דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #1841
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1841
מ'דארף געדענקען די גוטע חלק אויכט, שוין די צווייטע 9/11 אן דעםן ארכיטערעריטס שר"י ימש"ו
גראדע מיינע זכרונות דעם טאג שעם איך זיך צו זאגן
איך האב דאן געלערנט אין ארץ ישראל אין א ישיבה, ס'איז געווען 4:00 נאכמיטאג, און א פרייער שכן וואס האט געהאט טעלעוויזשען, האט גענומען מאכן קולות "הבניני התאומים קרסו", מיר זענען גלייך אריין געלאפן אין זיין דירה, און מיר האבן געקענט מיטהאלטן ווי דער צווייטער עראפלאן קראכט אריין.
ליידער האבן מיר זיך דאן געפרייט (מיר האבן נישט געוויסט אז ס'איז דא אידן דערין) אז ענדליך כאפט אמעריקא אפאר פיינע קלעפ פון די אראבער, און בוש וועט זיך לערנען אויף זיין אייגענע הויט, אז מיט אראבער פארהאנדעלט מען נישט, וואס ביז דאן האט ער נישט אויפגעהערט צו טערערזירן די ציונים, אז זיי זאלן פארהאנדלען מיט די אראבער,
און די קלעפ האבן געטוישט זיין גאנצער בליק.
(ביז דער היינטיגער אראבער "חוסין" איז ארויף אויפן בענקל און געמאכט א יד אחת מיט אכמאדינידזאט, וואס דאס האט אביסל צוריק געטוישט דעם מצב)

זיי האבן קיינמאל נישט געהערט פון 911. קודם האב איך געמיינט אז ס'איז פון "די צוויבל".
www.youtube.com/watch?v=e1YAv_tPmho#t=87

והורידו את מגדלי אדום, והיתה המלוכה נכונה לבית דוד.
BING האט א בילד פון די מעמאריעל היינט

ליבערטי סטעיט פארק אין ניו דזשוירזי.
אוי סעפטעמבער 11 ווי קענען מיר דאס פארגעסן?? וויאזוי איז מעגליך צו פארגעסן דעם בילד פון די פאלענדע טורעמ'ס.
געווען זענען מיר דאן גרעסערע אינגלעך, אין סאטמאר חדר אויף טרופ עוו. , וואס האט געהאט א גלייכע הערליכע אויסקוק צום מאנהעטן סקייליין, מיר האבן געהאלטן דאן נאכן דאווענען, זיך גרייטענדיג צו פת שחרית, ווען עטליכע אינגלעך קומען צו לויפן דערשראקענערהייט אז איין טווין טאוער ברענט, קודם האבן מיר געלאכט פון זיי, האלטנדיג אז זיי קומען דא חוזק מאכן, עפעס א מין קאלאר-וואר מאכן זיי, כ'מיין, וויאזוי קען אזא ריזיגע טאוער ברענען? אבער ווען די באריכטן האבן נישט אויפגעהערט קומען, האבן מיר באשלאסן צו גיין אויסטשעקן וואס דא גייט פאר, א שרעק האט אינז אלע אנגעכאפט זעענדיג דעם בראך פאר די אייגענע אויגן, ווען מיר זענען אנגעקומען צום פענסטער האבן שוין ביידע בנינים געפלאקערט ביזן הימל.
עס קומט מיר צו לאכן היינט, זיך דערמאנענדיג וויאזוי אינז קינדער האבן שפעקעלירט אין פאליטעזירט מיט אינזער קינדערישע שכל, ווען יעדער פרובירט צו געסן וואס דא קומט פאר.
פארשטייט זיך אז די קינדער וואס זייער טאטע איז א הצלה אדער שומרים, אדער סתם א רייסער האבן געהאט א זכות קדומה צו שטיין ביים פענסטער, ווייל זייער טאטע איז זיכער דארט יעצט און זיי ווילן אים זעהן, קיין פרישטאג האט שוין קיינער נישט געגעסן יענעם טאג, די שרעק און אנגסט ביי אינז קינדער איז געווען עד אין לשער, איין אינגל איז געקומען צו לויפן דערציילן וואס ער האט יעצט געהערט פון זיין מאמע, אז 5 עראפלאנען פליען ארום, 3 האבן שוין געקראכט, אבער 2 ווייסט מען נישט ווי זיי זענען, הוי די פאניק וואס האט אינז קינדער ארומגענומען, מ'האט געהאלטן און איין קוקן ארויף צו מ'זעט נישט א פליגער קומען ח"ו אין אינזער ריכטונג, איך דערמאן זיך וויאזוי מיר האבן אינמיטן די געדעכטע רויעך באמערקט א העליקאפטער פארן ארום די טאוערס און מיר האבן אפגעאטעמט אז דער העליקאפטער וועט זיכער ראטעווען די אלע פארכאפטע (פונדערווייטנס האט דער פייער נישט אויסגעזען אזוי גרויזאם ווי עס איז באמת געווען)
נישטא קיין ווערטער אראפצולייגן די פאניק און שרעק וואס איז געווען דארט בשעת די צוזאמפאל איז געשען, קינדער האבן געוויינט און געשריגן, נאך ביז היינט ווינדער איך זיך וויאזוי קיינער האט נישט גע'חלשט, אוי איז דאס געווען א קאשמאר, וואכן און חודשים איז אינז די בילד נאכגעלאפן, די מלמדים ומנהלים האבן באמת נישט געוויסט וויאזוי צו באהאנדלען די סוטיאציע, זאל מען אריינשיקן די קינדער און די קלאסן צו זאל מען זיי צוזאמנעמען אין עס זאל, וואס זאגט מען פאר די קינדער?
למעשה איז מען אריין אין די קלאסן, פארשטייט זיך אז געלערנט האט מען שוין נישט יענעם שווארצן טאג, מען האט געזאגט תהלים פאר די איבערלעבער און רעטער, די מלמד איז פארשטייצעך געווען רוב טאג אינדרויסן צו הערן די לעצטע נייעס, ווען ס'געקומען אהיימצוגיין איז נישט געווען קיין באסעס פאר אינז וויבאלד די באסעס האבן געטראגן רעטונג פערסענאל קיין מאנהעטן, האט מען יענעם טאג אהיימגעוואקט, פון די דעמאלטסטיגע גויאישע געגנט, פון יעדע קאר האט זיך ארויסגעהערט סי בי עס נייעס, אפאר גוים האבן אינז נאכגעשריגן אז אידי זענען אלעס שולדיג.
די שרעק איז אבער געבליבן איינגעקריצט אין די מוחות פאר א לענגערע זמן, יעדע זאך איז געווען פארדעכטיגט, מען האט געקענט טאפן אין די לופט א פארדעכטיקייט, יעדע אראבער איז געווען א טעראריסט.
פרייטאג האמיר געזען אין געהערט F-16's פליען העכער אינזערע קעפ, דאס איז געווען לכבוד די באוויסטע באזוך פון פרעזידענט בוש ביי גראונד זעראו.
די רויעך האט זיך נאך אנגעזען א שיינע פאר טאג, אבער צוביסלעך צוביסלעך איז אלעס צוריק צו נארמאל.
נאך אסאך איז דא צו שרייבן, אבער דאס איז אויפן שפיץ גאפל

גאנץ שרעקעדיג איבערצוזעהן
דא האט איר CNN פון בערך 8:48 ביז 10:11
דא האט איר CNN פון בערך 8:48 ביז 10:11
מסתמה פון די ביטערסטע בילדער
א חידוש, איך זעה נאר אויף דו בילדער דער ניקילשבורגור רבי זז"ג מיט צוויי זוהן.
אויפן אונטערוויו אויף קול מבשר זאגט ער, אז ער האט לעבן זיך דריי מנינים.
ווי אויך האלט ער אז דו יארצייט איז 9-11 און נישט כ"ג אלול,
עכ"ז ביניך אים שטארק מעריך עבודתו ופעולותיו היקרים, יאריך ימים על ממלכתו

איך זע דארט נאר איין זון.
דער פרוי איז נישט זיין טאכטער בד'וו...
דער פרוי איז נישט זיין טאכטער בד'וו...