☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועד משמרת הברית

וועד משמרת הברית

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1882

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:19 pm

· #45901
וועד משמרת הברית
און ווילאמסבאורג טיט זיך ב"ה אן איבערפלוס פון צענדליגער און טויזענטער וועד'ס יעדע שטיק צייט עפענט זיך א פרישע וועד אדער עס פארמאכט זיך אן אלטע ואכמ"ל בזה לעצטענס זעה מען בראשורען און עדס ווי עס איז אויפגעקומען א פרישע וועד מיטען נאמען "ועד משמרת הברית" בין איך זייער נייגעריג ווער אלץ פירט אן די פי. אר. קאמפעני? טוען זיי עפעס חוץ קאמפיינען ? און אזוי ווי איך בעלאנג און סאטמאר ק"י ווי די רבי שליט"א האלט און איין איבער זאגען איבער די געפאר וואס עס ליגט און די גזירה בין איך נייגעריג צו עס פעלט אויס צו קאמפיינען און אנדערע ווערטער וואס איז יעצט די דעת הקהל סאיז א פראבלעם ? אדער נישט

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:11 pm

· #45927
איך האב פונקט פריער געטראכט צו עפענען א אשכול דערויף.
דער נייע וועד משמרת הברית האט מיר אויך באלד געכאפט דאס אויג.

ווי עס שרייבט,
וועד משמרת השטיבל.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:20 pm

· #45931
די נאמען איז מער פאסיג פאר א וועד וואס נעמט קער פון חברה וואס זענען פארזינקען בפגם הברית 😉

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:40 pm

· #45947
מער פאסיג פאר אזעלכע וועלכע זענען אליין פארזינקען.........

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:43 pm

· #45951
פארוואס קען מען נישט וויסן ווער ס'איז אויפן וועד משמרת הברית? עס איז א בושה צו זיין אויף דעם וועד?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:48 pm

· #45955
איך קריטיקיר נישט דעם צוועק. ביי אונז איז אבער דא אזא זאך, אז ווען עסקנים ווילן זיך מאיזה סיבה נישט ארויסשטעלן מיט די נעמען, מאכט מען א "וועד" און דער נאמען פונעם וועד פיגורירט אלס רעדנער אויף די פלאקאטן און אונטערנעמונגען.

אזוי לאנג ווי אזא "וועד" טוט גארנישט אויסער ברענגען דעם ציבור'ס אויפמערקזאמקייט צו געפאדערטן ציל, דעמאלט, מהיכי תיתי, פארוואס נישט. איינמאל דער וועד פארלאנגט מעשים אדער געלט, וואלט געווען יושר אז דער ציבור זאל וויסן ווער עס רעדט דא. א POB אדער א טעלעפאן נומער וואס פירט צו א רעקארדינג מאשין איז נישט עפעס וואס עמיצער נעמט ערנסט.

הדד בן בדד » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:52 pm

· #45959
נו, און דער נייער וועד האט נישט עפעס וואס טוט זיי אידענטיפיצירן עפעס מער? טאקע למשל א טעלעפאן נומער, אויף וועמענס נאמען איז דער ליין, וואס הערט מען ווען מען רופט אן דעם נומער?

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:05 pm

· #45969
יידל
פארוואס קען מען נישט וויסן ווער ס'איז אויפן וועד משמרת הברית? עס איז א בושה צו זיין אויף דעם וועד?

ווער עס שטייט אונטער "איחוד הקהלות" ווייסטו יא?

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:28 pm

· #45981
כ'בין זעכער אז עפעס ווילן זיי... אבער אין פאקט אויב געדענק איך גוט האט מען די פאריגע'ס מאל ווען די וועד האט זיך געגרינדערט אפאר יאר צוריק, און זיי האבן צאמגענומען חתימות פונעם וויליאמסבורג'ן עולם האבן זיי דאס נאכדעם געניצט צו באקריווען א ציבור, וואס צום ביטערן געלעכטער האבן די אידן אינטערגעשריבן צום מעיאר אז מ'זאל זיי אליינס ארויסווארפן פון געוויסע פלעצער ווי זיי זענען יארן געווען בעה"ב אדער זיך געדרייט..

דערנאך האט דער וועד ערלעדיגט אז מעיאר בלומבערג זאל צוזאגן פאר התאחדות הרבנים אז ער גייט נישט צורירן צו די 'מציצה בפה' אישו, און פארדעם (מיינעך די ערשטע מאל אין זייער היסטאריע) האט סאכדעס אינדראסירט בלומבערג פאר נאך א טערמין! יעצט וואס איז געווארן מיט די צוזאג און אינטערשריפטן ווייסן נאר די וועד.

יעצט קלעבן זיי גאר שרעקעדיגע פאוסטערס מיט שרייעדיגע קאלירן

אז מ'זאל איינרייסן היינט און מארגן. ווי אויך האבן זיי שוין ארויסגעגעבן א קונטרס איבער די מציצה אישו.

*

במאמר המוסגר: ס'איז נאר אינטערסאנט, אז דער אלאהאוסקי וואס לויפט פאר דיסטריקט לידער האט אקוראט די זעלבע גרעפיקס, ס'ברויך אן עקסטערע באהאנדלונג זייערע בליטיגע עדס

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:33 pm

· #45982
שמואל הלוי
יידל
פארוואס קען מען נישט וויסן ווער ס'איז אויפן וועד משמרת הברית? עס איז א בושה צו זיין אויף דעם וועד?

ווער עס שטייט אונטער "איחוד הקהלות" ווייסטו יא?

יא. ר' נחמיה גאטליעב, משה דרו און מייזעלס (איך געדענק שוין נישט זיין ערשטער נאמען, ער האט געהאט אן אינטערוויו מיט קול מבשר מטעם איחוד הקהילות).

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:41 pm

· #46037
שמואל הלוי
די נאמען איז מער פאסיג פאר א וועד וואס נעמט קער פון חברה וואס זענען פארזינקען בפגם הברית 😉

איך בין געווען זיכער ס'האט עפעס מיט ועד הצניעות...

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:00 pm

· #46038
זיי העטן זיך געדארפט רופן "וועד משמרת המציצה" צו מאכן קלארער די מטרה פונעם וועד.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:36 pm

· #46052
אגודת המוצצים, אדער איחוד מוצצי ברית קודש.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:17 pm

· #46070
ובנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר המוצץ דמים תרתי משמע שליט"א

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:09 pm

· #46189
געפילטע פיש
אגודת המוצצים, אדער איחוד מוצצי ברית קודש.

הממ אריין אין מאחורי...

גוטזאגער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:04 am

· #46635
נאכען כאפען א שפאציר און די ברייטע קראדיקארן פונעם קאווע שטיבעל זע איך אז עס פעלט טאקע יא אויס צו קאמפיינען איבער דח געפאר פון די גזירה

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:08 am

· #46636
גוטזאגער
נאכען כאפען א שפאציר און די ברייטע קראדיקארן פונעם קאווע שטיבעל זע איך אז עס פעלט טאקע יא אויס צו קאמפיינען איבער דח געפאר פון די גזירה

על זה נאמר ווער עס פארשטייט...... ווער עס וויל עס נישט פארשטיין איז א שאד זיך זיך צו מתווכח זיין מיט אים

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:18 am

· #46638
געפילטע פיש
אגודת המוצצים, אדער איחוד מוצצי ברית קודש.

מציץ ונפגע...

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 5:19 pm

· #46716
גוטזאגער
און ווילאמסבאורג טיט זיך ב"ה אן איבערפלוס פון צענדליגער און טויזענטער וועד'ס יעדע שטיק צייט עפענט זיך א פרישע וועד אדער עס פארמאכט זיך אן אלטע ואכמ"ל בזה לעצטענס זעה מען בראשורען און עדס ווי עס איז אויפגעקומען א פרישע וועד מיטען נאמען "ועד משמרת הברית" בין איך זייער נייגעריג ווער אלץ פירט אן די פי. אר. קאמפעני? טוען זיי עפעס חוץ קאמפיינען ? און אזוי ווי איך בעלאנג און סאטמאר ק"י ווי די רבי שליט"א האלט און איין איבער זאגען איבער די געפאר וואס עס ליגט און די גזירה בין איך נייגעריג צו עס פעלט אויס צו קאמפיינען און אנדערע ווערטער וואס איז יעצט די דעת הקהל סאיז א פראבלעם ? אדער נישט

איך מיין לפענ"ד אז ס'איז א סאך בעסער און געזונטער ווען דער אויבנדערמאנטער וועד "טוט גארנישט" (אויסער טרינקען קאווע און שפילן אויפ'ן קאמפיוטער, פארשטייט זיך.) ווי וען זיי "טוען" יא.