עצות פאר די 'סאך פיש פראבלעם'
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1918
עצות פאר די 'סאך פיש פראבלעם'
רבותי ס'הייבט זיך שוין אט אן די פיש פארלענדעריי, ס'נישט יושר נישט פארן מענטש און נישט פארן פיש, אראפרוקען אזופיל סלייסעס אן הנאה האבן.
מיין טאטע ווען ס'פלעגט שוין אנהויבען ארויסגיין פון די נאז, פלעג ער אריינשמאגלן צים טיש נאווע-לאקס טיטביטס, דו וואס קומט אין די שאכטלעך פין עפעטייזינג פירמעס. מיט צייט האט מיין מאמע אנגעהויבען מאכן א גרויסע וועדזשעטעבל סאלאט , דו ציפרי סעודה האט געהאט א שטיקעל פרישטיג טעם . וואזענט בעד נאך אזויפיל סלייסעס פיש .ס'איז וואס ראטעטען אביסעל געקאכטע אביסעל געבאקענע פיש ,סקען אויך אביסעל פארגרינגערן די מצב.
מיין טאטע פרעגט שפירען גילטי מיט זיין לאקס טיטביטס, זיין תירץ איז געווען סדאך סעלמאן ומשפחתו.
אנדרע זענען נוהג צי פראבירען פלאנדער, סיבעס ,טעלאפיא.
איך בין נישט זיכער אויב סאיז אויסגעהאלטן לויט אלע דיעות.
נא אדרבה לאמיר הערן נאך עצות פונעם עולם.
פארוואס איז אנדערע פיש נישט אויסגעהאלטן?
חלילה וחס משנה זיין אפילו א זיז כל שהוא פין דרכי אבותינו.
אין מאור ושמש שטייט וועגען דער לאקס פיש, און אזוי איז דער מנהג ביי חסידים ואנשי מעשה, והמשנה ידיו על התחתונה....
אין אמת איז נאך יום טוב יעדעמס ידים אויף די תחתונים......
כהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
קענסט מיר מסביר זיין דיין פראבלעם?
עמעיר זיך טרעפן סוכת צייט און דו וועסט מיר עס מסביר זיין.
איך פלאן נישט צו עסן פלאנדער, וועלעך דיר נישט קענען מסביר זיין
זייט איך האב מיך באקענט מיט ''געפילטע פיש'' דא אין שטיבעל, האט געפילטע פיש גאר אן אנדערע טעם.
ברויך איך דאס נעמען ווי א קאמפלימענט אדער א טשעפע? 😉
געפילטע פישברויך איך דאס נעמען ווי א קאמפלימענט אדער א טשעפע? 😉
נוץ לאגיק וואלט א איד געטשעפעט ערב ר"ה?
כ'פארשטיי נישט וויאזוי דו האסט אפי' צוויי צדידם.
שששש.... זאג נישט אויס אז ס'איז ערב רא....... קען זיין דער שטן דרייט זיך דא, מ'וועט נאך אלעס פארפאטשקענען.
ס' דא יודישע שטיבער וואס מ' עסט וועדזשטעבל טורן אווער אדער ליווער בלינצעס שבת צופרי אבער די ווערן דאך די נישט היימישע, עפטייזערס איז נישט קיין שלעכטע בייפאל ס' קען אמאל צוניץ קומען
אגב געפילטע פיש האט עפעס א ענין פון דג מלא (וואס איז באשאפן געווארן נאך וואס משום איזה סיבה האבן אונזערע עלטערן דאס אנגעהויבן צו מאכן) אבער איך האב עס שוין פארגעסן
'ארימקייט' איז געווען די סיבה פון געפילטע פיש!
געפילטע פיש (נישט די ניק) האבן די ליטפישע מחדש געוועין וועגן די געהעריגע פיש איז דא ביינער ממילה איז דא א חשש בורר
נולד מאוחרכהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
איך ווייס נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז סושי איז פיש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט מייערן א דין פון פיש" ווייל מען עסט מייערן מיט פיש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי סושי וואס מען עסט מיט פיש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן)
נולד מאוחרכהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
רוב פוסקים? מיינסטו חת"ם סופר אדער מנחת יצחק?
ער מיינט אודאי די סושי וואס דו דערמאנסט אז מ' עסט דאס מיט פיש
שרייבערנולד מאוחרכהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
איך ווייס נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז סושי איז פיש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט מייערן א דין פון פיש" ווייל מען עסט מייערן מיט פיש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי סושי וואס מען עסט מיט פיש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן)
איך ווייס אויך נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז שווארמא איז פלייש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט שווארמא א דין פון פלייש" ווייל מען עסט שווארמא מיט פלייש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי שווארמא וואס מען עסט מיט פלייש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן).
געפילטע איך פארשטיי נישט דיין פארגלייך.
שווארמא איז א געוויסע וועג פון בראטן פלייש.
סושי מיינט געקאכטע רייז קאמבאנירט מיט אנדערע עסן, געווענליך טאקע מיט רויע פיש, אבער אפט אנדערע מאכלים.
יידלגעפילטע איך פארשטיי נישט דיין פארגלייך.
שווארמא איז א געוויסע וועג פון בראטן פלייש.
סושי מיינט געקאכטע רייז קאמבאנירט מיט אנדערע עסן, געווענליך טאקע מיט רויע פיש, אבער אפט אנדערע מאכלים.
"Usually raw fish or other seafood"
נולד האט געמאכט א וויץ, שרייבער האט עם גענומען זייער ערענסט, כאילו מ'איז דן להלכה אויב די חפצא פון סושי האט א דין דגים, סא געפילטע האט נישט געקענט שטיל בלייבן, ווייל ער ווייסט דאך נישט ווי אזוי, האט ער געזאגט אז
סושי איז געווענליך פיש, טאקע נישט אלעמאל, אבער געווענליך יא, איי יידל פרעגט אפ אז שווראמא איז דאך בעצם פלייש, נא! פון א קושיא שטארבט מען נישט.
היינט ווען זי איז אויפגעשטאנען, פאר זי האט זיך אריענטירט, רייבט זי די אויגען און פראבירט צי געדענקען וואס איז היינט? קלינען, קויפען, קאכן אדער עסען סעלמאן פיש. שטעלטט זיך ארויס אלע פיר.
ווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.
א נידון אין די פוסקים צו מען קען יוצא זיין מיט דזשעלי פיש...
צוקערווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.
א נידון אין די פוסקים צו מען קען יוצא זיין מיט דזשעלי פיש...
האסט בכוונה ארויסגעלאזט געפילטע?
א רשימה ווען מ'האמער זוכה געווען זיך צו עסן פיש אין די לעצטע 3 וואכן. עס רעכענט נישט אריין די פיינע הערינג אין שול
> 1) "טועמיה" ערב שבת (פאר ראש השנה)
> 2) ליל שבת קודש
> 3) יום שבת קודש
> 4) שלוש סעודות
> 5) מלוה דמלכה
> 6) ליל א' דר"ה
> 7) יום א' דר"ה
> 8) ליל ב' דר"ה
> 9) יום ב' דר"ה
> 10) "טועמיה" ערב שבת שובה
> 11) ליל שבת קודש
> 12) יום שבת קודש
> 13) שלוש סעודות
> 14) מלוה דמלכה
> 15) ערב יו"כ 1
> 16) ערב יו"כ 2
> 17) מוצאי יו"כ
> 18) "טועמיה" ערב שבת
> 19) ליל שבת קודש
> 20) יום שבת קודש
> 21) שלוש סעודות
> 22) מלוה דמלכה
> 23) ליל א' דסוכות
> 24) יום א' דסוכות
> 25) ליל ב' דסוכות
> 26) יום ב' דסוכות
> 27) יום א' דחוה"מ
> 28) יום ב' דחוה"מ
> 29) ליל שבת קודש
> 30) יום שבת קודש
> 31) שלוש סעודות
> 32) מלוה דמלכה
> 33) ליל הושענא רבה
> 34) יום הושענא רבה
> 35) ליל שמיני עצרת
> 36) יום שמיני עצרת
> 37) ליל שמחת תורה
> 38) יום שמחת תורה
סאומטימג איז "פישי" הער...
ערב יוכ"פ האסטו געגעסן פיש ביי ביידע סעודות? ביי די צווייטע סעודה עסט מען דאך נישט קיין פיש ❓
פערינאעס רעכענט נישט אריין די פיינע הערינג אין שול
אויך רעכענט עס נישט אריין די טונא פון פרישטיג (אדער די סושי פון לאנטש 😉 ).
שמואל הלויערב יוכ"פ האסטו געגעסן פיש ביי ביידע סעודות? ביי די צווייטע סעודה עסט מען דאך נישט קיין פיש ❓
דזשעלי פיש זענען דא וואס זענען נישט מקפיד
שמעקי, כ'וואלט געוואלט דיין פיש רעסיפי, סיריעסלי
זר דו פיש איז דיר יעצט ארויפגעקומען??? וואס ברענגסטו יעצט אהער די אשכול געניג געווען מיט פיש
שמעקעדיג, האט עס געלינקט אינעם אנדערן אשכול
פיש וואס מען קאכט אליינס איז קיינמאל נישט אזוי גוט ווי דאס וואס די ווייב קאכט....
נו געמיר איר רעסעפי
חסידישע אידן קאכן דאך אליינס די פיש.
פיש עסט מען נישט ווייל עס איז גוט מען עסט ווייל נשמות ווערען מגולגל אין פיש און מען וויל מתקן זיין די נשמות. וואלט איר נישט געוואלט נאך אייער שטארבען האבען א תיקון דורך א איד וואס עסט אייער פיש? טוט א טובה פאר נאך א איד און עסט פיש ביי די שבת'דיגע און יוםטובדיגע סעודות און זייט מתקן נאך א נשמה וואס האט נישט זוכה געווען פאר א תיקון.
ווען ביזטו געווארן אזא פרומאק ??
צוקערווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.
זעקס סעודות דער ערשטע טעג, איין סעודה נאך דער אנדערע,
אין פאר די וואס זענען זיך נוהג נישט צו עסן חריין ביז שבת בראשית קומט עס אן גאנץ שווערליך.
עס איז פאראן אזויפיל מינים פיש. אזויפיל וועגן עס צו קאכט/באקן/בראטן. און אפשר דארף מען נישט עסן יעדע סעודה פיש.
פארוואס איז 'סאך פלייש' נישט קיין פראבלעם?
איז דא א סאשי געשעפט וואס מאכט כשר לפסח סאשי?
נולד מאוחראיז דא א סאשי געשעפט וואס מאכט כשר לפסח סאשי?
רייז איז קטניות, סא ביי אונז וועסטו עס נישט טרעפן. אבער ביי די ספרדים וואס עסן קטניות איז עס א פסח
אייטעם