☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מציצה בפה ווערט ווידער א געווער פאר פאליטיק

מציצה בפה ווערט ווידער א געווער פאר פאליטיק

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1887

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:11 pm

· #46066
מציצה בפה ווערט ווידער א געווער פאר פאליטיק
אט איז א קאמפיין פלייער פין די זאליס
📎 654937367.jpg

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:14 pm

· #46069
א בושה

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:27 pm

· #46075
ווי ליגט פאליטיק ווען יעדע שטדלנות וואס ujo טיעט נעמען זיי זיך די קרעדיט
וואס דען?
וואס איז די חודיש?
חוץ אז ווילסט זטגן אז די גאנצע קאמפעני ujoמיינט
נאר פאליטיק
אויף דעם פאדערט זיך א אשכל פאר זיך

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:29 pm

· #46076
a1b2
ווי ליגט פאליטיק ווען יעדע שטדלנות וואס ujo טיעט נעמען זיי זיך די קרעדיט
וואס דען?
וואס איז די חודיש?
חוץ אז ווילסט זטגן אז די גאנצע קאמפעני ujoמיינט
נאר פאליטיק
אויף דעם פאדערט זיך א אשכל פאר זיך

זיי בעסער מסביר וואס די ווילסט דא, ביטע

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:34 pm

· #46079
וואס הייסט אז מען שפילט פאליטיק
אז ער נעמט זיך די קרעדיט?

NAVY SEAL » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:10 pm

· #46106
קלאר
א בושה


וואס איז די בושה? אז דיין רבי איז אויפן פיקטשער?....

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:29 pm

· #46144
זייער כח קומט פון אונזער וואל כח

וועמענס כח? די רבנים?

גדעון » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:55 pm

· #46186
איך זוך נישט צו פארענטפערן גארנישט אבער ס'איז כדי צו וויסן אז אין די ujo אפיסעס הענגט נישט קיין איין פלייער איבער די וואלן אדער איבער פאלעטישאנס בכלל, דארט הענגט נאר צעטליך איבער פראגראמען וואס איעדער קען געניסען.
די צעטיל איז א שטיקל ענטפער איבער די עמערס שמוץ וואס די ארונים גיסן אויף רמ"ד ניעדערמאן, און אז די ציבור'ס וועהלן איז די כח אונטער די גרעסטע עסקן פון וויליאמסבורג.
איך וואונטש עס נישט פאר קיינעם אבער ווען איינער פון ענק וועט ח"ו זיין אין א צרה וועלן מיר זעהן אויב ער וועט אנרופען גערי אדער ר' משה דוד'ן.

ראדני_שדכן » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:04 am

· #46204
זאג פארקערט, פאליטיק איז א געווער פאר מציצה בפה, ווייל ווען נישט ר' משה דוד'ס כח וואס קומט מיט זיין מעכטיגע בלאק וואוט, וואלט ר' משה דוד נישט געהאט קיין געווער, אויף וואס דען בעט ר' משה דוד מען זאל גיין וואוטן? ער טוט עס נאר אויף אויפצוטון אין אידישקייט ענינים און העלפן אידן.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:48 pm

· #46338
די עד וואס קלאר האט אהערגעברענגט איז א נידריגע אקט! חוץ די חוצפה פון נוצן די זעלבע קאלירן אין פאנדס פאר זייער קאמפיין און פאר די מציצה קאמפיין!! דאס ווייזט אז ער/זיי האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט, גרייט צו נוצען און חרוב מאכן יעדע הייליגע מערכה פאר זיינע/זייערע פריוואטע פאליטיקס, יא זיי וועלן קאלט מאכן יעדע טראפקעלע אידישקייט, מיטן קאלט מאכן יעדן לכל דבר שבקדושה צו ניצן אלעם הייליגסטן פאר זייערע פאליטיק'ס! די פאקט אז די מציצה אישו איז נאכאמאל ארויפגעקומען אויפן טיש ווייזט אויף עפעס! יא! אז מ'ניצט אלע אינטערשריפטן פאר פריוואטע צוועקן און מחלוקת קוקט מען אזוי אויס! בלומבערג קען אויך די געימס!
אזאנס צו טוהן קען ליידער צוברענגן אז רבנים וואס האבן אוועקגעלייגט זייערע פאליטיק ווייטאגען און זיך צוזאמגעזעצט מיט זייערע אינטערברענגערס וועלן פריש דארפן טראכטן צו "וועט נישט מיין זיך צושטעלן מיך פשוט פאטשן אין פנים?"

דאס איז אן אומחריות'דיגע אקט אזוי ווי די הפקירות פון פייטן א יעדן פאליטישען וואס איז נישט מיטגעגאנגן מיט די שפאן פון וויטא לאפעז! יא! נישט אז דער פאליטישען האט זיי געזיכט אינטערצוברענגן, דער פאליטישען האט געזיכט צו לעבן גוט מיט זיי, אבער מ'איז נאכגעגאנגן דעם עוכר ישראל לאפעז ימ"ש מיטן קאפ אין וואנט אריין!

ליידער די תוצאה איז שוין ארויסגעקומען! און די ניו יארק סיטי באורד פון העלט האט ליידער באשטימט די נייע מציצה בפה געזעץ! נאכן בא'שגצ'ן די דעלעגאציע נעכטן מיט קולי קולות און זיי זענען ארויס פון דארט בבושת פנים

קרעקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:24 pm

· #46362
וער זאגט אז די צעטיל איז א עכטע? אפשר האט עס איינער געמאכט ביי זיך אויפען קאמפיוטער אין ארויפגעלייגט דא?
אפילי סאיז יא עכט קען אויכעט זיין אז א שמויגער האט ער ארויסגעפרינט און ארויפגעלייגט אויפען גאס
היינט אין ווילאמסבורג קען יעדער ראצער טין וואס ער וויל הענגען שרייען פליקען און מווערט נאך א העלד דערפאר

איך האב דע צעטיל נישט געזען אויפען גאס, אבער כהאב יא געזען ריזיגע פאסטערס וועגען די וואלען אנגעשפריצט מיט רויטע בלוט און שרייעדיגע קעפלעך אז מהאט געליטען אזויפיל בלוט דע יאר דעריבער גייט וואטען פאר קאטשאטשקי (כווייס נישט וויזוי ער הייסט)
וויאזוי זאגט נאר יענע רבי? סאיז נישט קיין גריל נאר א גרויל!!!!!

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:31 pm

· #46366
קרעקער
וער זאגט אז די צעטיל איז א עכטע? אפשר האט עס איינער געמאכט ביי זיך אויפען קאמפיוטער אין ארויפגעלייגט דא?
אפילי סאיז יא עכט קען אויכעט זיין אז א שמויגער האט ער ארויסגעפרינט און ארויפגעלייגט אויפען גאס
היינט אין ווילאמסבורג קען יעדער ראצער טין וואס ער וויל הענגען שרייען פליקען און מווערט נאך א העלד דערפאר

איך האב דע צעטיל נישט געזען אויפען גאס, אבער כהאב יא געזען ריזיגע פאסטערס וועגען די וואלען אנגעשפריצט מיט רויטע בלוט און שרייעדיגע קעפלעך אז מהאט געליטען אזויפיל בלוט דע יאר דעריבער גייט וואטען פאר קאטשאטשקי (כווייס נישט וויזוי ער הייסט)
וויאזוי זאגט נאר יענע רבי? סאיז נישט קיין גריל נאר א גרויל!!!!!

די צעטל איז געהאנגען געווארן ביי די זעלבע מענטשן וואס האבן געהאנגען אלע צעטליך פון אלאהאווסקי (צו קאטשאטשקי ווי דו רופסט אים...)

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:48 pm

· #46402
לדעתי ברענגן זיך די זאליס זייער אראפ מיט דעם פאוסטער מושים כמה טעמים
נאר עס איז נאר כדי אנצומערקן ווי די גאנצע עסקנות פין משה דוד איז איין שטוק פאליטיק

עס איז געלונגן צו ארגענעזירן אן אסיפה וואס כ''ע מודה אז ס'געווען א מעכטיגע דורכברוך
צו ברענגן די ברודער ביי איין טיש צו מלחמה האלטן מיט די מערכה
ר' אהרן האט מסכים געווען צו קומען מושים נחיצות הענין טראץ וואס...
נעמט משה דוד א בילד אין ניצט דאס פאר זיין קאמפיין..

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מציצה ווערט געניצט פאר פאליטיק
נאר, דא האט אויסגעקוקט ווי ער איז שוין אביסל ערענסטער

אין א זייטיגע נאוט
מן הסתם האט נישט משה דוד מורא פין מהרז''ל'ס א''ג הקפדה...

גאלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:02 pm

· #46405
ס'עפעס אזוי מן השמים און איראניש אז פונקט אין די טאג פון די וואלן,
וואס ווען מ'איז ווען באחדות וואלט מען אפשר געקענט אפשרייען די גזירה,
האט דער גרויליקער נבלה מייקל בלומבערג שר"י, 3 טאג פאר ר"ה,
אויסגעפירט די גזירה צו אפשרעקן אידישע קינדער פון מכניס זיין בני ישרא' בבריתו של א"א, רח"ל!!
ס'קיין ספק אז די שוואכערע סארט אידן וואס קענען האבן שוואכקייטן צו בכלל מל'ן זייערע קינדער וועט עס אנטמוטיגן צו אינגאנצן נישט מל'ן!
וואס האט איהם דער אייבישטער אזוי שלעכטס געטאן!
ס'גייט איהם גוט, לעבט א גוטן טאג, כבוד געלט,
ס'קיין ספק אז ס'בחינה ומשלם לשונאיו להאבידו על פניו!
נישט דער שחור דינקינס, נישט דער טאליענער גוי דשוליאני
איז בייגעפאלן צו טשעפען די רעליגיע פון עם ישרא',
ס'א מצוה צו פיינט האבן דעם בלומבערג
ער איז א שונא פארן אייבירשטן!
איך בין זייער דיפרעסט פון דעם אנטוויקלונג!!!
איינער קען מיר געבן חיזוק,

פיינע קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:10 pm

· #46408
איך בין מוחה קעגן די בילדער וואס הענגט אין אלע גאסן, געמאכט דורך הר"ר משה דוד נידערמאן פון ujo. נגד רצון צדיק וואס האט בפירוש פארבאטן בילדער
ובפרט ווי מען זעהט ווי הגז"ל שליט"א דרימעלט אינמיטען אזא געהויבענע אסיפה. א חרפה ובושה. פרחי החסידים צייגן אן אז טאקע צוליב עובר זיין אויפן רבינ'ס הקפדה האט די סיטי פארבאטן מציצה בפה.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:25 pm

· #46421
און פארוואס/ווי איז די פאפא רבי איז פארשווינדן געווארן???

נס קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:17 pm

· #46443
איך האב די צעטיל נישט געזעהן אין ערגעץ

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:20 pm

· #46445
איך יא
ווי אויך באקומען פון צוויי גאר גרויסע זאליס אין פי.די.עף.

דא האסטו עס הענגן
📎 מציצה פאוסטער אין ווילי.JPG

נס קאווע » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:22 pm

· #46447
אגב האט מען געטיילט פרישטיג דארט??
עפעס עסן האב איך געזעהן אויפן טיש כ'האב געמיינט אז ס' די בחורים'ס אבער איבעראל געזעהן די זעלבע זאכן

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:24 pm

· #46448
נס קאווע
איך האב די צעטיל נישט געזעהן אין ערגעץ

וואס הייסט האסט נישט געזעהן?
עס האט דאך נעכטן געהאנגען אין גאנץ וויליאמסבורג....
אין קיין אנדערע געגנט האט מען עס נישט געהאנגען {דערווייל}

די זאליס האבען נאך נעכטן נישט געהאט קיין שכל צו לייקענען דעם צעטיל
זיי האבען עס אפי' ארומגעשיקט אויף זייער טוויטער אקאונטס

NAVY SEAL » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:39 pm

· #46476
פיינע קאווע
איך בין מוחה קעגן די בילדער וואס הענגט אין אלע גאסן, געמאכט דורך הר"ר משה דוד נידערמאן פון ujo. נגד רצון צדיק וואס האט בפירוש פארבאטן בילדער
ובפרט ווי מען זעהט ווי הגז"ל שליט"א דרימעלט אינמיטען אזא געהויבענע אסיפה. א חרפה ובושה. פרחי החסידים צייגן אן אז טאקע צוליב עובר זיין אויפן רבינ'ס הקפדה האט די סיטי פארבאטן מציצה בפה.


סאיז א סקרין שאט פון די ווידאו וואס איז געמאכט געווארן דורך בחצרות....