☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאר מיין פטירה וויל איך....

פאר מיין פטירה וויל איך....

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1931
בלאט: 1 2

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:06 pm

· #47108
פאר מיין פטירה וויל איך....
מיר אלע האבן אסאך חלומות פון וואס מיר ווילן אלץ האבן און טוהן און אונזער לעבן. אבער אויב דארפט איר טראכטען פון איין זאך וואס איר ווילט טוהן (אדער אויפטוהן) אין אייער לעבן פאר איר ווערט נפטר, וואס וואלט דאס געוועהן?



גענומען פון דא

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:39 pm

· #47281
ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:01 am

· #47283
לעיקוואד
ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:41 am

· #47303
zurich
לעיקוואד
ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

אמן.
אבער צען מאל דף יומי סטייל איז בערך אזויווי איינמאל געהעריג בעיון .

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:51 am

· #47307
לעיקוואד
zurich
לעיקוואד
ענדיגן ש"ס. אפשר בעזרת הדף היומי וואס איך האב אנגעהויבן וועט דאס געשעהן בס"ד.

איין מאל??

בעזר השם עטליעסט 10 מאל!!!

אמן.
אבער צען מאל דף יומי סטייל איז בערך אזויווי איינמאל געהעריג בעיון .

איך הער וואס דו זאגסט!

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:17 am

· #47314
איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:02 am

· #47360
villager
איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

וואס טוט זיך מיט די אלע וואס האבן נישט קיין פיאות און פארן קיין אומאן? וועט ער זיי ארויסשלעפן ביי די אויערן?

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:33 am

· #47370
ריכטיג אין אמת'דיק תשובה טוהן, א תשובה מאהבה ווי עס ברויך צו זיין.

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 pm

· #47420
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:17 pm

· #47424
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

האסט כאטש א פעיסבוק פעידזש אז דו זאלסט קענען באקומען לייקס?

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:19 pm

· #47427
לעמיל
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

האסט כאטש א פעיסבוק פעידזש אז דו זאלסט קענען באקומען לייקס?

גראדע האב איך, אבער קיין 1,000,000 לייקס האב איך נאכנישט.

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:20 pm

· #47430
לייק ארויף דיין פעידש דא און איך בין זיכער אז זר זהב וועט וועלען טין מצוות פאר יום כיפור וועט ער זיך שטעלען מיט א טיש און ראדני אז די עולם זאל דיך לייקען.....

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:22 pm

· #47433
צוויי פראבלעמען: 1) ס'איז נישט דא קיין מיליאן יודן אין ראדני (כ'ווייס נישט צו טויזענט יא..). 2) אפילו ס'העט ווען יא געווען, איז נישטא קיין 5 וואס האבן פעיסבוק...

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:25 pm

· #47435
פראבלעים איינס: אונז ווילען נישט זאלסט האבען גלייך די גאנצע וויל נאכדעים וועסטו זאגען אז דו ביסט פארטיג אויף דעי וועלט, פראבלעים צווי פארלאז דיך אויף זר ער וועט זיך שוין א עיצה געבען מיט די חברה דארט...

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:28 pm

· #47439
זר איז שמש דארט?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:29 pm

· #47441
געב אים נאך א שעה צווי וועט ער ענפערען עס איז נאך צו פרי

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:38 pm

· #47446
עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:41 pm

· #47451
זר ווילסט אים העלעפן פאר יום כיפור?

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:45 pm

· #47456
סארי, איך האב קאמענטירט אן לייענן די פאריגע תגובות... נאך בעסער.

ניין איך קען נישט העלפן ווייל איך האב נישט שייכות מיט פעיסבוק, כ'פארשטיי נישט דערצו!

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:05 pm

· #47470
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:06 pm

· #47472
berlbalaguleh
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

זאגסט אדער דו פרעיגסט??

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:31 pm

· #47491
לעמיל
berlbalaguleh
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

זאגסט אדער דו פרעיגסט??

אויב רעדסטו צו מיר. איז די תשובה. איך זאג. ויאמר. איך ווייס נישט וויאזוי דער "?" איז אריינגעקומען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:36 pm

· #47497
און ווי אזוי דער "אכי"ר" איז אריינגעקומען ווייסטו יא?...

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:45 pm

· #47500
berlbalaguleh
צוקער
איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.

אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?

כ'האב נישט געוויסט מען רעדט דא פון רוחניות. אנטשולדיגט

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:48 pm

· #47507
ניין, מען רעדט בגשמיות אויך.
כאטש איך פארשטיי נישט די תאווה צו האבן לייקס אויף פעיסבוק, איך ווייס אויך נישט וואס פעיסבוק איז אפילו (ב"ה!).

אבער געווענליך א מענטש ווען גייט אוועק פון דער וועלט, וויל ער זיין מיט א בחינה פון "ותשחק ליום אחרון", ער האט עפעס אויפגעטון זאכליך אויף דער וועלט. אויסגענוצט זיינע כוחות, כשרונות.
אבער לייקס אויף פעיסבוק? עם איי מיסינג סאמטינג? (שוין ענדערש לייקס אויף קאווע שטיבעל.......)

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:50 pm

· #47512
שמעקעדיג
ניין, מען רעדט בגשמיות אויך.
כאטש איך פארשטיי נישט די תאווה צו האבן לייקס אויף פעיסבוק, איך ווייס אויך נישט וואס פעיסבוק איז אפילו (ב"ה!).

אבער געווענליך א מענטש ווען גייט אוועק פון דער וועלט, וויל ער זיין מיט א בחינה פון "ותשחק ליום אחרון", ער האט עפעס אויפגעטון זאכליך אויף דער וועלט. אויסגענוצט זיינע כוחות, כשרונות.
אבער לייקס אויף פעיסבוק? עם איי מיסינג סאמטינג? (שוין ענדערש לייקס אויף קאווע שטיבעל.......)

דייו ערשטע פאראגרעף פארענטפערט דיין צווייטע.
געווענליך א פיגור וואס האט א מיליאן לייקס האט עפעס אויפגעטון אויף די וועלט. יא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:05 pm

· #47528
זר זהב
עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן

איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 3:12 am

· #47759
שמעקעדיג
און ווי אזוי דער "אכי"ר" איז אריינגעקומען ווייסטו יא?...

יא. איך פארגין איהם דעם וואונטש מיט'ן גאנצן הארץ.

קרעקער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:21 am

· #47772
דע בעבע פלעגט צי זאגען
בעט נישט אויף נקמה בעט אויף אריכות ימים און וועסט שוין אליינטס זען ווי סקימט יענעם אהיים

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:23 pm

· #49833
קרעקער
דע בעבע פלעגט צי זאגען
בעט נישט אויף נקמה בעט אויף אריכות ימים און וועסט שוין אליינטס זען ווי סקימט יענעם אהיים

ווער איז דער בעבע?! דער רעבע האב איך שוין געהערט, אפילו דער רעבא. ילמדינו רבינו. 😮

בענבען » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 10:54 pm

· #494099
דיליטען מיין בראוזער היסטערי

קאמארנער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:16 am

· #494103
בענבען
דיליטען מיין בראוזער היסטערי

מ'קען דעליטן מ'זאל עס נישט קענען זען אויבן אויך? 😉

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:18 am

· #494104
יא, ס'איז דא א וועג, אבער איך וויל עס נישט פארציילן, כדי זאלסט נישט זיין א "אומר אחטא ואשוב"...

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:23 am

· #494105
קאמארנער
בענבען
דיליטען מיין בראוזער היסטערי

מ'קען דעליטן מ'זאל עס נישט קענען זען אויבן אויך? 😉


האמיר בקבלה פונעם ערשטן קהל'סער:
אז מען מעקט פון אונטן, מעקט מען פון אויבן.

געדאנקן » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:48 am

· #494112
געפילטע פיש
זר זהב
עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן

איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...

וואס קענען זיי מיינען?

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:49 am

· #494113
געדאנקן
געפילטע פיש
זר זהב
עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן

איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...

וואס קענען זיי מיינען?


לאמיר טראכטן ציזאמען.....

קידוש » פרייטאג פעברואר 4, 2022 11:28 am

· #494121
איך זעה אז די עולם גרייט זיך צו שטארבען..... האב איך פארפאסט עפעס?

וואלווי » פרייטאג פעברואר 4, 2022 11:32 am

· #494123
צו מאכן די אויגן...

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 11:45 am

· #494126
קידוש
איך זעה אז די עולם גרייט זיך צו שטארבען..... האב איך פארפאסט עפעס?


שמא ימות לא חיישינן.....פאר די לומדים צווישן אינז 😎

וואלווי » פרייטאג פעברואר 4, 2022 11:51 am

· #494128
ר' מאיר חייש למיעוטא

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 4, 2022 11:59 am

· #494131
וואלווי
ר' מאיר חייש למיעוטא


אפילו לר' מאיר דחייש למיעוטא, למיעוטא דמיעוטא לא חייש.

ווארענונג: די אלע וואס זענען איינגעשפארט אינטער שלאס און ריגעל זאלן נישט ליינען די תגובה.

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 4, 2022 12:53 pm

· #494134
וואלווי
ר' מאיר חייש למיעוטא

וואלווי: דו האסט רוח הקודש. ביודעים ובלא יודעים. ווען איך האב געזעהן דעם מאמר חז"ל. נאך פאר איך האב געדעהן דיין תגובה, האטמיר געגעבן א פאפ אריין אין קאפ..."ר' מאיר דחייש למיעוטא"...!

איך בין א שטיקל מחותן מיט ר' מאיר. איך האלט אויך פון דעם אנדערן מאמר/הנהגה פון ר' מאיר. ווי די גמ' זאגט ר' מאיר דייק בשמא. און דאס האט איהם איינמאל געראטעוועט פון פארלירן זיין געלט...!

וואלווי » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 7:39 pm

· #494157
דאס איז אלס ראטעווען געלד, וואס טוט זיך מיט מאכן געלט? אויך ר' מאיר דייק בשמא, אלקא דמאיר עננו עד ביאת גוא"צ

דערהויבענע איד » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:07 pm

· #494177
זיך איבערבעטן מיט מיינע שונאים

זיכער מאכן אז אלע קינדער זענען צופרידן פון ירושה (אויב ס'וועט זיין אויף וואס זיך צו קריגן)

טרייען צו בלייבן לעבן וואס לענגער

קהל'ס נער » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:10 pm

· #494178
אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה

דערהויבענע איד » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:15 pm

· #494182
קהל'ס נער
אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה

זיי מסביר ביטע פארוואס, וואס מיינט ביי דיר די ניגון

קאצקע ציקער » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:20 pm

· #494183
דערהויבענע איד
קהל'ס נער
אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה

זיי מסביר ביטע פארוואס, וואס מיינט ביי דיר די ניגון

סאיז א ווערטל . ווייל רעביי דר' אברהם טווערסקי האט געבעטן אז מען זאל עס זינגען ביי זיין לויה ווייל ער איז די קאמפאזער דערפון

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:50 pm

· #494187
וויל איך נאך צוענדיגן ששה סדרי משנה. אויך. ביים בי"ד של מעלה וועט מען מיר אפירנעמען גאנצע פעסער פון בראנפן. ווען איך וועל פרעגן וואס דאס איז וועט מען מיר ענטפערן אז דאס זענען די פעסער (אין פלעשלעך, פארשטייצעך) וואס איך האב (ב"ה) אויסגעטרונקען אין דעם עולם השפל...!

קאמארנער » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 11:23 pm

· #494190
berlbalaguleh
וויל איך נאך צוענדיגן ששה סדרי משנה. אויך. ביים בי"ד של מעלה וועט מען מיר אפירנעמען גאנצע פעסער פון בראנפן. ווען איך וועל פרעגן וואס דאס איז וועט מען מיר ענטפערן אז דאס זענען די פעסער (אין פלעשלעך, פארשטייצעך) וואס איך האב (ב"ה) אויסגעטרונקען אין דעם עולם השפל...!

די שאלה איז אויף וועלכע זייט אויפן וואגשאל גייט מען עס ארויפלייגן?

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 6, 2022 7:26 am

· #494218
שמואל הלוי
villager
איך וויל פארן קיין אומאן ווייל ר' נחמן גייט ארויסשלעפן פון גיהנום ביי די פאות ווער ס'איז געווען ביי זיין ציון.

וואס טוט זיך מיט די אלע וואס האבן נישט קיין פיאות און פארן קיין אומאן? וועט ער זיי ארויסשלעפן ביי די אויערן?


די וועליכע האבען נישט קיין פאות שלעפט ער ארויס ביי די טשופ
בלאט: 1 2