☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » "הנסתרות" "השקיפה"

"הנסתרות" "השקיפה"

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1851

חכם מחוכם » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:46 am

· #44958
"הנסתרות" "השקיפה"
איך שטיי היינט ביים דאווענען, מ’האלט שוין ב"ה ביים לייענען, און דער בעל קורא ליינט מיט א באצויבערדן קול דורך דעם אתם נצבים.... ראשיכם שבטיכם שוטריכם זקניכם....גפרית ומלח, ביים סוף ביי הנסתרות לה’ אלוקיכם, הייבט ער אויף זיין שטימע.

ס’איז מיר סתם אינטערסאנט, פון ווי נעמט זיך דיע מנהג, איז עס סתם וואס עפעס א בעל קורא אינדערהיים האט אמאל איינגעפירט און די טרעדישאן איז אריבער געקומען אהער?, די זעלבע לעצטע וואך ביי השקיפה ממעון קדשך, פון ווי נעמט זיך דאס?

על המחיה » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:20 pm

· #44968
'השקיפה' איז פשוט ווייל עס איז א תפלה און אפשר גאר א תביעה אזוי ווי מען זאגט, רבון העולמים עשינו מה שגזרת עלינו, עשה אתה מה שהבטחתנו השקיפה ממעון קדשך מן השמים וברך את עמך את ישראל

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:51 pm

· #45229
הנסתרות קומט לכאורה פון דעם וואס די תוכחה ביז אהין וואלט מען געדארפט ליינען שטיל.

חכם מחוכם » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:55 am

· #45333
שקועך ונבנתה, און מחיה, פארן זיך וואוסענדיג מאכן, נאדער לייקס, טענק יו