☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה

רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #189

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:47 pm

· #1577
רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
פאר איינער וואס האט איהם גוט געקענט, געקענט זיין ליבשאפט פאר א צווייטען, זיין רצון צו העלפען און צו וועלען העלפען א צווייטע, שלא על מנת לקבל פרס, מיט אזא עניוות, מיט אזא פשטות, מיט א שמחה מיט א אמת'ע שמחה, מקדים שלום לכל אדם, איה העט ואיה הסופר צו שרייבען פשטות'דיגע ווערטער, מיט וואס א יגיעה מכל מיני יגיעות פאר קינדער, אזא ארגניעלקייט, ווען מ'שמועסט נאר מיט קינדער (היינט האבען זיי שוין אליינס קינדער דעם יארגאנג) וואס האבען געהאט אפילו א מינדסטע שייכות מיט איהם, קען נאך צו געבען א קרעכטס "אונז האבען די צדיקים פון אמאהל, אין די קינדער האבען נישט א' ר' שלמה פעלדמאן ווי אמאהל".

בדידי הוי עובדה געקומען לערנען אין זיין מוסד 'תפארת יונה' הלכות תפילין, געקומען צו פארען א ווייטער וועג מיט א בייק, אבער צוגעשפארט דעם בייק פלעג איך א בלאק אוועק, מורא האבענדיק אויף עינים זרים, א בייק רח"ל?, אמאל איז ר' שלמה פונקט אנגעקומען זעהנדיק ווי איך שפאר אזוי צו דעם בייק, פרעגט ער מיר וואס עפעס אזוי ווייט, כ'בין איהם מסביר מ'טאר נישט קומען צו ישיבה מיט א בייק, כ'האב מורא מ'זאל מיר נישט זעהן וכו', - איך האלטן צוריק די טרערען פון מיינע אויגען דערמאנעדיק - ווי מיט א אויסער געווענטליך רחמנות אין זיינע אויגען, פרעגט ער מיר ווי ווייט איך קום, כ'זאג איהם דער אדרעעסס, זאגט ער מיר ס'דא צוויי ברירות, איינס איך קען דיר אויסצאלען פאר א קארסערוויס אדער קען מען כאפען היטש מיט איינער וואס קומט פון יענע געגענט. איך שטיי אזוי אין טראכט, אבער ער לאזט מיר נישט טראכטען, אונז שפאצירען אינאיינעם דעם בלאק צו "תפארת יונה", און ער גיט מיר א זאג: אויב איינער פרעגט דיר זאג איהם אז צו 'תפארת יונה' קען מען קומען מיט א בייק, א יונגעל וואס קומט צו תפארת יונה אזא יונגעל קען האבען א בייק, ווייל איך קום אויך מיט א בייק". ער ווייסט עס מיר "דאס איז מיין בייק".

ער האט מיר דעמאלס אריינגעגעבען אזוי פיל קאנפעדענץ, מיט אזא פשטות האט ער מיר געגעבען חיזוק וואס א קינד דארף. "תפארת יונה" איז איהם נישט גרינג אנגעקומען, אבער ער האט זיך אסאך אפגעגעבען.

פאר מיין חתונה בין איך ספעציעל געפארען קיין מאונט קיסקט צו מקום מנוחתו צו מתפלל זיין אויף זיין ציון.
ר' שלמה ע"ה מיר וועלען אייך קיינמאהל נישט פארגעסן, אייער טעיפס הערען מיינע קינדער, אזוי ווי פאר פורים הערט מען ר' לייבל וויינשטאק ז"ל.

זכותו יגן עלינו

יידל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 7:38 pm

· #1641
Re: רבי שלמה פעלדמאן - מייסד ת"ת תפארת יונה
איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט פון אים, אבער ווי ס'שיינט פון דיינע ווערטער איז ער געווען א גאר טייערע איד, א "דיסקאנטיניוד מאדעל"!! אזעלכע מחנכים דארפן מיר!

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 1:34 am

· #160031
כ'בין א תלמיד פון דעם צדיק וגאון במדות. איך און מיינע ברודער פלעגן וואקן שבת פון די אנדערע עק שטאט הערן זיינע שמועסן און שיעורים. זיין צדקות איז געווען בהצנע לכת. זיין אהבת ישראל, מדת האמת, און מדות ליגט מיר אין די ביינער עד היום. נזכה לילך בדרכיו. תהא זכרו ברוך.

היימישער ליטוואק » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 10:03 am

· #160066
וואס איז ראנג פון פארן א בייק?

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 10:06 am

· #160067
א בייק האט 2 רעדער, ס'איז זוגות. איי א קאר האט 4? א קאר האט אויך א סטירינג וויל, איז 5.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 10:33 pm

· #160217
רויטע וואנצעס
איך און מיינע ברודער פלעגן וואקן שבת פון די אנדערע עק שטאט הערן זיינע שמועסן און שיעורים. תהא זכרו ברוך.