קאטסקאו
לוינט זיך צו ווערן א מעמבער?
וויפיל קאסט א יאר?
אויב איז נישטו קיין קאטסקו אין געגנט, לוינט זיך צו ווערן א מעמבער פאר די אנליין ספעשלס?
אין בכלל אינפארמאציע אין עקספיריענס איבער קאטסקוי
יא, עס לוינט זיך! אבער נאר איינער וואס קען זיך איינהאלטן פון אנפילן א 'שאפפינג קארט' מיט אלעס וואס ער זעהט...
מיטן צאלן די מינימום (צווישן $50 און $100) א יאר, באקומסטו סטאקס אויף ניצליכע היים פראדוקטן, עסן און טרינקן, בוי געצייג, קליידער, און וואס נישט, פאר אונטער חצי פרייז פון ערגעץ אנדערש ווי. זייער חכמה איז אז מקען נאר קויפן אלעס קאמערשעל און באלק, זיי ניצן נאר באוואוסטע און קראנטע ברענדס וואס פארזיכערט די גוטע קוואליטי'ס.
די פראבלעם איז נאר אז מ'באגעגענט זיך מיט די ריזיגע סקיטס אומנויטיגע פראדוקטן פאר פיאסטערס פילט מען זיך אן דאס וואגעלע וואס מאגערט אויס דאס קארטל...
די בעסטע עצה איז אז מ'גייט איין-צוויי מאל א חודש אויסגערעכנטערהייט פונקטליך וואס מדארף, קען מען זיך שיין שפארן.
די בליץ מאגאזין האט געהאט א געלונגענעם ארטיקל דעם זוממער (כ'מיין אב) איבער די קאסטקאו עפאכע.
קלאר
אויב איז נישטו קיין קאטסקו אין געגנט, לוינט זיך צו ווערן א מעמבער פאר די אנליין ספעשלס?
איך האב לעצטנס געזוכט עפעס אנליין
אין האב עס געטראפען ביי קאטסקוי פאר שפאט ביליג
אבער עס לוינט מיר נישט צו ווערן א מעמבער בלויז פאר דעם
קלארקלאר

הוא מותיב לה והוא מפרק לה.
געפילטע פישקלארקלאר

די שאלה איז אויב לוינט זיך צו ווערן א מעמבער ווייל מ'קען טרעפן דארט נאך מציאות
אין בליץ האב איך געליינט א ריזן חידוש
אז קאסקוי לייגט נישט ארויף מער פין 15 פערצענט אויף קיין שום זאך אין זייער סטאר
נאכען ליינען איבער דע סטאר האט מיר אנגעכאפט א נייגער עס צי זען
כבין זייער געכאפט געווארען פין זייער געדאנק
פשוט און ביליג איז וואס דע עולם דארף
'קלאר' זיכט ביליגע פעיפער טאוועל, אפשר קען איינער וואס איז א מעמבער עם קויפן אפאר קעיסעס?