☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » זיי רואיג, כ'בין דיר מוחל

זיי רואיג, כ'בין דיר מוחל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1904

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:33 pm

· #46471
זיי רואיג, כ'בין דיר מוחל
ס'איז שוין ערב ערב ראש השנה, ס'קומט שבת, און זונטאג ערב ר"ה גלייב איך אז ישראל קדושים גייען זיך נישט דרייען אויף די געוועב מוז איך ווי שנעלער לאזן וויסן דא פאר'ן עולם א מודעה חשובה.

איבער'ן יאר האבן מיך גענוג און נאך ניקים וויי געטוהן ביודעים ובלא יודעים, ווילענדיג צי אומוועלענדיג. הן די אינגעלישע ניקים הן די מיידלעך {...} (כ'גלייב ס'דרייען זיך דא אויך נשים) -- מאנכע האבן אפען חוזק געמאכט, געוויסע מער כיטרע. ווידעראום זענען געווען אנדערע וואס האבן פשוט הנאה געהאט צו "לייקן" און נאכער אווקגענומען דעם "לייק".

נישט יעדער קען אפען אדער אפילו אין אישי מודה ועוזב זיין, אסאך שעמען זיך צו טון וואס איז ריכטיג און קומען איבערצובעטן. איך פארשטיי דאס. -- און איך בין קיין שלעכטער! איך וויל נישט אז אידן זאלן אריינגיין אינעם יו"ט באזארגט אז זיי האבן נישט איבערגעבעטן זר זהב'ן, ס'נישט מיין טיפ! איך קען דאס נישט דערלאזן!

דעריבער זייט רואיג אידעלע, זארגט נישט מיין ברודער'לע, הער זיך צו צו מיר מיין טאטנ'ס (אבינו שבשמים) נשמה'לע.

"איך - זר זהב - בין מוחל יעדן איינעם במחילה גמורה"!


איך האף (ניין, איך גיי נישט שרייבן אז איך האף אז איר זענט מיר אויך מוחל, ניין סארי 😛 ) אז קומענדיגן מאל וועט איר מער אבאכט געבן פאר איר טוט וויי זר זהב'ן.

א גוטן יו"ט און א כתיבה וחתימה טובה פאר יעדן.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:58 pm

· #46481
Same here,!

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 9:13 am

· #46615
נאך א מזל דו זאגסט מיר, איך בין נישט געשלאפען רואיג ביז יעצט ווייל איך האב נישט געוויסט זיכער אויב דו וועסט מיך מוחל זיין............