☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א באריכט פין הימעל

א באריכט פין הימעל

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1886

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:13 pm

· #45999
א באריכט פין הימעל
קול מבשר האט א אנטערוויא
מיט איינער וואס איז גווען אין
הימעל אין דערציילט א באריכט
וואס דארט טיעט זיך
עס לויט זיך צו הערן
נאכדעם וועט מען עס דא
דבעטען

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:16 pm

· #46000
תורה לאו בשמים הוא.
דא אויף דער וועלט פארשטייט מען אסאך בעסער ווי אויפן כלומר'שטן הימל.
אגב, סדא אסאך קריסטליכער וואס פארציילען אויך די זעלבער מעשה, מיט איין קליינער שינוי, זי האבען זיך געטראפן דארט מיט יאשקע, [און ניין, נישט ווי ער בראט זיך אין צורה רותחת] ממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אזלעכער מעשיות.

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:19 pm

· #46002
א בישה
קול מבשר
פאררען עס אריינלייגען עס איז אפי נישט גוט פאר פורים

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:24 pm

· #46007
לעיקוואד
תורה לאו בשמים הוא.
דא אויף דער וועלט פארשטייט מען אסאך בעסער ווי אויפן כלומר'שטן הימל.
אגב, ס'דא אסאך קריסטליכער וואס פארציילען אויך די זעלבער מעשה, מיט איין קליינער שינוי, זי האבען זיך געטראפן דארט מיט יאשקע, [און ניין, נישט ווי ער בראט זיך אין צורה רותחת] ממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אזלעכער מעשיות.

הייסט אז בעצם ווער עס פארציילט אזא מעשה איז עס אמת
האסט נאר א פראבלעם אז זייער מעשה שטימט נישט מיט אונזער
תורה מוז מען זאגן תורה לא בשמים

צדיקל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:32 pm

· #46012
וואס פארציילט ער?

נפתלי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:35 pm

· #46013
איך ווייס נישט פארוואס קול מבשר האט זיך יעצט דערמאנט דערפון
די מעשה האט פאסירט 15 יאר צוריק שנת תשנ"ז און ס'איז דעמאלטס געווען ברייט באריכטעט און אויסגעשמועסט אין אלע צייטונגען אין א"י
ווילסט אנפאנגען איבערקייען אלטע שטרוי? נאו פראבלעם לעט די דייס ראול
נאר פאר מ'הייבט אן מאך א סוירטש אויף 'שרון נחשוני' און באקען דיך מיט די מעשה און פאקטן און אלעס ארום

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די מעשה

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:39 pm

· #46014
אויף לדעת איז לעצטענס געוועין א גליון וואס האט שיין באשריבען די גאנצע מעשה

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:40 pm

· #46015
a1b2
לעיקוואד
תורה לאו בשמים הוא.
דא אויף דער וועלט פארשטייט מען אסאך בעסער ווי אויפן כלומר'שטן הימל.
אגב, סדא אסאך קריסטליכער וואס פארציילען אויך די זעלבער מעשה, מיט איין קליינער שינוי, זי האבען זיך געטראפן דארט מיט יאשקע, [און ניין, נישט ווי ער בראט זיך אין צורה רותחת] ממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אזלעכער מעשיות.

הייסט אז בעצים ווער עס פארציילט אזא מעשה איז עס אמת
האסט נאר א פראבלעם אז זייער מעשה שטימט נישט מיט אונזער
תורה מיז מען זאגן תורה לא בשמים

נו נו, גוט אפגעלערנט מיין שיטה..
ערנסט גערעדט קלער איך נישט אז די אלע מעשיות זענען פראסטע ליגנט, נאר זעהט אויס סאיז אמת אז א מענשט קען האבן אזעלכער דמיונות/חזיונות , די שאלה איז נאר צי מען קען עפעס לערנען פון אזא זאך.
בימי חורפי פלעג איך אמאל אויף זיין ביי די נעכט אויסהערן coast to coas tam דארט זענען די אלע מיני דמיונות באריכטעט נאכט נאכטליך.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:38 pm

· #46054
לעיקוואד
בימי חורפי פלעג איך אמאל אויף זיין ביי די נעכט אויסהערן coast to coas tam דארט זענען די אלע מיני דמיונות באריכטעט נאכט נאכטליך.

גם אני בחלומי... די שאו עקזעסטירט נאך?

עולם_גולם » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:59 pm

· #46063
געפילטע פיש
לעיקוואד
בימי חורפי פלעג איך אמאל אויף זיין ביי די נעכט אויסהערן coast to coas tam דארט זענען די אלע מיני דמיונות באריכטעט נאכט נאכטליך.

גם אני בחלומי... די שאו עקזעסטירט נאך?


עס עקזעסטירט נאך, אבער עס האט שוין נישט דעם זעלבן טעם, זינט ארט בעלל האט ריטייערט.

zurich » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:33 pm

· #46077
הער אויס אויב ס'אמת צו נישט ווייסיך נישט,ס'קען זיין ער איז א פשוטע בעל דמיון.
אבער דאס איז אינטערסאנט אז זיין מעשה שטימט מיט די מוסר ספרים וואס לייגן אראפ וויזוי ס'זעיט אויס ווען די נשמה גייט ארויס פון די מענטש!!

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:41 pm

· #46084
zurich
הער אויס אויב ס'אמת צו נישט ווייסיך נישט,ס'קען זיין ער איז א פשוטע בעל דמיון.
אבער דאס איז אינטערסאנט אז זיין מעשה שטימט מיט די מוסר ספרים וואס לייגן אראפ וויזוי ס'זעיט אויס ווען די נשמה גייט ארויס פון די מענטש!!

ער איז אויך געווען אין חדר אין זיינע רביס האבען אים אויך געזאגט וואס עס שטייט אין די
ספרים ער איז גארנישט קיין בעל דמין ער איז יא א בעל עטענטשען
הנה טעמא ד פיש ודיביק

zurich » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:46 pm

· #46090
למעשה איז ער געוועין קליניקעל דעד אין פארן עקסידענט איז ער געוועין א חלוני נכון?
וואס עפעס איז ער געווארן פרום נאכדעים??

און וואס עפעס שטערט דיר אז די מעשה איז אמת גלייבסט נישט אין א עפטער ווארלד??

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:54 pm

· #46093
zurich
למעשה איז ער געוועין קליניקעל דעד אין פארן עקסידענט איז ער געוועין א חלוני נכון?
וואס עפעס איז ער געווארן פרום נאכדעים??

און וואס עפעס שטערט דיר אז די מעשה איז אמת גלייבסט נישט אין א עפטער ווארלד??

ח'ו נאר די רבי האט אפי נישט געגלייבט מעשת בעשהק זאל איך דעס גלייבען
איו נאעדעם ווייסט וויפיל געלט ער האט געמאכט פין די מודיא

נפתלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:49 am

· #46256
zurich
אבער דאס איז אינטערסאנט אז זיין מעשה שטימט מיט די מוסר ספרים וואס לייגן אראפ וויזוי ס'זעיט אויס ווען די נשמה גייט ארויס פון די מענטש!!

גראדע שטימט עס נישט מיט אסאך פרטים קוק אריין אין ראשית חכמה, קען זיין ער האט אויסגעלאזט פרטים ביים פארציילן

גלות יוד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:43 pm

· #46335
ער דערציילט אז ארויפקומענדיג אין הימל האט ער געטראפן רב כדורי און רב בצרי וואס פונקט זיי? מיין שכל זאגט מיר ווייל די צוויי האט ער געהאט אויפן צינג פונקט, ווייל ער איז א ספרדי און עס הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה

עולם_גולם » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:07 pm

· #46352
לעיקוואד

אגב, סדא אסאך קריסטליכער וואס פארציילען אויך די זעלבער מעשה, מיט איין קליינער שינוי, זי האבען זיך געטראפן דארט מיט יאשקע, [און ניין, נישט ווי ער בראט זיך אין צורה רותחת] ממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אזלעכער מעשיות.


אין די גוישע וועלט הייסט עס Near death experience

טראכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:39 pm

· #46368
אפשר איז ער גאר געווען אויפן עולם הדימיון

נאך א פשט » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:05 pm

· #46407
ספרדים טרעפן די ספרדישע חכמים, חסידים טרעפן דער בעש"ט, קריסטן טרעפן יאשקע, אראבער טרעפן מחמוד, נישט גלויביגע טרעפן געשטארבענע משפחה און אזוי ווייטער. דאס אלעס געשעהנט נאר אין די מוח פונעם מענטש און האט נישט קיין שייכות מיט דער מציאות.
די וועסט קיינמאל נישט הערן אז א יוד האט געטראפן יאשקע און אן אראבער האט געטראפן משה רבינו, אדער אז א יוד האט געזען די זיבעציג זונות און א טשייניז האט געזען א ברענעדיגע גהינום.

green sunday » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:45 pm

· #46436
לעמיל
אויף לדעת איז לעצטענס געוועין א גליון וואס האט שיין באשריבען די גאנצע מעשה


ladaat.net/showgil.aspx?par=20120901&gil=580