
איי געס על טעם וריח אין להתווכח און אויב רוב ווילען דעיס ועמער זיך צושטעלען צו דעים

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:56 pm

· #54353
איך זאך נאך אלטס אזוי אבער איך זעי אז עס איז דא וואס עס זענען ממש פייער קעגען נאמבער 5 טראכט איך אז מ'זאל מאכען נאך א טשויס פון עני חוץ די פיפטע

Java » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:25 pm

· #67373
מיר האבן געטוישט דעם קאליר פון די "תורה ודעת" פארומס צו דעם קאליר וואס דער ציבור האט אויסגעוועלט. רוב חברי ההנהלה זענען נישט זייער צופרידן פון דעם נייעם קאליר, אבער וויבאלד דאס איז געווען דער רצון פונעם ציבור שטעלן מיר דאס צו. אויב עס וועט זיין אן עולם וואס וועט זיך שטארק אפרעדן אויף דעם נייעם קאליר וועלן מיר עס טוישן.

לעמיל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:30 pm

· #69657
מיך באדערט זייער שטאר די קאליר עס מאכט זייער מרה שחורדיג
בין איך די איינציגסטע?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:29 pm

· #69682
איך בין מיט דיר לעמיל. מ'קען מיינען מ'איז אין א בית אבל רח"ל.

ניו יארק » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:04 pm

· #69721
איך אויך, ממש עס פארשיקט מיר פון תורה ודעת. דאס איז מיין תורה שיעור פונעם טאג(נאר א דשאק).

איך מיין אז מען קען איבערמאכן די אנקעטע, איינער איז מיט מיר?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:50 pm

· #69765
צוויי זענען שוין מיט דיר.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:52 pm

· #69766
פאר די וועבערמאן אשכול פאסט אזא קאליר

לעמיל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 5:11 pm

· #69770
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין עס איז איינער מיט 39 ניקים

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 8:16 pm

· #69812
לעמיל
מיך באדערט זייער שטאר די קאליר עס מאכט זייער מרה שחורדיג

באופן כללי בין איך אקעגען די גאנצע קאלאריי אבער אויב מוז עס זיין וואלט איך פארגעשלאגן אז ביזדערווייל זאל מען איינשטעלן אויסווייל נומער 2 צו 3 ביז מען טרעפט עפעס פאסיגער, די יעצטיגע מאכט גאר א שלעכטע מוד.

הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:27 pm

· #69824
איך אויך האלט ווי איך-אויך.

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 11:47 am

· #69927
מיט די יעצטיגע קאליר איז נישט ניכר קיין לינק
see here