☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אינטערסאנטע בילדער פון די וואלן *(ביטע נישט פאליטיק!)*

אינטערסאנטע בילדער פון די וואלן *(ביטע נישט פאליטיק!)*

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1902

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:37 pm

· #46429
אינטערסאנטע בילדער פון די וואלן *(ביטע נישט פאליטיק!)*
ס'טוט זיך א איהערקערעניש אין וויליאמסבורג און ס'שטעלט זיך מנינים...
📎 Voting in williamsburg.jpg 📎 א מנין שחרית איצט אויף קענט....jpg

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:38 pm

· #46430
טי-שורט אין ווילי
📎 גערעכט!.jpg

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:39 pm

· #46431
אז מ'רעדט שוין פון בילדער. דאס איז אין בארא פארק קעגן ר' שמחה פעלדער
📎 בפ.jpg

אךשמח » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:32 pm

· #46555
איך האב א פאנאטישע רייץ פון גיין שטימען און אויסנוצן מיין דעמאקראטישער, ציווילער און איינציגע רעכט וואס מען געט מיר יעדעס יאר פון אריינברענגען נייע פנים'ער אין שטאטישע אמטן.

דאס יאר האב איך באשלאסן אז גענוג. שקרים און פארפירערישע פלאקאטן האט אויך א גבול. און מיין החלטה איז געווען אז מיין שטימע איז א פארלוירענע, און וויבאלד איך געהער נישט צו קיינע פון די גרויסע פארטייען אין ווילי, וועל איך זיך נישט אנשטרענגען און שטיין אין די לאנגע רייעס פאר א באנדע באטריגער.

אבער, עס האט זיך מיר פונקט געמאכט אז איך בין דורכגעפארן מיין געווענליכע שטים פלאץ, און אויב אזוי, וועט מען געבן א בליק וואס דארט טוט זיך, און אז מען וועט נישט דארפן ווארטן לאנג, וועל איך יא אפגעבן מיין שטימע.

איך קום אריין, און דער פלאץ קאכט און באבלט ווי אום שמחת תורה אין ראדני נאך אין די גוטע יארן, און א געמיש פון ווילדע עסקנים פון ביידע פארטייען זענען דארט און פארארבעטן מעשים, האב איך זיך אויסגעדרייט און ארויסשפאצירט, אבער דערנאך געטראכט אז אויב בין איך שוין יא דא, איז דאך אינטערעסאנט צו כאפן א בילד פון די מאסן וואס האבן זיך דארט געשלענגעלט אינמיטן העלן טאג.

ווי, וואס, ווען, האט זיך א פאליציי אפיציר גענומען איבער מיר און ארויסגעפירט מיט קולות אז מען טאר קיינע בילדער נישט נעמען דא, און אזוי האב איך נישט געהאט וואס ארויפצולייגן דא, און די פארטיי שישקעס וועלן נישט האבן די זכי' אז זייערע ווילדע פרצופים זאלן ערשיינען אין קאווע שטיבל.

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 9:35 am

· #46621
דו ביסט עס געוועין, איך האב מיך געווינדערט ווער איז דעי חכם וואס טרייט צו כאפען פיקטשערס