☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ראש השנה בזמן הראשונים

ראש השנה בזמן הראשונים

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1850

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:44 am

· #44932
ראש השנה בזמן הראשונים
איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א ראש-השנה אין די צייטן פון די ראשונים.

קיין יוצרות האט מען דעמאלס נישט געזאגט, תקיעות האט מען געבלאזן בלויז איין תשר"ת. עס שטעלט זיך מיר אויס א בילד ווי פאלגענד:

ראש-השנה אינדערפרי, מען שטייט אויף אכט-דרייסיג, מען מאכט זיך גרייט צום דאווענען אום ניין-אזייגער. דער ציבור דאווענט א נארמאלער שבת'דיגע דאווענען, ביי שמו"ע טוישט זיך עס אויף א ראש-השנה'דיגע שמונה-עשרה. חזרת הש"ץ זאגט דער בעל תפילה אן די יוצרות, נאר בלויז וואס מען זאגט ביי שטילע שמונה עשרה חזר'ט ער איבער הויך. שחרית נעמט קורצער ווי א געווענליכע יום-טוב, צוליב דעם וואס מען זאגט נישט הלל.

נאך שחרית נעמט מען ארויס א ספר תורה, מען ליינט די קריאה פון ראש-השנה, דאן זאגט מען די הפטורה.

נאך די הפטורה קלאפט דער גבאי אין באלעמער, עס ווערט שטיל. דער בעל תוקע זאגט א ברכה על תקיעת שופר מיט א שהחיינו (אן קיין לשם ייחוד פון פריער), דער עולם ענטפערט אמן. דאן בלאזט דער בעל תוקע א תקיעה, שברים, תרועה, תקיעה (אן קיין בעל מקריא פון דער זייט), און אשרי - געגאנגען דאווענען מוסף.

מוסף איז שוין אביסל לענגער, אבער אויך נישט געפערליך. מען זאגט אפ מלכות זכרונות שופרות, חזרת הש"ץ פונעם בעל תפילה (אן יוצרות און אן תקיעות). קוה, עלינו און אנעים זמירות.

12:30 איז שוין נאכן דאווענען. מען גייט אהיים, א פיינע סעודה, נאך דא צייט פאר א גוטן דרימל און אביסל תהילים.

נו, וואס זאגט איר צו אזא ראש-השנה?

הירשל ציג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:22 am

· #44947
אההה
וואס האבען די ראשונים פארשטאנען???

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:16 pm

· #44996
1) יוצרות האט מען דעמאלטס אויך געזאגט, רוב מחברי היוצרות זענען געווען ראשונים. די חילוק איז נאר אז דעמאלטס האט יעדע חזן געזגט זיינע אייגענע יוצרות/פיוטים נישט אזוי ווי מ'טוט היינט אז מ'זאגט אלע יוצרות פון אלע מחברים. ("אלע יוצרות" איז נישט ממש ריכטיג. עס איז דא צענדליגע מאל מער יוצרות און פיוטים וואס מיר זאגען נישט)

2) בימים ההם איז קיינער נישט אויפגעשטאנען 8:30, די ראשונים האבען מן הסתם אלע געדאווענט ותיקון.

3) פשטות איז נישט געווען 'חזרת הש"ץ', דער עולם האט נישט געדאווענט אליין קיין שטילע שמו"ע נאר דער בעל תפלה האט געדאווענט און דער גענצער עולם האט צוגעהערט אזוי ווי קריאת התורה.

4) בזמן הראשונים האט מען זיכער יא געבלאזן מאה קולות, דאס איז נישט קיין נייע חומרא.

5) איך בין שטארק מסופק אויב זיי האבן געזאגט תהילים

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:10 pm

· #45022
נאך א פשט
1
2) בימים ההם איז קיינער נישט אויפגעשטאנען 8:30, די ראשונים האבען מן הסתם אלע געדאווענט ותיקון.


מסתמא איז מען ניין אזייגער שוין געווען נאך אלעס.

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:15 pm

· #45028
מורינו הרב
נאך א פשט
1
2) בימים ההם איז קיינער נישט אויפגעשטאנען 8:30, די ראשונים האבען מן הסתם אלע געדאווענט ותיקון.


מסתמא איז מען ניין אזייגער שוין געווען נאך אלעס.


...און געלערנעט א גאנצען טאג בהתמדה רבה ווי יעדען אנדערע טאג.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:21 pm

· #45033
נו וויל איינער אפשר מחזיר זיין עטרה ליושנה אדער איז דאס נאר א שמועס פאר היסטאריקער?

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:22 pm

· #45036
נאך א פשט
1
4) בזמן הראשונים האט מען זיכער יא געבלאזן מאה קולות, דאס איז נישט קיין נייע חומרא.

מאה קולות איז דאכטסאך א נייע חומרא/ענין, מזמן האחרונים. ל' קולות איז מען מחוייב מדינא דגמרא.

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:31 pm

· #45041
אקעי.

אפשר האב איך נישט גוט געשריבן, בזמן הראשונים. אבער בימי חז"ל - ווען קיין יוצרות איז נישט געווען און לשם ייחוד זיכער נישט, איז זיכער געווען ראש השנה פיל קורצער.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:50 pm

· #45056
שטייט אין חסידישער ספרים אז היינט וואס די וועלט איז מער אראפגעפאלען דארף מען אלץ מער גדרים וסייגים וכו' כדי זוך צו קענען האלטען בקדושה. מסתמא איז דאס אויך די סיבה פאר דעם וואס ראש השנה איז געווארען לענגער.

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:44 pm

· #45081
מורינו הרב
איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א ראש-השנה אין די צייטן פון די ראשונים.

קיין יוצרות האט מען דעמאלס נישט געזאגט, תקיעות האט מען געבלאזן בלויז איין תשר"ת. עס שטעלט זיך מיר אויס א בילד ווי פאלגענד:

ראש-השנה אינדערפרי, מען שטייט אויף אכט-דרייסיג, מען מאכט זיך גרייט צום דאווענען אום ניין-אזייגער. דער ציבור דאווענט א נארמאלער שבת'דיגע דאווענען, ביי שמו"ע טוישט זיך עס אויף א ראש-השנה'דיגע שמונה-עשרה. חזרת הש"ץ זאגט דער בעל תפילה אן די יוצרות, נאר בלויז וואס מען זאגט ביי שטילע שמונה עשרה חזר'ט ער איבער הויך. שחרית נעמט קורצער ווי א געווענליכע יום-טוב, צוליב דעם וואס מען זאגט נישט הלל.

נאך שחרית נעמט מען ארויס א ספר תורה, מען ליינט די קריאה פון ראש-השנה, דאן זאגט מען די הפטורה.

נאך די הפטורה קלאפט דער גבאי אין באלעמער, עס ווערט שטיל. דער בעל תוקע זאגט א ברכה על תקיעת שופר מיט א שהחיינו (אן קיין לשם ייחוד פון פריער), דער עולם ענטפערט אמן. דאן בלאזט דער בעל תוקע א תקיעה, שברים, תרועה, תקיעה (אן קיין בעל מקריא פון דער זייט), און אשרי - געגאנגען דאווענען מוסף.

מוסף איז שוין אביסל לענגער, אבער אויך נישט געפערליך. מען זאגט אפ מלכות זכרונות שופרות, חזרת הש"ץ פונעם בעל תפילה (אן יוצרות און אן תקיעות). קוה, עלינו און אנעים זמירות.

12:30 איז שוין נאכן דאווענען. מען גייט אהיים, א פיינע סעודה, נאך דא צייט פאר א גוטן דרימל און אביסל תהילים.

נו, וואס זאגט איר צו אזא ראש-השנה?


מסתם האבן זיי זיך געזעצט 12:00 מיט א קאווע און א ציגערעטל און דורכגעטוען פאליטיקס און פילמס?!...
כ'גלייב זייער פלעינע דאוווענען און הכנה (ריעא מהימנא) צו מצות תקיעת שופר האט אויסגעקוקט אביסל בעסער ווי אונזערס, און שלאפן טאר מען נישט (ירושלמי).

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:57 pm

· #45099
פויער

מסתם האבן זיי זיך געזעצט 12:00 מיט א קאווע און א ציגערעטל און דורכגעטוען פאליטיקס און פילמס?!...
כ'גלייב זייער פלעינע דאוווענען און הכנה (ריעא מהימנא) צו מצות תקיעת שופר האט אויסגעקוקט אביסל בעסער ווי אונזערס, און שלאפן טאר מען נישט (ירושלמי).


האלסט אז דעמאלס איז נישט געווען קיין פויערן? - נישט געווען ווער עס זאל ליידיג-גיין?

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:59 pm

· #45100
מורינו הרב
פויער

מסתם האבן זיי זיך געזעצט 12:00 מיט א קאווע און א ציגערעטל און דורכגעטוען פאליטיקס און פילמס?!...
כ'גלייב זייער פלעינע דאוווענען און הכנה (ריעא מהימנא) צו מצות תקיעת שופר האט אויסגעקוקט אביסל בעסער ווי אונזערס, און שלאפן טאר מען נישט (ירושלמי).


האלסט אז דעמאלס איז נישט געווען קיין פויערן? - נישט געווען ווער עס זאל ליידיג-גיין?

האסט גערעדט פון די פויערן צו פונעם רוב המון עם?
פויערן איז אלע יארן געווען און וועט אייביג זיין (לכאורה).

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:02 pm

· #45101
דער המון-עם - יעדער איינער.

אזוי איז אמאל געווען א ראש-השנה. די צדיקים האבן מסתמא זיך געזעצט לערנען אדער מתפלל געווען אנדערע תפילות. די באמעס זענען געגאנגען אין פארק מיט די ווייבער צי אן די ווייבער. סתם ליידיג-גייער האבן זיך געזעצט מיט א קאווע און צוגערעטל און דורכגעטאן פאליטיק מיט פילמס. און די בינונים האבן אביסל געלערנט, אביסל געגעבן קעיק, אביסל געשמועסט און אזוי ווייטער.

דאס איז וואס איך זאג.

צדיקל » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:09 pm

· #45105
מורינו הרב
איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א ראש-השנה אין די צייטן פון די ראשונים.

קיין יוצרות האט מען דעמאלס נישט געזאגט, תקיעות האט מען געבלאזן בלויז איין תשר"ת. עס שטעלט זיך מיר אויס א בילד ווי פאלגענד:....

....נאך די הפטורה קלאפט דער גבאי אין באלעמער, עס ווערט שטיל. דער בעל תוקע זאגט א ברכה על תקיעת שופר מיט א שהחיינו (אן קיין לשם ייחוד פון פריער), דער עולם ענטפערט אמן. דאן בלאזט דער בעל תוקע א תקיעה, שברים, תרועה, תקיעה (אן קיין בעל מקריא פון דער זייט), און אשרי - געגאנגען דאווענען מוסף....


לעיקוואד
נאך א פשט
1
4) בזמן הראשונים האט מען זיכער יא געבלאזן מאה קולות, דאס איז נישט קיין נייע חומרא.

מאה קולות איז דאכטסאך א נייע חומרא/ענין, מזמן האחרונים. ל' קולות איז מען מחוייב מדינא דגמרא.


די גמ' אין ראש השנה לג: לערענט ארויס פון פסוקים אז מ'דארף צו בלאזן 9 קולות, א תקיעה תרועה תקיעה 3 מאל, די שאלה איז נאר וואס א תרועה איז.
אויף לד. זאגט גמ' אתקין רבי אבהו בקסרי אז מ'זאל בלאזן תקיעה שברים תרועה תקיעה, די גמ' האט א שקליא וטריא וואס ער האט מתקן געווען און די גמ' פירש אויס אז ער האט מתקן געוועו מ'זאל בלאזן תשר"ת תש"ת תק"ת.
תוספות דארט זאגט, ועכשיו נוהגין לתקוע בישיבה לאחר קריאת התורה שלשים קולות ג' קשר"ק וג' קש"ק וג' קר"ק ובתפלה תוקעין אמלכיות קשר"ק ואזכרונות קש"ק ואשופרות קר"ק, זייער מנהג איז געווען מ' קולות.
ווייטער זאגט תוס', והנהיג רבינו תם במקומינו לתקוע גם אזכרונות ואשופרות קשר"ק כמו במלכיות. דאס איז מ"ב קולות.
אבער תוספות ברענגט, ובערוך פי' שהיו עושין כן שפי' בערך ערב דהלין דמחמרי [ועבדי] שלשים כדיתבין ושלשים בלחש ושלשים על הסדר כנגד מאה פעיות דפעיא אימיה דסיסרא ואלין [עשרה] אינון כשגומרין כל התפלה קול תקיעיא דיחידאי מיתבעי למיהוי [עשרה] תשר"ת תש"ת תר"ת והם מאה. וואס דאס איז אונזער מנהג פון מאה קולות. בקיצר די מאה קולות ס'ווערט נאך געברענגט אין די ראשונים.

מורינו הרב
מוסף איז שוין אביסל לענגער, אבער אויך נישט געפערליך. מען זאגט אפ מלכות זכרונות שופרות, חזרת הש"ץ פונעם בעל תפילה (אן יוצרות און אן תקיעות). קוה, עלינו און אנעים זמירות.


אפי' בזמן הגמ' האט מען געבלאזן ביי חזרת הש"ץ, ווי די גמ' זאגט אויף טז. למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין ותוקעין ומריעין כשהן עומדין.

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:14 pm

· #45106
מורינו הרב
דער המון-עם - יעדער איינער.

אזוי איז אמאל געווען א ראש-השנה. די צדיקים האבן מסתמא זיך געזעצט לערנען אדער מתפלל געווען אנדערע תפילות. די באמעס זענען געגאנגען אין פארק מיט די ווייבער צי אן די ווייבער. סתם ליידיג-גייער האבן זיך געזעצט מיט א קאווע און צוגערעטל און דורכגעטאן פאליטיק מיט פילמס. און די בינונים האבן אביסל געלערנט, אביסל געגעבן קעיק, אביסל געשמועסט און אזוי ווייטער.

דאס איז וואס איך זאג.

נו וואס איז עס אנדערש ווי היינט?...
די צדיקים פלעגן לערנען און היינט דאווענען זיי! וואס די גרויסע נאפקעמינע?

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:17 pm

· #45108
היינט געפינט מען זיך א גאנצן טאג אין בית-המדרש און מען איז פארנומען מיט דאווענען.

אמאל האט דאס דאווענען גענומען זייער שנעל, מען האט געענדיגט פרי און געהאט דעם גאנצן טאג פאר זיך.

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:18 pm

· #45109
כ'קען אסאך מענטשן וואס טוען ווי אמאל...

היסטאריקער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:45 pm

· #45126
לעיקוואד
נו וויל איינער אפשר מחזיר זיין עטרה ליושנה אדער איז דאס נאר א שמועס פאר היסטאריקער?


וואס עפעס איז עס נאר פאר מיר?

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:41 pm

· #45143
צדיקל
אבער תוספות ברענגט, ובערוך פי' שהיו עושין כן שפי' בערך ערב דהלין דמחמרי [ועבדי] שלשים כדיתבין ושלשים בלחש ושלשים על הסדר כנגד מאה פעיות דפעיא אימיה דסיסרא ואלין [עשרה] אינון כשגומרין כל התפלה קול תקיעיא דיחידאי מיתבעי למיהוי [עשרה] תשר"ת תש"ת תר"ת והם מאה. וואס דאס איז אונזער מנהג פון מאה קולות. בקיצר די מאה קולות ס'ווערט נאך געברענגט אין די ראשונים.


אפי' בזמן הגמ' האט מען געבלאזן ביי חזרת הש"ץ, ווי די גמ' זאגט אויף טז. למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין ותוקעין ומריעין כשהן עומדין.[/quote]

למעשה אבער איז די מנהג אין אשכנז נישט געווען צו בלאזען נאר 30 אדער 40 קולות ביז מען האט אנגעהויבן צו בלאזן 100 בהשפעת המקובלים.
זעה <a class="postlink" href="http://www.shaalvim.co.il/torah/maayan-article.asp?id=215">http://www.shaalvim.co.il/torah/maayan- ... asp?id=215</a>

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:29 am

· #45325
פויער
האסט גערעדט פון די פויערן צו פונעם רוב המון עם?
פויערן איז אלע יארן געווען און וועט אייביג זיין (לכאורה).


נו, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה,
אז פויער אליין זאגט אזוי, טא מוז דאך זיין אזוי,
ומי לנו גדול מפויער עצמו.....

מיר'ער בחור » מוצ"ש אקטאבער 1, 2016 11:24 pm

· #351613
צדיקל


אפי' בזמן הגמ' האט מען געבלאזן ביי חזרת הש"ץ, ווי די גמ' זאגט אויף טז. למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין ותוקעין ומריעין כשהן עומדין.
פארקערט דעמאלט'ס (ווען מ'האט געבלאזן ביי שחרית) איז די עיקר תקיעות געווען די תקיעות דמעומד