a1b2ביטע דערצייל מער דאטאלען פין די גוטע נייעס
פין וועלכע קלאגעס?
מער ווייניג ווייסט יעדער איינער פין וואס מ'רעדט
עס פעלט נישט צוצילייגן זאלץ אויף די וואנדען
נאך אלעם איז א ווייטיג אז דער קלעגער זענען היימישע אידן - וואס די שנאה דיקטירט זיי אויף אזא פארנעם
די הויפט קלאגע איז געווען אויפצולעזן די וויליזש
אין קרית יואל זאל צירוקגיין אינטער די טאון פין וואס 'אלע' איינוואינער קענען שטארק ליידן
אריינגערכנט די זאליס
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל....
מיט נאך צענדליגע פערזענליכע אין קהלישע קלאגעס ווי אויך מסירות
וואס מ'האט קיינמאל נישט פראבירט צו רופן צו א די''ת ביי א געהעריגע בי''ד
בקיצור נאך אלע הבטחות אין שבועות
האט עס די קארט צום צווייטען מאל ארויסגעווארפן
די שמחה איז זייער גרויס, אבער די ווייטיג פין חילול ש''ש איז אסאך גרעסער
אפשר וועט זיי דאס געבן די ווינק זיך אפצולזען פין די מהלכים