☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כיבוי לצורך אוכל נפש

כיבוי לצורך אוכל נפש

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1923

נס קאווע » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:39 am

· #46854
כיבוי לצורך אוכל נפש
ווייסט איינער צי מ'מעג אראפדרייען א פלאם אין יו"ט? אמאל האב איך געוואוסט אז נישט, לעצטנס זאגט מיר איינער אז א ת"ח האט איהם געזאגט אז אויב ס'פארן תבשיל נישט צוצוברענען מעג מען, למעשה געדענק איך (עז יוזשועל דענק נישט וואו ס'שטייט) אז כיבוי לצורך אוכל נפש איז אויך נישט מותר פונקט ווי ס'נישט מותר טחינה וכדומה, נאר בישול און ווייטער איז מותר.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:42 am

· #46857
צעלימער רב האט אזוי געפסקט.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:51 am

· #46860
דאכט זיך, ענד קאררעקט מי איף איים ראנג, אז ביי גאז איד נאך גרינגער, וויבאלד ס'נישט ממש כיבוי, נאר מ'נעמט אוועק אביסל פון די שטראם פון גאז.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:57 am

· #46865
אין נטעי גבריאל איז ער מחמיר, נאר אויב די עסן איז ממש שוין צוגעברענט, יש מקום להקל.

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 10:18 am

· #46868
מיר האט מען געפ'סקנט אז מען טאר נישט, נאר דאכט זיך ענדערש אנצוצינדן א נייע פלאם ס'זאל זיין קלענער, כך מונח בזכרוני, ביטע זיך נישט פארלאזן להלכה אויף דעם

על המחיה » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:03 pm

· #47049
[ציטאט אראפגענומען]


ראה גם כאן
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=48961&st=&pgnum=14

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:33 pm

· #47065
אין ספר פסקי תשובות לרב ראבינוביץ ברענגט ער אראפ צדדים להיתר ולאיסור, און ער פירט אויס אז רבים מהפוסקים(האוסרים) לימדו זכות על המקילים בזה ואין צריך למחות בעדם בחוזק,

כמובן אז אפילו די מתירים זענען נאר מתיר אויב די עסן גייט זיך צוברענען אויב מען מאכט עס נישט קלענער,

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:22 pm

· #47084
villager
אין ספר פסקי תשובות לרב ראבינוביץ ברענגט ער אראפ צדדים להיתר ולאיסור, און ער פירט אויס אז רבים מהפוסקים(האוסרים) לימדו זכות על המקילים בזה ואין צריך למחות בעדם בחוזק,

כמובן אז אפילו די מתירים זענען נאר מתיר אויב די עסן גייט זיך צוברענען אויב מען מאכט עס נישט קלענער,

....און בפשטות אויך נאר אויב מען האט נאר די איין פייער, נישט ווי היינט וואס יעדער האט לכה"פ 4.

נס קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:24 pm

· #47086
און פארוואס איז ענדערש אנצוצינדן ווי אויסלעשן אויב עס איז מותר לצורך?

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:36 pm

· #47099
נאך א פשט
....און בפשטות אויך נאר אויב מען האט נאר די איין פייער, נישט ווי היינט וואס יעדער האט לכה"פ 4.


איך האב נאכגעקוקט און ער רעדט יא אפילו ווען ס'מעגליך אנצוצינדן א נייעם פלאם, ווייל ווי "נס קאווע" טענה'ט אז ווער זאגט אז צינדן איז ענדערש ווי לעשן?

(אפילו ס'דא א מג"א וואס האלט יא ענדערש צינדן, ברענגט ער אבער פון ר' משה פיינשטיין שתי תשובות לדבר, איינס אז אין הלכה האט עס נישט קיין מקור ואדרבה עס איז נגד משמעות הראשונים, און צווייטענס אפילו לויט'ן מג"א איז אפשר דאס צינדן ענדערש דוקא אמאליגע צייטן ווען צו לעשן אביסל פונעם פייער האט מען געדארפט לעשן אפאר העלצער און יעדע האלץ איז א מלאכה פאר זיך, משא"כ היינט ווען לעשן און צינדן איז די זעלבע צאל מלאכות וואלט אויך דער מג"א כעהאלטן אז ענדערש קלענער מאכן ווי אנצינדן א נייע)

ווי געשריבן, ער איז מצדד לאיסור ווייל רוב פוסקים אסר'ן, אבער אפילו לויט די אוסרים דארף מען נישט מוחה זיין פאר די וואס זענען מקיל ווייל יש להם על מי לסמוך.

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:18 pm

· #47249
בטעות רעדאגירט אנשטאט נייע תגובה.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:16 pm

· #47573
פאר דעם נארישער פרוי פון מאנסי וואס האט אריינגערופן א 7 יעריג שגץ אן רשות פון די עלטערן כדי אראפצומאכן די געז, וואלט מען זיכער מתיר געווען ענדערש אליינס אראפצומאכן ווי אריינפארן ראש השנה אין פאליס סטעישן מיט קייטעלעך אויף טשארדזשעס פון קידנעיפינג...

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:58 am

· #47747
די מעשה דארט איז היבש צוגעפוצט. איך קען די פרוי, א היימישע ערליכע אידענע. בכלל נישט קיין נארישע. זי האט געטון וואס כמעט יעדער פון אונז וואלט געטון. עס איז איר נישט עולה על הדעת געווען אז עפעס איז ראנג.

מען האט איר ארעסטירט מער ווי א שעה שפעטער נאך וואס דאס קינד איז שוין געווען צוריק אינדערהיים. עס איז געווען בלויז רשעות, דער שכן איז א שונא ישראל.