☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד

רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #186

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:01 am

· #1546
רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד
עס וועט זיין זייער שווער צו באשרייבען דער האי חסיד האי עניו, איינער פון די גאר גרויסע פון דער פריעדיגע דור, וואס אסאך פון די יונגערע ווייסען שוין כמעט נישט צו זאגען פון דעם אדם גדול בענקים, אבער איך וועל נאר אנרירען א קורצע שטריך פון זיין תוכן'דיגע לעבען.

"דער אראדער רב" איז געבוירען געווארען ח' ניסן תרע"ח לפ"ק צו זיין פאטער ר' צבי משה מיללער שו"ב בעיר טארנא, אין צו זיין מוטער הצדיקת מרת אסתר ע"ה, זי איז געבוירען געווארען דורך א ברכה פון רבי מרדכי מנאדבווארע זצ"ל. דער רב האט אליינס דערציילט ביי א געלעגנהייט אז ביי די דרייצען יאר האט ער שוין געלערנט פיר בלאט בבא בתרא אזוי אויך הלכות מקואות יעדע וואך. בשנת תרצ"ח ביי די ניינצען יאר האט ער חתונה געהאט בזוו"ר עם בת רבי משה בריעף שו"ב אילאנדע רומעניא, ביי די קריג האט ער טאקע פארלוירען זוגתו הראשונה מיט פיר זוהן הי"ד.

דער אראדער רב איז נפטר געווארען ד' כי תצא ו' אלול תשמ"ו, מרן הבעל ברך משה וואס האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די לוי', האט איהם מספיד געוועהן בדרשתו קודם תקיעת שופר בשנת תשמ"ז לפ"ק.

ביי א געלעגנהייט וועל איך מער באשרייבען תולדות ימי חייו פון נאך דער קריג.

יידל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:06 am

· #1548
Re: רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד
דולה, איז אראד אין זיינע צייטן נאך געווען "טרייף ווי אראד"?

איש האמת » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:29 am

· #1551
Re: רבי שמעון זאב מיללער אב"ד אראד
איר מיינט אהרן חורינער, זעכער אז נישט
אגב ס'קוקט מיר אויס לויט די יארן, אז הגאון הצדיק רבי אהרן צבי בריסק, אב"ד טשעקע
בן הגאון הגדול ותופס ישיבה המהר"ם בריסק זצ"ל הי"ד, איז געוועהן רב און אראד, און די זעלבע יאר

אגב אראד איז געווען א גרויסע מקום פליטה נאכן צווייטע וועלט מלחמה, ובתוכם גרויסע רעביס ורבנים

שלמה המלך » מאנטאג יולי 2, 2012 2:27 pm

· #21226
יא מיר געדענקען נאך די אראדער רב זי"ע אין נעפאנעק אין קעמפ ווי ער פלעגט שרייען הויעך יהא שמיה שמיה רבא (געהאט א גרויסע באל אויפן קאפ)

יהא זכרו ברוך

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 2, 2012 6:55 pm

· #21316
ווי קען מען פארגעסן זיין התלהבות, זיינע ברכות און זיין איש"ר. וואו טרעפט מען אזעלכע אידן היינט.

א שטיק צייט פלעגט ער אונז פארהערן.

אבער ער איז געווען גאר אן ערנסטער. מפי השמועה האב איך געהערט אז ער פלעגט זאגן פאר זיינע איידעמער אז טאמער זיי לערנען נישט פלייסיג אין כולל, דאן איז די סאפער/קעסט וואס זיי עסן ביי איהם סתם גניבה!

זכותו יגן עלינו. חבל על דאבדין ולא משתכחין.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:11 pm

· #31932
אביסעלע שטאף אויפן רב ז"ל.

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=72266#p72266">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=72266#p72266</a>