☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א סליחה וואס האט מיר מעורר געווען

א סליחה וואס האט מיר מעורר געווען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1844

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:24 pm

· #44858
א סליחה וואס האט מיר מעורר געווען
איך האב פונקט אריינגעקוקט אין די סליחות פון מארגן (מאנטאג), און איך האב זיך פארקוקט אויף די צווייטע סליחה, פון רבי שלמה הבבלי (די סליחה פאר די פיוט). איך האב דורכגעלערנט די סליחה מיט די טייטש, און עס האט מיר נישט סתם מעורר געווען. א איד קען ביי די סליחה אריינלייגן אלע זיינע געפילן צום באשעפער, זיך אויסגעבן מיט אלע זיינע רייסענישן וואס ער שפירט.

איך לייג עס דא ארויף לתועלת הציבור: ווער עס האט שכל, זאל זיך נעמען היינט נאכט איבער דעם, זיך פארקוקן כדאי ער זאל מארגן קענען שופך זיין לבבו פארן הייליגן באשעפער.

און עס שאדט נישט צו זאגן דעם סליחה סתם אזוי ווען מען האט א התעוררות.

ירושלים » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:39 am

· #44877
הערה טובה חן חן לך.

על המחיה » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:03 am

· #44900
גאר א גלייכע זאך, אבער נישט דווקא פאר סליחות, נאר אויך פאר אלע תפילות און די הייליגע טעג

אז מען קומט גרייט זאגט זיך עס גאר אנדערש

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:15 am

· #44902
איך קוק אמאל אריין אין די תפילות פון ראש השנה און סליחות, איך גרייט זיך אמאל צו, אבער יענע סליחה האט עפעס גערעדט צו מיר אויסערגעווענליך.

איך וואלט רעקעמאנדירט אז יעדער איינער זאל דאס גוט דורכלערנען מיטן ביאור.

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:44 pm

· #45052
שכוח מורינו, כאב היינט בשעת'ן זאגן דעם פיוט אריינגעבליקט אינעם פירוש, נורא נוראות, שכויעך.

פויער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:19 pm

· #47146
אין אמת'ן איז יעדע פיוט אינעם סליחות וואס אונז זאג מיר נורא נוראות, עס איז מיט אזא שיפור הלשון און שיינע פאוזיעס און גראמען, נאר די צייט איז נישטא, מען כאפט עס אפ ווי א סליחה... און א סליחה די גאנצע סליחות...
אויב האט איר איבעריגע 10-15 מינוט בעפאר סליחות, בליקט אריין און טראכט אביסל אריין אין די טייערע ווערטער וואס איר גייט יעצט זאגן. ס'עט זיך זאגן אינגאנצן אנדערש.

לכבוד שבת קודש » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:34 pm

· #147027
עניני דיומא.