☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סימנא מילתא היא

סימנא מילתא היא

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1927

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:00 pm

· #46914
סימנא מילתא היא
ווער קען אביסל מאריך אין די צוויי מהלכים פון די ראשונים אויף די גמ' אמר אביי השתא דאמרת סימנא מילתא יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי..

טייל האלטן עס ארבעט באופן סגולה, טייל האלטן ס׳ארבעט אלץ תפלה.
אין דעם ווענדט זיך די צוויי גירסאות למיכל אדער למחזי, דאכט זיך מיר.

געשריבן זייער קורץ ווער קען מסביר זיין, צוצייכענען פליז דא.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:17 pm

· #46918
איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:24 pm

· #46920
דער של"ה שרייבט דערגעגן אז מ'זאל עס באטראכטן ווי א סימן, ווייל דאס גייט אריין אין גדר ווי אוב וידעוני, ער זאגט אז די סימנים איז א ענין מעורר זיין להתפלל

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:26 pm

· #46921
מ'קען נישט מתפלל זיין צו זיין א איד, דאס איז אין די מענטשנס בחירה

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:28 pm

· #46922
רעדסט צו מיר? כ'בין נישט מתפלל, בלויז פאר א סימן/סגולה.

צדיקל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:34 pm

· #46924
ס'איז 2 גירסות אין די גמ' אליין אין מס' כריתות ה: איז די גירסא יהא רגיל איניש למיכל, און אין מס' הוריות יב. איז די גירסא יהא רגיל למיחזי.

דער של"ה הק' זאגט אז לויט ביידע גירסות איז דער עיקר צו מעורר זיין דעם מענטש ער זאל מתפלל זיין אויף די זאכן

ר' יעקב עמדין אין סידור זאגט אויך אז מ'זאל עס עסן און נאכדעם מתפלל זיין שהדיבור בפה עושה רושם כמו שאמרו חז"ל אצל החלומות שהולכים אחרי הפה.

ר' שלמה קלוגר אין חכמת שלמה אויפן שו"ע ס' תקפ"ג זאגט אבער אז מ'עסט עס צו ווייזן אמונה ובטחון אז הקב"ה וועט שיקן די זאכן. נישט אלס תפלה.

אקצר כי בא מועד. ויהי רצון שיחדש עלנו שנה טובה ומתוקה,

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:10 pm

· #46945
זר זהב
איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

שטימט זייער גוט לויט די גירסא יהא רגיל "למיחזי".

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:15 pm

· #46946
כ'האב אויך געלייגט מילך אין די קאווע מער ווי געווענליך.
החותך
חיים
לכל
חי

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:18 pm

· #46947
סופו תיבות איז נאר מסוגל פרר סוף יאר.
ביז דעלמאטס וואס וועט זיין?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:27 pm

· #46948
זר זהב
כ'האב אויך געלייגט מילך אין די קאווע מער ווי געווענליך.
החותך
חיים
לכל
חי

אויך בכסא ליום חגינו איז ר"ת חלב.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:31 pm

· #46950
אה דאס איז שיין!
און אויך צופרידנגעשטעלט נולד מאחור'ן.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:09 am

· #46959
מילך, כדי שתמליכוני עליכם. ווי אויך איז עס גימ' 100 כנגד מאה קולות.
פאס אבער אויף יום כיפור נישט צו טרונקען קיין מילך נישט צו דערמאנען דעם חטא העגל.

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:12 am

· #46962
גאלד
דער של"ה שרייבט דערגעגן אז מ'זאל עס באטראכטן ווי א סימן, ווייל דאס גייט אריין אין גדר ווי אוב וידעוני, ער זאגט אז די סימנים איז א ענין מעורר זיין להתפלל

לויט די של"ה האט נישט קיין פשט זיך צוריקצוהאלטן פון עסן ביטערע און זויערע עסן.

קלוג און יונג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:18 am

· #46980
איך האב געהערט פון איינעם אמאל אז ער עסט אייס-קריעם ראש השנה, ווייל "I Scream" פאר א זיס יאר

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:43 am

· #46985
קלוג און יונג
איך האב געהערט פון איינעם אמאל אז ער עסט אייס-קריעם ראש השנה, ווייל "I Scream" פאר א זיס יאר

כמיין סקומט פין רב בלומענקראץ זצ''ל. סאיז דא דו אלע זשאקס. רעזינ'ס סעלערי וכדו'. סהערט זיך ווי א דשזאק אבער באמת איז עס גארנישט אנדערש ווי די סימנים וואס חז''ל געבען.
שני י לראש ולא לזנב וואס מיינט דאס פשוט פשט?
מיין דרש איז מען זאל טראכטן ניצען דעם קאפ ,נישט סתם נאכגיין ווי די וויידעל טוט.

יעצט באמערקט סאיז דא אן אשכול אויף אלע דזאקס פון די סמינים <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1833">viewtopic.php?f=10&t=1833</a><!-- l -->

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:12 am

· #74216
מיר האבן יעצט געטינקען עפל אין האניג. לשנה טובה ומתוקה'