דעת מרן הברך משה זי"ע איבער זיין זון אדמו"ר מוהרז"ל שליט"א
זעענדיג די אשכול האב איך געטראכט אז עס איז נישט מער ווי פאסיג צו עפענענן די פאלגענדע אשכול, ווי עס איז דא די באקאנט ווערטעל, "אז מען עסט שוין חזיר זאל מען שוין אזא פעט שטיקעל אזאש עס זאל רינען דערפון" אויב צימעס איז געווארען א פלאטץ ווי מען קען זיך אפרעכענען מיט רבנים ואדמורים נישט לעבדיגע און יבלחט"א לעבדיגע רבנים, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז אז מען זאל אלעס אויסשמיעסן, און יענע אשכול האב איך נישט געוואלט מגיב זיין ווייל איך וויל נישט האבען א חלק און פארשעמען א רבי וואס לעבט שוין נישט, איך האלט אז יענע אשכול פארשעמט צוויי מענטשן, איינער אויף וועם מען זאגט די מעשה, און דער צווייטער אויף וועם מען זאגט אז ער האט עס דערציילט,
וזאת למודעי, איך האב נישט געפענט די אשכול פיר טעג פאר ראש השנה אז מען זאל באמת שרייבען אלעס וואס ליגט אויפן מחשבה, איך האף אז די אשכול וועט ווערען אפגעשפארט, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה צו ווייזען, אז יעדע חלק פינעם עבר איז מעגליך צו דרייען לויטען אייגענעם געשמאק, אויף יעדעם איינעם איז שייך צו דערציילען וואס אימער און ווען אימער סיי צו ער לעבט יא און סיי צו ער לעבט נישט,