☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פרישע דורכפאל פאר צד מהרז״ל

פרישע דורכפאל פאר צד מהרז״ל

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1932
בלאט: 1 2

מ גפני » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:46 am

· #47402
גאלד
מעג איך פרעגן א נארמאלע קשיא,

דער פארוואלטונג פון קאווע שטיבל האט במכוון געמאכט א באזונדערע אפטיילונג טאקע פאר די חסידישע דרעק,
מ'זאל טאקע וויסן להבדיל,
זיי האבן עס קורא שם געווען א באזונדערע קאמישער נאמען, "צימעס",
זיי האבן עס במכוון אזוי געמאכט אז די צימעס סחורה קומט נישט ארויף צוזאמען מיט די אלגעמיינע "אקטיווע אשכולות",
זיי האבן עס געמאכט אינגאצן אן אנדערען קאליר דאס איז ברוין יענס איז בלוי,
אזוי אז אפי' אז איינער וואס איז דום ווי א ציגעל זאל וויסן ווי ער איז,

מיט די אלעם האסטו זיך גענומען די מי,
אראפגעסקראלט צו צימעס,
גלייך געזען די ברוינע קאליר פאטשט אין פנים,
געזען א שרייעדיגע אשכול "דורכפאל פאר זאליס"

וואס פונקטליך האסטו דא ערוואטעט???!!!

רבוש"ע! אז די גייסט און טיאטער אריין, האסטו ערוואטעט א שיעור פון ר' שמעי' גרינבוים?


גאלד דו ביסט גוט!!! כ'האב ספעציעל אריינגעסיינט דיר צו שענקן א "לייק"

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:28 pm

· #47440
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער געט א קוק דא וואס מהר"א טוט ווען עס איז דא צרות ביי אידען
קוקט די לעצטע שורה

שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:39 pm

· #47447
דו מיינסט דעם מי שברך? ער מאכט יעדעס יאר פאר אלע געשוויסטער

נאר בעלזא פלעגט ער נישט מאכן ביז היינט

מ גפני » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:41 pm

· #47452
דאס איז פון דארט:
"כמו כן יצויין כי לראשונה השנה בעת העליה של האדמו"ר ציווה לברך את דודו כ"ק אדמו"ר מויז'ניץ מונסי, גיסיו כ"ק אדמו"רים מויז'ניץ, כ"ק אדמו"ר מבעלזא, וכ"ק אדמו"רים מסקולען ופשעוורסק, ואת אחיו האדמו"ר (מהרי"י) מסאטמאר, שליט"א."
קען דאס איינער קאנפירמען?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:42 pm

· #47453
מהרז"ל מאכט אויך פאר אלע געשוויסטער?

שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:43 pm

· #47454
מ גפני
דאס איז פון דארט:
"כמו כן יצויין כי לראשונה השנה בעת העליה של האדמו"ר ציווה לברך את דודו כ"ק אדמו"ר מויז'ניץ מונסי, גיסיו כ"ק אדמו"רים מויז'ניץ, כ"ק אדמו"ר מבעלזא, וכ"ק אדמו"רים מסקולען ופשעוורסק, ואת אחיו האדמו"ר (מהרי"י) מסאטמאר, שליט"א."
קען דאס איינער קאנפירמען?

איך קאנפירם דיך, ער האט אלע יארן געמאכט פאר אלע געשוויסטער און פאר ר' מאטעלע, און דער לראשונה איז נאר לגבי בעלזא, דאס האט ער היי יאר געמאכט די ערשטע מאל

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:03 pm

· #47468
לעמיל
מהרז"ל מאכט אויך פאר אלע געשוויסטער?

אוואדי,
ימים נוראים מאכן אפי' סתם המון איד מי שברך פאר די גאנצע משפחה, עלטערן זיידע באבעס, געשוויסטער און קינדער,

די פלא איז נאר אז ביז איצט האט ר' אהרן אויסגעלאזט איין משפחה מיטגלידער,
כאילו ער איז מוחרם ומנודה,
צו גערעכט צו נישט איז עס זייער מאדנע, מילד גערעט,
אינעם הייליגן טאג ר"ה מ'גיט ברכות פאר אידישע קינדער, משפחה,
און מ'זאגט, דיר קומט זיך נישט קיין ברכות,

איז עס זיכער אז ער פלעגט אויסלאזן דעם בעלזער?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:16 pm

· #47477
גאלד
מעג איך פרעגן א נארמאלע קשיא,

דער פארוואלטונג פון קאווע שטיבל האט במכוון געמאכט א באזונדערע אפטיילונג טאקע פאר די חסידישע דרעק,
מ'זאל טאקע וויסן להבדיל,
זיי האבן עס קורא שם געווען א באזונדערע קאמישער נאמען, "צימעס",
זיי האבן עס במכוון אזוי געמאכט אז די צימעס סחורה קומט נישט ארויף צוזאמען מיט די אלגעמיינע "אקטיווע אשכולות",
זיי האבן עס געמאכט אינגאצן אן אנדערען קאליר דאס איז ברוין יענס איז בלוי,
אזוי אז אפי' אז איינער וואס איז דום ווי א ציגעל זאל וויסן ווי ער איז,

מיט די אלעם האסטו זיך גענומען די מי,
אראפגעסקראלט צו צימעס,
גלייך געזען די ברוינע קאליר פאטשט אין פנים,
געזען א שרייעדיגע אשכול "דורכפאל פאר זאליס"

וואס פונקטליך האסטו דא ערוואטעט???!!!

רבוש"ע! אז די גייסט און טיאטער אריין, האסטו ערוואטעט א שיעור פון ר' שמעי' גרינבוים?


טייערער גאלד,
געווענליך האב איך הנאה פון דיינע תגובות, ביסט א גוטע שרייבערל, אבער צום ערשטן מאל וועל איך, במחילת כבודך הרמה, מחולק זיין מייט דיר.

חוץ מזה וואס די גאנצע זאך איז נישט אידישלעך, און אונזער שטיבל (אפילו צימעס) איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א "טיאטער" ח"ו, און קיינער האט נישט פארלאנגט קיין שיעורים פון ר' שמעי', איז דאס אויך אנטקעגן די תקנות המקום.
דא איז אויסדרוקליך "נישט" קיין ערזאץ פון היידפארק.

אפשר דארף מען נאכאמאל אויפפרישן פארן עולם די RULES, עכ"פ א חלק דערפון:

[ציטאט אראפגענומען]

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:19 pm

· #47479
דא איז אויסדרוקליך "נישט" קיין ערזאץ פון היידפארק.

a1b2 » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:20 pm

· #47481
גאלג געב אים א לייק
א חכם איז ווען מאיז מודה אין א פעלער

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:04 pm

· #47526
מיין טייערע באליבטער "שמעקעדיג" בשמך הטוב יבורך,
איך בין מסכים מיט דיר 1000 און איין פראצענט,
מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי,
למעשה האט עפעס פאסירט מיטן ראסס שול
ס'קיין עוולה אז עס ווערט באריכטעט אויף א ציווילער, רעספעקטפולער, סגנון,
אבער די ווילדע קינדישע ספינערייען, ווי מ'רייצט זיך און מ'טשעפעט דאס ברענגט טאקע ארויף די היידפארק איבל,
מיין רעקארד ווייזט אז איך בין פון די לוחמים קעגן די סארט שרייבערייען,

איך וועל געבן איין טיפ פאר די ארונים/זאלונים וויזוי צו שרייבן אזא נייעס
און זאל נישט בולט זיין א רייצערישע סגנון,
פרוביר צו פארמיידן דאס ווארט "געווינען" אדער "פארלוירן",
לאז דאס פאר די ליינער צו מחליט זיין,

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:09 pm

· #47532
יישר כח גאלד, יעצט שפיר איך בעסער!

מיין טיפ צו די שרייבער דא:
שרייבט נאר מיט "שכל", נישט "געפיל" (אויב ס'איז מעגליך)

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:44 pm

· #47645
איך פיל מיך דא אביסעלע גערירט, זעהנדיג אז מ'דערמאנט דא מיין נאמען נאכדעם וואס איך זעה נישט ווי איך האב אטאקירט -היידפארק סטיל- א פרעזענדליכע מענטש צו אפילו א ציבור. יא איך האב יא ארויפגעלייגט בילדער (געמעקט די פענעמער מפני כבודם) און געשריבן די מעשה לויט איך האב עס געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען.

דעס אז איך בין א חסיד מהר"א נעמט מיך נאכנישט אוועק די רשות הכתובה אין סיי וואספארא ענין איך פיל אז איך קען עפעס צולייגן. און איך פלאן עס בכלל נישט אויפצוגעבן.

וזאת למודעה: איך בין נישט דא צו באשמיצן קיין איד דא, ממילא טאמער טרעפט איינער א סטעיטמענט ווי ער פילט אז איך אטאקיר א קהילה וכו' זאל מיר מודיע זיין (בעסער אין אישי) און מ'וועל מיר פראבירן עס צו פארעכטן (ווי איך האב שוין געטוען בכמה מקומות אויף פארלאנגן)

תודה און א פרייליך יאר אייך אלע

smart » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:15 pm

· #47661
שמעקעדיג
גאלד
מעג איך פרעגן א נארמאלע קשיא,

דער פארוואלטונג פון קאווע שטיבל האט במכוון געמאכט א באזונדערע אפטיילונג טאקע פאר די חסידישע דרעק,
מ'זאל טאקע וויסן להבדיל,
זיי האבן עס קורא שם געווען א באזונדערע קאמישער נאמען, "צימעס",
זיי האבן עס במכוון אזוי געמאכט אז די צימעס סחורה קומט נישט ארויף צוזאמען מיט די אלגעמיינע "אקטיווע אשכולות",
זיי האבן עס געמאכט אינגאצן אן אנדערען קאליר דאס איז ברוין יענס איז בלוי,
אזוי אז אפי' אז איינער וואס איז דום ווי א ציגעל זאל וויסן ווי ער איז,

מיט די אלעם האסטו זיך גענומען די מי,
אראפגעסקראלט צו צימעס,
גלייך געזען די ברוינע קאליר פאטשט אין פנים,
געזען א שרייעדיגע אשכול "דורכפאל פאר זאליס"

וואס פונקטליך האסטו דא ערוואטעט???!!!

רבוש"ע! אז די גייסט און טיאטער אריין, האסטו ערוואטעט א שיעור פון ר' שמעי' גרינבוים?


טייערער גאלד,
געווענליך האב איך הנאה פון דיינע תגובות, ביסט א גוטע שרייבערל, אבער צום ערשטן מאל וועל איך, במחילת כבודך הרמה, מחולק זיין מייט דיר.

חוץ מזה וואס די גאנצע זאך איז נישט אידישלעך, און אונזער שטיבל (אפילו צימעס) איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א "טיאטער" ח"ו, און קיינער האט נישט פארלאנגט קיין שיעורים פון ר' שמעי', איז דאס אויך אנטקעגן די תקנות המקום.
דא איז אויסדרוקליך "נישט" קיין ערזאץ פון היידפארק.

אפשר דארף מען נאכאמאל אויפפרישן פארן עולם די RULES, עכ"פ א חלק דערפון:

[ציטאט אראפגענומען]

שמעקעדיג די ביזט טייער גערעכט און מר. גאלד אויך, די אשכול דא איז טאקע געמכט צו רעדן שטוסים אבער מיט א גדר איינמאל עס הייבט אן צו רירן נוסח הייד פארק באלאנגט עס דארט. !

עס איז מקום פון איידילקייט ווי מען לופטעט זיך אויס אביסעל

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:28 pm

· #47712
שמעקעדיג
מיין טיפ צו די שרייבער דא:
שרייבט נאר מיט "שכל", נישט "געפיל" (אויב ס'איז מעגליך)


זייער גוט! 👍
איך וואלט אינגאנצן אראפגענומען דעם "אויב ס'איז מעגליך".

איך לאך » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:15 pm

· #47800
גאלד
לעמיל
מהרז"ל מאכט אויך פאר אלע געשוויסטער?

אוואדי,
ימים נוראים מאכן אפי' סתם המון איד מי שברך פאר די גאנצע משפחה, עלטערן זיידע באבעס, געשוויסטער און קינדער,

די פלא איז נאר אז ביז איצט האט ר' אהרן אויסגעלאזט איין משפחה מיטגלידער,
כאילו ער איז מוחרם ומנודה,
צו גערעכט צו נישט איז עס זייער מאדנע, מילד גערעט,
אינעם הייליגן טאג ר"ה מ'גיט ברכות פאר אידישע קינדער, משפחה,
און מ'זאגט, דיר קומט זיך נישט קיין ברכות,

איז עס זיכער אז ער פלעגט אויסלאזן דעם בעלזער?

גראדע האט מיר ר' זלמן לייב פעלדמאן געזאגט אז ער מאכט נישט פאר מהר''א

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:26 pm

· #47803
a1b2
שמעקער, זיי מיר מסביר ביטע די פראבלעם
טאקע ווייל ס'איז נישט מעלה ומוריד
און מען אטאקירט נישט קיינעם פערזענליך
גייסט עס ממילא דורכשמועסן, זאל עס זיין דא

זוכט נתעורר צו ווערן פון די טראגעדיעס
רבונא דעלמא כולא, אזוי ווייט האלט מען,
ביז דעי ריזיגע עבירה פון זיך אביסעלע אויסגעבן דא, האט ה' גארנישט געמיינט מיט די טראגעדיעס???
איז דען דא א גרעסרע תלכי עמי בקרי ווי דעס????


כדי דיר אביסל מסביר זיין פארוואס איך האלט אז די טראגעדיעס קומען צוליב די סארט עבירות
פון שנאת חנם, הלבנת פנים, לה"ר ורכילות, וכדומה, און נישט די אנדערע עבירות,
וועל איך דא מעתיק זיין פון א בוכל וואס איז לעצטנס ערשינען.

דער בוכל הייסט "ר' מיכאל בער", (צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן)
א הערליכע לעבנס ביאגראפיע אויף ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל, זייער שיין באשריבן

צום סוף ברענגט ער אראפ "על מה עשה ה' ככה", אויף די וועלט מלחמה,
ברענגט ער עטליכע סיבות וואס ער האט געזאגט.
איך ברענג דא אראפ די קאפי ככתבו וכלשונו.

(אגב, צום סוף דערמאנט ער די מחלוקה פונעם עמדין מיט ר' יונתן אייבשיץ.
ס'איז א גוטע לעססאן פאר אונזערע שרייבערס דא, חכמים הזהרו בדבריכם)
📎 RY (3).jpg 📎 RY (2).jpg 📎 RY (1).jpg

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:42 pm

· #47806
זעלבסט פארשטענדליך
מהר״א האט טענות אויף זיין ברודער אבער נישט קיין שנאה, ער איז געגאנגען צו שמחות ביז מ׳ האט אים געזאגט נישט צו קומען.
מהרז״ל האט נישט קיין טענות, מהר״א האט גארנישט צוגענומען פון אים, אבער שנאה (אדער קנאה) האט ער גאר שטארק, והא ראי׳ ער איז נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, און נישט געלאזט זיין טאטן זצ״ל גיין
א מי שברך זאל ער נאך מאכן?

a1b2 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:51 pm

· #47824
שמעקער מסתמא ביסטו פון די סארט וואס יעדע זאך פארשטייסטו
אבער ווען ה' גיט דיר א צרה טראכסטו אויך אזוי?
פאר יענעם איז גרינג צו זאגן.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:25 pm

· #47849
רבי עי-וואן,
מיר פארפארן פונעם נושא

קודם ייש"כ פארן קאמפלימענט,
ה' שיקט נישט קיין צרות נאר דערמאנונגען
און יא, ווען עס גייט מיר שווער פרוביר איך צו טראכטן וואס איז דער מעסעדזש,

אבער וואס דארף דיין קשיא צו מיינען?
איך האב נאר געשריבן וואס איך טראכט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז יעדע זאך פארשטיי איך
אבער געווענליך יעדער מענטש האט א דעה אין כמעט יעדן ענין

אפשר לאמיר עפענען א נייע אשכול וואס דארטן וועט מען ארומשמועסן וועגן אונזערע שיטות

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:47 pm

· #48862
באקומען פון איינעם!

ברעיקינג!!!!! די זאליס האבן שוין געטרינקען לחיים די לעצטע פאר טאג, אז היי יאר גייען זיי פראווענען אין די סוכה פון ביהמ"ד החדש אויף ווילסאן, זיי האבן איבער געפעינט די סוכה, אויסגעזויבערט, אויפגעשטעלט די ברענטשעס, די וועקעט ארדער האט יעקב פעקעטע באוויזען אראפ צו נעמען ערב יום כיפור, און טראך!!!!!!!!!! היינט ממחרת יום הכיפורים, האט די בילדונג דיפארמענט צוריק געלייגט די וועקעט ארדער, און נאך א שטערקערע וועקעט! די זאליס זענען געווארן שרעקליך ווילד, זאלי אליין האט געריפען די מעיאר אפיס און זיך געבעטען, די זאליס האבן געטרייט אויף אלע פראנטן, משה דוד נידערמאן האט געקאלט די מעיארס אפיס אז ער גיט אויף די מערכה פון מציצה בפה אז מען גיט א פערמיט פאר די סוכה, זיי האבן דעם טויטן לאפעז פון קבר אויך ארויס געשלעפט, איצט איז געקומען נאכמאל דער קלארער באשלוס די ביהמ"ד בלייבט סגור ומסוגר, נישט דא קיין סוכה, ביז די זאליס שטעלן זיך צו דין תורה!
📎 Ross2.jpg 📎 Ross1.jpg

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:54 pm

· #48864
ר' שעפטל; איך פארשטיי אז דו האסט בלויז געוואלט באריכטן א נייעס, אבער לכבוד דעם מוזטו נאכנישט שרייבן היידפארקיש.
קענסט שרייבן די זעלבע תגובה אויף מער א נייטראלן וועג (דיפלאמאטיש ווי מ'רופט עס), און מ'וועט דיר סאך מער שעצן און ארויפקוקן.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:56 pm

· #48865
שמואל נאך פאר כ'האב געזעהן דיין תגובה האב איך עס פארראכטן אז איך האב עס אזוי באקומען! (כ'פארשטיי וואס דו מיינסט...)

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:00 pm

· #48868
יישר כח פארן צולייגן די ווערטער "באקומען פון איינעם" (כאטשיג ס'וואלט נאך אלס געווען שיין צו פארריכטן צו אביסל מער נארמאלערע לשונות). און אנטשולדיגט פארן חושד זיין אז דו ביסט דער שרייבער.

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:01 pm

· #48869
אויב האבען זיי געפעינט די סוכה אזוי דו זאגסט איז פארוואס האבען זיי געבויט די סוכה אויף ראדני??

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:22 pm

· #48871
קוקט אויס ווי די קאנספיראציע אז די געפלויגענע שטוק אייזען איז געווען אינטערגעשטעלט - א זאך וואס אסאך האבען געשריגען
(פליצלינג קענען די ווינטען ווארפען אייזענעס וועלכע האט שוין איבערגעלעבט שטערקערע ווינטען...)
איז יא אמת...

אבער דערווייל האט עס נישט געהאלפן

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:00 pm

· #48875
שעפטל
באקומען פון איינעם!

ברעיקינג!!!!! די זאליס האבן שוין געטרינקען לחיים די לעצטע פאר טאג, האבן געהאפט אז היי יאר גייען זיי פראווענען אין די סוכה פון ביהמ"ד החדש אויף ווילסאן, זיי האבן איבער געפעינט די סוכה, אויסגעזויבערט, אויפגעשטעלט די ברענטשעס, די וועקעט ארדער האט יעקב פעקעטע באוויזען אראפ צו נעמען ערב יום כיפור, און טראך!!!!!!!!!! היינט ממחרת יום הכיפורים, האט די בילדונג דיפארמענט צוריק געלייגט די וועקעט ארדער, און נאך א שטערקערע וועקעט! [די זאליס זענען געווארן שרעקליך ווילד, זאלי אליין האט געריפען די מעיאר אפיס און זיך געבעטען, די זאליס האבן געטרייט אויף אלע פראנטן, משה דוד נידערמאן האט געקאלט די מעיארס אפיס אז ער גיט אויף די מערכה פון מציצה בפה אז מען גיט א פערמיט פאר די סוכה, זיי האבן דעם טויטן לאפעז פון קבר אויך ארויס געשלעפט, איצט איז געקומען נאכמאל דער קלארער באשלוס די ביהמ"ד בלייבט סגור ומסוגר, נישט דא קיין סוכה, ביז די זאליס שטעלן זיך צו דין תורה!


למען ילמדו בין איך מגיה דעם ווילדן רייצערישע תגובה זאל זיין גע'אייגנט פאר ק"ש, טרוקן דברים כהווייתן און רעספעקטפול

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:05 pm

· #48885
לעמיל
אויב האבען זיי געפעינט די סוכה אזוי דו זאגסט איז פארוואס האבען זיי געבויט די סוכה אויף ראדני??

צו צומישן די שטן....

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:13 pm

· #48887
קלאר
קוקט אויס ווי די קאנספיראציע אז די געפלויגענע שטוק אייזען איז געווען אינטערגעשטעלט - א זאך וואס אסאך האבען געשריגען

(פליצלינג קענען די ווינטען ווארפען אייזענעס וועלכע האט שוין איבערגעלעבט שטערקערע ווינטען...)
איז יא אמת...

אבער דערווייל האט עס נישט געהאלפן

כ'הער ס'איז טאקע געווען (גאנץ א געלונגענע) אקציע (בשעתו). נאכן פאלן האט די DOB דערקלערט די בילדינג אלס SAFE. און זיי האבן פריש געארבייט עס צו האבן פאר סוכות.

ווי אזוי שרייבט מיר איינער?
ר"ה געטראסקעט ביעם'ס..
יו"כ געארבעט צובאקומען פערמיט..
סוכות אי"ה אין ראדני...

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:20 am

· #48943
שעפטל
שמואל נאך פאר כ'האב געזעהן דיין תגובה האב איך עס פארראכטן אז איך האב עס אזוי באקומען! (כ'פארשטיי וואס דו מיינסט...)

באקומען פון וועמען? פון רבי_יונה?
פאכי. מוצאי יום הקדוש! געוואלד באשעפער.

היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:09 am

· #48987
לעמיל
אויב האבען זיי געפעינט די סוכה אזוי דו זאגסט איז פארוואס האבען זיי געבויט די סוכה אויף ראדני??



זיי בויען יעדעס יאר א סוכה אויף ראדני פאר׳ן ביהמ״ד באנוץ

אויף ווילסאן איז פאר די טישן

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:35 am

· #48993
היסטאריקער
לעמיל
אויב האבען זיי געפעינט די סוכה אזוי דו זאגסט איז פארוואס האבען זיי געבויט די סוכה אויף ראדני??



זיי בויען יעדעס יאר א סוכה אויף ראדני פאר׳ן ביהמ״ד באנוץ

אויף ווילסאן איז פאר די טישן

זיי פלעגען נישט בויען אזא גרויסע סוכה מיט אייזענס נאר לעצטע יאר ווען זיי האבען עס געדארפט פאר די טישען, עס מאכט נישט סענטס צו בויען אזא סוכה סתם פאר שאקלען לולב

קלאר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:36 pm

· #49002
לעמיל
היסטאריקער
לעמיל
אויב האבען זיי געפעינט די סוכה אזוי דו זאגסט איז פארוואס האבען זיי געבויט די סוכה אויף ראדני??



זיי בויען יעדעס יאר א סוכה אויף ראדני פאר׳ן ביהמ״ד באנוץ

אויף ווילסאן איז פאר די טישן

זיי פלעגען נישט בויען אזא גרויסע סוכה מיט אייזענס נאר לעצטע יאר ווען זיי האבען עס געדארפט פאר די טישען, עס מאכט נישט סענטס צו בויען אזא סוכה סתם פאר שאקלען לולב


עס מאכען אסאך זאכען נישט קיין סענס
מן הסתם האט פאפא געקליענט די נייע סוכה במשך עשי''ת
אין די אינספעקטאר האט קרעטשניף באשטעלט
אין די נייע וועיקעט ארדער איז ארויף וועגן אבאמא'ס העלט קער געזעץ
וכו'

ווי האט זיך איינער אויסגעדריקט בשם ר'זלמן לייב 'עכשיו מת וויטא לאפעז'
בלאט: 1 2