זר זהבדי אלף פון חטא זאגט מען נישט ארויס. עסטע פרעגן אזוי ווי איך האב געפרעגט אז די וא"ו פון אגוז זאגט מען דאך אויך נישט ארויס. איז אבער דער וא"ו מאכט די נקודה פונעם ווארט אגוז (א חולם)
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר געפאסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.
איך האב אמאהל געהערט א פשט, אז איינער איז חוטא פארגעסט ער דאך פונ'ם 'אלופו של עולם' מילא פארשטייט מען פארוואס מען רעכנט נישט די 'א' פון חטא
חוץ מזה איז דא נאך א פשט (נישט די ניק...) פארוואס מען עסט נישט קיין ניס, וויבאלד עס איז מרבה כיחה וניעה און עס שטערט צו דאווענען, לויט דעם זאגט די מג"א (סי' תקפ"ג סק"ד) איז די קפידא נישט דווקא אויף אגוז וואס איז גימטריא חטא נאר אויף אלע מיני ניסלעך
די כף החיים קריגט אויף דעם און זאגט אדרבה, לויט דע טעם אז עס איז מרבה כיחה וניעה דארף יעדער איינער פאר זיך וויסען וועלכע מאכל איז ביי אים מרבה כיחה וניעה, און לאוו דווקא אגוזים, נאר די רמ"א האט אנגעכאפט אגוזים ווייל דאס האט אויך די טעם פון גימטריא און ווייל ביי אסאך מענטשען איז דאס מרבה כיחה וניעה,
לויט דעם כף החיים איז די קלויזענבורגער רב זצ"ל מתיר און א תשובה (מכתבי תורה ח"א דף קע"ד) צי עסען ארבעס ביי א שלום זכר וואס קומט אויס בראש השנה שחל בשבת, ווייל כהיום זעהט מען ביי רוב מענטשען איז ארבעס נישט מרבה כיחה וניעה
אבער עס איז משמע פון די רמ"א בשם די מהרי"ל אז דווקא ראש השנה איז דע חשש פון ריבוי כיחה וניעה, אבער עשי"ת און אוודאי נאך יוכ"פ איז לגבי דעם אזוי ווי א גאנץ יאהר (און אזוי ווערט טאקע געברענגט פונ'ם חתם סופר אז נאר ראש השנה האט ער נישט געגעסען קיין אגוזים),
די אחרונים ברענגען טאקע א ראיה פון די גמרא און שבת קט"ו ע"ב יום כיפורים שחל להיות בחול מפצעין באגוזים ומפרכסין ברימונים מן המנחה ולמעלה מפני עגמת נפש, איז דאך מוכח אז גלייך מוצאי יוהכ"פ מעג מען אוודאי עסען אגוזים
און אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, שטייט און חתם סופר נאך צוויי טעמים פארוואס נישט צו עסען קיין אגוזים ראש השנה, א' ווייל אגוז איז ר"ת
ואף
גם
זאת (בהיותם בארץ אויביהם) און עס איז נישט קיין גיטע סימן דאס צי דערמאנען ר"ה ב' לפי וואס די הייליגע חז"ל שרייבען מפני מה נמשלו ישראל לאגוז וכו' און עס איז מרמז אויף גלות איז נישט כדאי דאס צי דערמאנען