א ישיבה/מסגרת פאר עלטערע בחורים (גבוה)
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1857
א ישיבה/מסגרת פאר עלטערע בחורים (גבוה)
ליידער איז אנגענומען אין (כמעט) די גאנצע וועלט אז א עלטערע בחור פון בערך 20 און ארויף פארלירט זיין סטאטוס אלס תלמיד הישיבה און ס'ליגט אויף אים א יאך פון -חוץ וואס גענוג אז ער גייט אדורך שווערע צייטן פון שידוכים, זיינע עלטערן זענען דיפרעסט, זיינע חברים מאכן שוין אייגענע שמחות, ער דרייט זיך נאך ארום מיט א הוט ווען צוציקלעך וואס האבן אנגעהויבן לייגן תפילין ווען ער האט שוין געלערנט אין די מתיבתא דרייען זיך שוין ארום מיט שטריימלעך- דארף ער זיך נאך ספראווענען מיט די דאגה פון א ישיבה אויך.
לאמיר אביסעלע צולייגן אויף קליין געלט די צדדים:
איין זייט (וואס איך געב גערעכט) איז, ער האט זיך גע'עלטערט, לאזט ער נאך אביסעלע פון זיין לערנען, פירט ער זיך אביסעלע אנדערש ווי בעפאר, נו שוין, פארן נישט מקיים זיין דעם שמונה עשרה לחופה קומט אים נאכנישט קיין מיתה, מ'דארף אים נאכנישט ווייזן מיטן פינגער אויף לינקס.. און מ'דארף אים אויך אביסל פארשטיין. אדרבה שטעל אים צו אביסל מער אז ער זאל האבן מער חשק צו לערנען און דאווענען. ווילאנג ער איז נישט קיין מזיק.
קענסטו אים נישט הענדלן ווען ער איז נישט ס'בעסטע קענסטו קיין ראש ישיבה נישט זיין!
די אנדערע זייט פון די מטבע, א עלטערע בחור איז א פראבלעם. ער פירט זיך מער בהפקירות, און ער קען נאך אריינברענגן א קאלטקייט אין די יונגערע. נאכמער טענה'ן זיי, אז א גוטע בחור (וואס לאמיר זאגן האט זיך געעלטערט צוליב ער האט א ברודער העכער זיך, צו קומט פון א שווערערע שטוב) האט נישט קיין פראבלעם צו לערנען מיט גאר יונגערס ווי אים, נו, פאר אים איז די ישיבה ווייטער אפן, אויב וויל ער זיך נישט הונדערט און איין פראצענט זיך צושטעלן איז זיין פלאץ נישט דא!
(איי וואס איז יעצט די תירוץ פון די ישיבות וואס מיטשענען זיך ארום און דעס איז שוין אן די עלטערע? אה נאך אלץ די עלסטע כיתה... בקיצור לויט זיי וועט נאך איין טאג זיין א ישיבה פאר נאר איין עידזש...)
די גאס אין פאקט איז שטארק צומישט. א משפחה וואס דער פון אויבן האט זיי געהאלפן אז זיי טוהן שידוכים מיט די קינדער פרי, נישט קיין חילוק אין די קוואליטעיט, פארשטייט פשוט נישט פארוואס ס'דארף זיין א מסגרת פאר עלטערע בחורים. "זאלן זיי גיין ארבייטן" שרייען געוויסע "די ישיבה איז נישט קיין בעביסיטינג פלאץ". איינמאל די משפחה כאפט א פליק און איין קינד איז עפעס משום סיבות שונות אנגעקומען צו די צוואנציג טוישן זיי זיך ע"פ רוב די מיינונג.
ווידער אין די הנהלת הישיבות, על פי רוב זיצן דארט מענטשן מיט אפאר טאלער, וואס העלפט זיי אביסעלע ביי שידוכים ווען זיי זאגן צו גרויס נדן, דעריבער פארשטייען זיי אויך נישט אזוי שטארק די נחיצות הענין.
א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט ביי די אכצן און א האלב זעהט שוין ווייטער נישט אזוי ווייט די וויכטיגקייט דערפון, נאכדערצו אין פאקט א בחור וואס לערנט אין ישיבה זעהט אסאך מער די פעילערס פון א צווייטע בחור, און ס'דרייווט אים נאך אסאך מאל צו טראכטן אז ווען יענער טוהט ווען נישט דעס און דעס וואלט ער אפשר שוין נישט דארט געשימעלט (איי יענער האט עס נישט געטוהן אליינס, און די שותפים זענען יא פרי גליקלעך געווארן?)
אבער די וואס נעבעך עס אדורכגעגאנגן וועלן גיין אים פייער און זיך לאזן קאסטן אלעס אז אזא מסגרת זאל אנהאלטן, וואס דאס ווייסט אויך אביסל ס'וויכיטיגקייט דערפון
אדרבה, זאל דער עולם ארויסלייגן זייערע עקפיריענס פון זייערע ישיבות, און זייערע בחור'ישע יארן, און ווער ס'קען זאל בעסער ארויסברענגן געוויסע פאקטן אינערהאלב די צוויי זייטן.
עס הייסט דאך אז סאטמער {מהר"א} האט דאך אזא ישיבה ספציעל פאר עלטערע בחורים, עס דארף צו הייסען אז די בחוריםם געפינענן זיך זייער גוט דאס פלאטץ דארט,
זיי האבן טאקע, און דארט איז מיר א שטיקעלע פראוו אז די יוצאים וועלן גיין אין פייער פארדעם. די שאלה איז נאר פארוואס נישט יעדער האט דאס, אדער פארוואס האט מען גאר געדארפט עפענען א עקסטערע ישיבה פאר זיי.
שעפטלדי שאלה איז נאר פארוואס האט מען גאר געדארפט עפענען א עקסטערע ישיבה פאר זיי.
איך פארשטיי דיר נישט, האסט מסביר געווען און א ריזיגע לאנגע תגובה פארוואס זיי זענענן אנדערש פון א 17 18 יעריגען בחור, יעצטע פרעגסטע פארוואס מען דארף א עקסטערע ישיבה פאר זיי?
יא איך האב מסביר געווען זייער זייט, פערצופאל דיסעגרי איך!
חוץ מזה, ווייסט נאך פון אזא ישיבה? צו די איבריגע ווארפן סתם?
אויך בעלזא אין ירושלים האט אויך אן עקסטערע ישיבה פאר די עידזש, זעהט אויס אז ס'פעהלט אויס ס'זאל זיין אזוי.
לפי ידיעתי גייט סאטמער ישיבה פאר די עלטערע בחורים זיין אפען אויף ראש השנה. די בחורים האבן עס געבעטען אין די הנהלה האט עס נאכגעגעבן.
איך מיין אז דאס איז א ראי' צו שעפטל אז די ישיבה איז קריטיש וויכטיג.
פערצופאל מיין איך אז די גאנצע בין הזמנים איז נאר פאר קליינע בחור'לעך... רוב בחורים העכער די זיבעצן האבן פיינט זיך צו דרייען אין שוהל א גאנצן טאג
צוריק צום ענין
די מתיבתא גבוה און ק"י איז זייער א גוטע זאך און עס מעג אויך זיין ביי אנדערע ישיבות
ס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.
זה הקטן גדול הוא
געפילטע פישס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.
אן קיין מסגרת שטייצעך....
פאר א מסגרת האבן מיר שוין זר זהב, כדכתיב, ועשית לו מסגרת טפח סביב ועשית זר זהב למסגרתו.
נפתליגעפילטע פישס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.
אן קיין מסגרת שטייצעך....
שמעקעדיגזה הקטן גדול הוא
מיר איז שוין נישט די זעלבע זיי טוישן זייערע תקנות אויף חשון
אין די מתיבתא גבוה אין ק"י שטעלט מען צו פאר די בחורים אז זאלן נישט טראכטן אז זייערע חברים האבן שוין חתונה געהאט און זיי נאכנישט
דעמאלס פארוואס נעמען זיי נישט אן קיין פרעמדע בחורים
איך ווייס אז גבוה אין קרית יואל נעמט מער נישט אן קיין פרעמדע בחורים. זיי מאכן דעם גיהנם אפילו פאר גוטע בחורים.עס איז אבער קלאר א סאלידער אינסטיטוציע פאר די יעניגע אשר ישנו פה, ישיבת מיר ווידעראום הייסט עס אז מען שרייבט זיך אונעם בן גריון לופטפעלד, מען קען דארטן שטייגן אסאך. יעדער פשוט אין דער פעלד וואס ער גלייכט, רוב עלטערע בחורים (ספעציעל די וואס די עלטערן זייערע ווילן נישט זיי זאלן לערנען אין ארץ ישראל) סיידן זיי זענען נישט קיין שגץ-שוואכע-מתמיד- אדער פון א גאר שווערן הינטערגרונט. זענען הפקר פאר די הונט (ארבעטען?????? חס מלהזכיר) אזוי דרייען זיי זיך ארום מיט שימעל וואקסענדיגע קעפ אין זענען אינטער כסדרדיגע לחץ זיך "צוצושטעלען" פאר שידוכים אדער פון די טאטע צו אנדערע מרעין בישין וועלעכע דעריאגן זיי דעם לעבן און דערשטיקען יעדעס ביסל זעלבסשטענדיגקייט אונטערן כמעט הלכה למשה מסיני'דיגן קאוד פון האבן "א גוטע נאמען"
מתבתא גבוה אין קרית יואל איז א סאטמארער ישיבה אונטער די נשיאות פון כבוד קדושות מרן מסאטמאר שליט"א, און א יעדע בחור וואס האט געלערנט און די סאטמארע ישיבה גדולה אין קרית יואל נעמט מען זייער גערן אן דארט, יעצט צו דיין טענה אז מען נעמט דארט נישט אן קיין שום פרעמדע בחור, וועל איך דיך ענטפערן, פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען א סאטמארע בחור וועט זיך גיין איינשרייבן אין די בעלזא ישיבה וועט מען אים נישט אננעמען די זעלבע זאך ווען בעלזא בחור וועט זיך גיין איינשרייבן אין די סאטמערע ישיבה וועט מען אים אויך נישט אננעמען, (גענוצט נאר פאר א משל ), הלוואי וואלט געווען אזא ישיבה אויך ביי אנדערע חסידות
דאס איז ווען ער איז א אנדערע חסידות אבער אויב איז ער נאטראל פארוואס נעמט מען נישט אן?
עליכם השלום
וואס א חילוק ווי ער האט געלערענט
יעדע ישיבה האט די אחריות צו האלטן זייערע בחורים ביז די חתונה אין ק"י דארף נישט אריינעמען קיייייינעם וואס האט נישט געלערענט דארט ביז אהין. זיי זענען נישט קיינעם'ס גארבידזש (להבדיל)
ער האט געקענט האבן געלערנט אין סיי וואספארע לאקאלן ישיבה, וואס אדער זענען זיי שוין פארמאכט , אדער האבן זיי בכלל נישט כיתות פאר דעם יארגאנג, איך גיי נישט יעצט אריין צו ק"י דארף אנעמען פרעמדע צו נישט, איך קען פארשטיין א מוסד וואס וויל נישט אקצעפטירן יענעמס גארבעדש, (אגב, נישט יעדער איז גארבעדש, וואס איז מיט די גוטע וואס זיי נעמען נישט אן?) מען זעהט פשוט אז הילף פאר דעם דורכשניטליכער בחור איז נישט דא צום געפינען, נאכדעם שרייט מען מ'דארף ראטעווען דורות, ווי זענען די עסקנים? ווי זענען די פאשקעווילן ווארפער פון TRACK 5 ?
אייגענארטיגיעדע ישיבה האט די אחריות צו האלטן זייערע בחורים ביז די חתונה אין ק"י דארף נישט אריינעמען קיייייינעם וואס האט נישט געלערענט דארט ביז אהין. זיי זענען נישט קיינעם'ס גארבידזש (להבדיל)
ווי ווייט איך ווייס האט די ישיבה גבוה גארנישט (אדער כמעט גארנישט) מיט די ישיבה גדולה אין ק"י אמת עס איז תחת דגלו פון מהר"א אבער די איינגעשטעלטע פארשטייען זיך נישט אזוי גוט און וואס די ישיבה גדולה האט געמאכט א פראבלעם מיט די עלטערע בחורים האבן אפאר עסקנים זיך אריינגעלייגט צו עפענען די ישיבה גבוה, סאו פארוואס זענען זיי געבינדן נאר אנצונעמען בחורים פון יענע ישיבה?
זיי זענען גארנישט געבינדן און ווי איך ווייס נעמען זיי יא אריין בחורים פון אנדערע ישיבות
כ' האב אויך נישט גיהערט אז זיי זאלן נישט אריינעמען אויסער דא
איך האב פארברענגט מיינע בחורישע יארן אין קווינס ישיבה, וואס איך פאר מיר האב עס ב"ה אדורך געמאכט, איך בין א חתן געווארן סוף בין הזמנים נאך פיר אהאלב יאר זיצן דארט וואס ווען נישט וואלט עס געווען מיין לעצטע אין לענגסטע בין הזמנים, אבער נישט אלע מיינע חברים זענען געווען אזוי לאקי אין זענען טאקע "געפלויגן" איינער אביסעלע פריער איינער שפעטער, ארום פופציג בוחרים מיין עיטש האבן זיך געטראפן אויפן גאס, רוב זענען אריבער געגאנגען די גהנום ביז זיי האבן געטראפן זייער זיוג אין סאיז דא נעבעך וואס בוחרען נאך אפ יעצט פינעף יאר שפעטער, אין טייל פון זיי ווילען מער נישט וויסען פון אידישקייט!
ווילעך וויסען פון ווי נעמט מען די אחריות? דא איז שילדיג נישט נאר דער ראש ישיבה נאר יעדער איינער אנגעפאנגען פינעם היילגען רבין, וואס זאגט אלס ווען א טאטע קומט וויינען צו עים "אז די ישיבה האט גארנישט מיט מיר", ביז סיי ווער סשטיצט אזא ישיבה!
אין זאגן אז א שידוך איז סייווי באשערט איז אזוי ווי זאגן טאנץ אראפ פון דאך אז סאיז באשערט וועסטו לעבען!
פארוואס קענען זיי נישט טון ווי קרית יואל און מאכן א עקסטערע אופטיילונג פאר די עלטערע בוחרים?
עד כן איז מיין רענט פאר יעצט...
העי נא
איך האב ב"ה עס נישט מיט געמאכט
אבער אריין לייגענדיג זיך און זייערע שיך וואלט איך נישט געוואלט אז איך זאל זיין א ישיבה וואס הייסט דע אפפאל
כאטש למעשה זענען זיי נישט קיין אפפאל ווייל איך האב חבירים וואס האבען גאנץ לאנג געבחור'ט און וואלט זיי גערען גענימען פאר א איידעם
אבער און אינזערע משיגענע וועלט איז אזוי דע סיסטעם א בחור וואס פעסט דע 20 איז א פראבליעם
יעצט אז זיי וועלן נאך האבען א עקסטערע ישיבה וועט ער ווערן גלייך געפסל'ט נאך פארן הערן זיין עיזש
באס דרייווערהעי נא
איך האב ב"ה עס נישט מיט געמאכט
אבער אריין לייגענדיג זיך און זייערע שיך וואלט איך נישט געוואלט אז איך זאל זיין א ישיבה וואס הייסט דע אפפאל
כאטש למעשה זענען זיי נישט קיין אפפאל ווייל איך האב חבירים וואס האבען גאנץ לאנג געבחור'ט און וואלט זיי גערען גענימען פאר א איידעם
אבער און אינזערע משיגענע וועלט איז אזוי דע סיסטעם א בחור וואס פעסט דע 20 איז א פראבליעם
יעצט אז זיי וועלן נאך האבען א עקסטערע ישיבה וועט ער ווערן גלייך געפסל'ט נאך פארן הערן זיין עיזש
מיט דעם אלעם איז אסאך בעסער פארן בחור אליינס צוזיין אין אזא ישיבה ווי אויפן גאס, איך האב אויך חברים וואס האבן געלערנט אין גבוה וואס זיי האבן דאך נישט געפילט ווי זיי זענען אויפן גאס, אין דערווייל מיינע חברים פון קווינס האבן געפילט אויסגעשפיגן און דערנידערד אז קיינער וויל זיי נישט,
באס דרייווערהעי נא
איך האב ב"ה עס נישט מיט געמאכט
אבער אריין לייגענדיג זיך און זייערע שיך וואלט איך נישט געוואלט אז איך זאל זיין א ישיבה וואס הייסט דע אפפאל
כאטש למעשה זענען זיי נישט קיין אפפאל ווייל איך האב חבירים וואס האבען גאנץ לאנג געבחור'ט און וואלט זיי גערען גענימען פאר א איידעם
אבער און אינזערע משיגענע וועלט איז אזוי דע סיסטעם א בחור וואס פעסט דע 20 איז א פראבליעם
יעצט אז זיי וועלן נאך האבען א עקסטערע ישיבה וועט ער ווערן גלייך געפסל'ט נאך פארן הערן זיין עיזש
די אמת׳ע פאקט איז, אז יענע ישיבה האט זייער א גיטע נאמען, גארנישט ערגער ווי קווינס אדער קר״י ישיבה.
כבוד דעם פותח פונעם אשכול שליט״א.
איר האט געמאכט א טעות מיטן קעפל.
מיינס א נאנטן האט מען איינגעמאלדן פאר א וואך צוריק אז זיין אכצן יעריגן איז פארבעטן צו רעזיגנירן, און ניין... זיי האבן אליין נישט קיין סיבה מער ווי... ער שטערט די הנהלה מיט זיין presence!! הערט ווערטער! וואס איז מיט די שווערע געלטער וואס זיי פרעסן פון זיין טאש?? דאס איז נאר טאמער ער פירט זיך אויף ווי א ראש הכולל!? די סיסטעם איז צודרייט, און דער בחורל גייט ארבעטן נעקסטע זמן. גערעכט הא???
גראדע האט זיך געפענט נאך אזא ישיבה און מאנסי אור מנחם קאלביסוב געפירט דורך ר' מענל רובין עס קען זיין אז די עולם ווערט קלוגער און מען עפענט אזעלעכע ישיבות
בדחןדי אמת׳ע פאקט איז, אז יענע ישיבה האט זייער א גיטע נאמען, גארנישט ערגער ווי קווינס אדער קר״י ישיבה.
עס מעג האבען דע בעסטע נאמען, א בחור היינטיגע צייטען אז ער פעסט דע 20 איז ער א בבל
אינטעסירט זיך ביי דיינע געשוויסטער
און קיינער וויל נישט לכתחילה שיקען א בחור וואס ער ווייסט אז ער איז צווישען דע פראבלעימען
באס דרייווערבדחןדי אמת׳ע פאקט איז, אז יענע ישיבה האט זייער א גיטע נאמען, גארנישט ערגער ווי קווינס אדער קר״י ישיבה.
עס מעג האבען דע בעסטע נאמען, א בחור היינטיגע צייטען אז ער פעסט דע 20 איז ער א בבל, אינטעסירט זיך ביי דיינע געשוויסטער,
און קיינער וויל נישט לכתחילה שיקען א בחור וואס ער ווייסט אז ער איז צווישען דע פראבלעימען
איך פארשטיי נישט דיין פוינט...
עס איז אמת אז קיינער וויל נישט אז זיין בחור זאל זיין העכער צוואנציג, אבער יעדער וואס האט א בחור העכער צוואנציג איז גאר העפי אהינצושיקען זיין בחור, און ע״פ רוב יעדע בחור העכער צוואנציג איז העפי אהינצוגיין די ישיבה איז האט א פיינע נאמען, בחורים געפינענן זיך זייער דאס פלאטץ, און עס שאדט נישט די מינדעסטע פאר שידוכים, בחורים טיען פון דארט הערליכע שידוכים יעדער לויט זיין באשערטע,
די ישיבה גבוה איז נישט מחיוב אנצונעמן יענעמס גארביטש נישט גוטע גארביטש און נישט שלעכטע גארביטש, זיי זענען אונטער מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א און א יעדע בחור וואס האט געלערנט אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל נעמט מען גערן אן דארט אפילו זיי האבן גארנישט (אדער כמעט גארנישט) מיט זיי, און אויב די ווילסט האבן אזא ישיבה פאר דיין אדער יענעמס בחור, ווער שטערט דיך עפן אויף, אדרבא זאל א יעדע חסידות האבן אזא ישיבה, וואס דארפסטו מער פון דעם וואס העי נאו שרייבט ווי ביטער עס פאר זיינע חבירים אין קווינס, ווי ארום פופציג בוחרים פון זיין עיטש האבן זיך געטראפן אויפן גאס,
א מין אויסדרוק אויף א בחור וואס גייט שווער שידוכים גארבידזש.
פארשטאפט זאלן ווערן די מיילער און פארגליווערט זאלן ווערן די הענט וואס שפילן זיך מיט בחורים ווי באליס אלעס ווייל זיי האבן נאך נישט געטראפן זייער באשערטע. ווי נעמט זיך די העזה זיי צו רופן גארביזש? ווען די אלע ראשע ישבות זאלן זוכה זיין צו האבן ביי זיך אינדערהיים אזא מיסט און זאלן שפירן אויף די אייגענע צומות הגודין וואס מטוט מיט די גארביזש וואלט שוין געווארן א עולם התיקן
טייערע חשבון, אנטשולדיג, אבער די האסט מיך זייער נישט גוט פארשטאנען איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז עלטערע בחורים זענען גארביטש, חלילה וחס, עס זענען דא היינט צוטאגס זייער טייערע גוטע און חשובע עלטערט בחורים, און לגבי בחורים וואס זענען גארביטש ביי יונגערע בחורים איז דא גארביטש, און ביי עלטערע בחורים איז דא גארביטש, עס קען אפילו זיין אז ביי יונגערע בחורים איז דא מער גארביטש ווי ביי עלטערע בחורים, וואס איך וויל יא זאגן איז אז די ישיבה גבוה אין קרית יואל איז נישט מחיוב אנצונעמען פרעמדע בחורים וואס האבן נישט געלערנט אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל,
מתיבתא גבוה, צו שיעור ד' ווי ס'הייסט היינט. איז פשוט די עלטערע כיתה פון די מבצר הישיבות אין קרית יואל. כ'פארשטיי פשוט נישט די טענה פארוואס זיי נעמען נישט אן קיין פרעמדע בחורים (פערצופאל ווייס איך יא פון צוויי בחורים וואס זיי האבן יא אנגענומען - אבער איך באציה מיך צו יואב)
איך ווייס נישט וויאזוי אבער פארוואס נישט פראבירען צירוק איינפירן אווי סאיז געווען אין פוילן אינדערהיים די שטיבלעך אלס נאך אן אלטערנעטיוו צים היינטיגען ישיבה סיסטעם. דאס קען אויך העלפן פאר אסך אנדערע אישוס