berlbalagulehגוטזאגערדאס בעסטע איז ווען די עלטערן אליין קענען ווען אויסלערנען די שפראך עס העלפט סיי פאר א גוטע קשר מיט די קינדער און סיי אז מען קען האלטען חשבון אויף זייער פארשריט
איך האב אן עקסטערע האבי פאר שפראכען כמעט יעדער אמעריקאנער חרידישער יוד האט אן ידיעה און דריי שפראכען און יעדע שפראך האט זיך זיינע אייגינשאפטען יודיש איז מער א געפילישע שפראך עס האט אסאך ווערטער פון רחמנות וכדו'
ענגליש איז מער א גאווה'דיגע שפראך עס איז נישט דא קיין איר אלעס איז דו (יא)
צעהלימער רב ז"ל האט געזאגט אמאל א ווערטעל אז ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער געזען אז עס פעלט די חודש "אייר"....
עברית איז מער מיאוסע שפראך ווען צוויי איזרעליס (פרענקען) שעלטען זיך איינע די אנדערע האלט זיך בעסער ווי ווייטער (גראדע פאר ווער עס ווייסט נישט אז עברית איז ענליך אבער א צווייטע שפראך ווי להבדיל לה"ק פראנצויזיש האט מער טריפענע ווערטער ווי באקאנט זענען די פראנצויזען גרויסע מנאפים (ווי די חיד"א רעדט זיך אפ אז און זיינער צייט ווען ער איז געגאנגען באזוכען אלץ שליח צו פארשאפען געלט פאר עניי א"י אין פריינקרייך איז שוין געווען פיפציג רעגעסטריטע זונות ביי די רעגירונג)אבער לשון הקודש איז א הייליגע שפראך זאגען די ספרים אזוי ווייט אז עס איז נישט דא קיין ווארט און לשה"ק אפי' פאר אזא זאך ווי טוילעט (בית הכיסא/כבוד איז אן צאמשטעל פון ווערטער)ך
לגבי עברית, בין איך נישט מסכים מיט דיר. פון א נישט אידעאלאגישן שטאנדפונקט, מוז איך זאגן אז עברית "העברעאיש" בלשון .. איז א רייכע און קולטורעלע שפראך. דער וואס האט דאס מחבר געווען , טראצדעם וואס ער איז געווען אן אפיקורס האט ער אבער געקענט לערנען און ער האט צוגעפאסט מקורות פון פסוקים און דברי חז"ל פאר אלע ווערטער וואס ער האט דעפינירט.
במאמר המוסגר: איך האב אדורך געלערנט דעם מאמר לשה"ק אין ויואל משה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און נישט אז ער דארף ח"ו מיין הסכמה אבער ער איז געווען 100% גערעכט ווען ער האט געזאגט אז ס'ליגט אפיקורסות אין די ווערטער פון עברית. איך וועל נאר אנכאפן איין דוגמא. דאס ווארט "כביכול" ווער ס'קען עברית ווייסט אז דאס איינע ווארט מיינט אויף עברית פונקט דאס פארקערטע וואס ביי ערליכע אידן.
פארוואס איז דאס אבער אפיקורסות? כביכול מיינט אזוי ווי מען וואלט געזאגט א פאלש אויסדריק ארויסצברענגען דאס פארקערטער.
זיי רופען עלעקטריק חשמל.
חשמל מיינט א מלאך איז נ"ך.
די רמז איז אז עס האט מלאכישע כחות. אבער פארוואס איז עס אפיקורסות?
בכלל איז דא א טענה אז די שפראך איז נישט לשון קודש, ווייל עס איז צוגעקומען נייע ווערטער.
וואס איך פארשטיי נישט איז, צו משניות הייסט לשון קודש אדער נישט. ווייל ווי מען ווייסט איז אין משניות דא אן א שיעור נייע לשון קודש ווערטער. אפשר טאקע הייסט עס לשון משנה, און עס איז נישט לשון קודש בכלל.
בעצם אבער איז א שיינע זאך אז מען מאכט א שפראך פין דעם אלטען לשון קודש שפראך וואס מען קען ניצען אויף טאג טעגליכען לעבען.