☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כ''ה באלול יום בריאת העולם

כ''ה באלול יום בריאת העולם

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1884

outspoken » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:49 pm

· #45956
כ''ה באלול יום בריאת העולם
היינט כ''ה לחודש אלול איז די יום בריאת העולם, פארוואס היינט איז נישט ראש השנה, נאר אין 6 טעג ארום ווען דער (קליינער) מענטש איז באשאפען געווארען, איז צו ווייזען אז דער עיקר פון די גרויסע וועלט, בערג, וועלדער, ימים, און אלעס וואס ס'דא דערין איז נאר א טפל צום מענטש.

פון דא איז א שטיקל ראי' צו די ליובאוויטש'ער מנהג צו מאכען א BIRTHDAY PARTY.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:59 pm

· #45964
אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?

פארשטאנד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:06 pm

· #45970
די קשיא איז אסאך שטערקער, וויאזוי איז שייך בכלל צו זאגן אזויפיל אדער אזויפיל טעג פאר בריאת העולם ווען 'זמן' בעצם איז א בריאה באשאפן געווארן ביי די בריאה?

outspoken » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:09 pm

· #45973
די רבוש''ע האט אזוי אויסגעשטעלט די מזלות אז ר''ה זאל אויסקומען אנהויב חודש (ס'איז דא אסאך טעמים דערויף) פארדעם רעכענט מען צוריק 6 טעג.

outspoken » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:11 pm

· #45975
פארשטאנד
די קשיא איז אסאך שטערקער, וויאזוי איז שייך בכלל צו זאגן אזויפיל אדער אזויפיל טעג פאר בריאת העולם ווען 'זמן' בעצם איז א בריאה באשאפן געווארן ביי די בריאה?

נישט פאר ''בריאת העולם'' נאר פאר ''בריאת האדם''.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:17 pm

· #45978
שמואל הלוי
אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?

אז קיינער ווייסט נישט וועל איך זאגן. אין מדרש רבה (פ' בראשית) שטייט אז די חשבון פון כ"ה אלול איז לויטן חשבון פון די תתקע"ד דורות וואס זענען געווען פאר בריאת העולם.

צדיקל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:17 pm

· #46001
בריאת העולם במחשבה כמבואר בתוספות (ר"ה דף כ"ז.) בתשרי עלה במחשבה להבראות ולא נברא עד ניסן

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:47 pm

· #46020
שמואל הלוי
שמואל הלוי
אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?

אז קיינער ווייסט נישט וועל איך זאגן. אין מדרש רבה (פ' בראשית) שטייט אז די חשבון פון כ"ה אלול איז לויטן חשבון פון די תתקע"ד דורות וואס זענען געווען פאר בריאת העולם.

וואס איז דער חשבון? און די קשיא אז זמן איז א בריאה איז שווער אויף דעם אויך.

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:08 pm

· #46027
אויב באשלוס איך אז היינט איז ר"ח תשרי, איז אויטאמאטיש נעכטן כ"ט אלול. די זעלבע מיט בריאת העולם. דער אויבערשטער האט באשטימט ר"ה הערשט אין די זעקסטע טאג פון די בריאה און אויטאמאטיש איז די ערשטע טאג געפאלן אין כ"ה אלול.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:43 pm

· #46087
יידל, ווי שטענדיג האסטו דעם קאפ אויפן פלאץ!

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:56 pm

· #46096
נו ס'איז דאך א דבר ידוע אז די "יידעלעך" האבן שטענדיג דעם קאפ אויפן פלאץ