ד' מינים אפקומעניש
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1837
ד' מינים אפקומעניש
כ'קען נישט עפארדן קיין סך געלט פאר ד' מינים. וואו קען מען קויפן ביליג און ווען איז די בעסטע צייט צו קויפן?
איז עס נארמאל אז א כשר'ע לולב זאל קאסטן 50 דאלער? רויבערס.
איין יאר האב איך געקויפט פאר 40 דאלער אן אתרוג, ווער בין איך אז איך מוז סאדדענלי ווערן א מהודר'דיגע איד? ווען ס'געקומען סוכות צופריה ווען מ'ווערט פלוצלינג עמאשענעל פאר די מצוה האב איך זיך געשפירט לייק 2 סענט מיט מיין ביליגן אתרוג.
אפשר איז שוין בעסער נישט צו קויפן, און כעל בארגן פון א חבר. ס'מיר א אפקומענישט. לעצטן יאר האב איך שוין געהאט א לולב פאר 15 דאלער, כא'גפרעגט אלע ארומיגע און
מ'האט געזאגט אז ס'כשר. שפעטער האב איך עס געוויזן פאר א דיין האט ער געקרומט מיט די נאז אז ס'איינגעבויגן ביים שפיץ. פריער ביים טישל האט איינער געזאגט אז ס'גאר א הידור לויט געוויסע שיטות.
איך האב נישט קיין נערווען מער. קען מיר איינער אהערשטעלן די 4 מינים פאר אונטער 100 טאלער? ס'זאל קומען רעדי טו גא, איך זאל נישט דארפן ארומלויפן?
אויב נישט גייט מען גאנץ מעגליך בארגן.
ערב סוכות נאכמיטאג א שעה פארן זמן זאלסטו אריבערגיין צום אתרוג סוחר, דעמאלס וועסטו קענען באקומען גאר מהודר'דיגע ד' מינים פאר ביליגער ווי שפאט ביליג.
אזוי? דאכט זיך אז אלע שיינע זענען שוין אויספארקויט דאן.
זר זהבאזוי? דאכט זיך אז אלע שיינע זענען שוין אויספארקויט דאן.
ברויכסט יא האבן שיינע? איך האב געמיינט אז דו ביסט נישט קיין מהודר'דיגע איד?
ניין. אבער אז ס'ביליג פארוואס נישט?
א יונגערמאן האט געבארגט פאראיאר $1500 פאר זיין רענט און ער האט געקויפט א אתרוג פאר $450 און האט זיך ניטאמאל געשעמט מיר צידערציילען
גהערט אז אין געוויסע שוהלן (נישט אין ווילי) צאהלט יעדער פארן רב $30 און יו"ט אינדערפרי געט ער יעדן א שיינע סעט ד' מינים
וואס פאר נאבעלע מנהג מ' מעג עס שוין דא אויך איינפיהרן
היימישערא יונגערמאן האט געבארגט פאראיאר $1500 פאר זיין רענט און ער האט געקויפט א אתרוג פאר $450 און האט זיך ניטאמאל געשעמט מיר צו דערציילען
א'ן אתרוג פאר 450 דאללאר 🙄 ??
וואס באקומט מען דערפאר? מען קען עס אנדרייען און עס זינגט מעוז צור, עהההה, כ'מיין תיבו תיבו אושפיזין עילאין?
דא שרייבט איינער (שמייכל) א שארפע הודעה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/44650">viewtopic.php?p=44650#p44650</a><!-- l -->
זאג דעם שמייכל אז ער זאל א שמייכל געבן און נישט זיין אזוי בייז
רוב עולם ווייסט ניטאמאל וואס זיי זוכן און יעדער האט טייערע ד' מינים, מ' דארף מאכן א תקנה די מאוסט וואס מ' מעג ספענדן ביז דעמאלטס מוז איך קויפן טייער אז נשיט וועל איך זיין אויף זיין ליסט
אז איינער צאלט פאר אן אתרוג וועט מען אים פין הימעל באצאלען דערפאר
אדער דער מיקר השער וועט אויך צאלען דערפאר...
ס'דיר געלונגען האסט ארויסגעשלעפט $450 פין דעם ערליכען יונגערמאן
אבער, מ'קען נישט טוהן רשעות אויפן חשבון פאר יענעם'ס ערליכקייט
דער רבוש''ע גלייכט דאס נישט
צום ענין
די יקרות פין א שיינע אתרוג איז בעיקר ביי אינז חסידישע אידן
ווי אינז האלטן אזוי שטארק אן די מנהג אבותינו פין א הדר שהדר
אבער אין פלעטבוש, קראון הייטס אד''ג קען מען טרעפן דעם זעלבן אתרוג פאר א פערטל די פרייז
גראדע איז געווען א שטיקל תיקון מיט די אתרוגים מארקעטס וואס האט זיך אנגעהויבן דורך איחוד אין שוין היינט דא ביי יעדע גרויסע קהילה
אפי' עס קאסט נאכאלס ארום 150 דאללער (ווייל זיי קויפן עס פין אתרוגים סוחרים) איז עס א פארט א בשטומטע סכום וואס דער סוחר קען נישט דרייען לויט אייער היט אין גלעזער
אבער דאס איז נישט קיין תיקון השלום
נס קאוועגהערט אז אין געוויסע שוהלן (נישט אין ווילי) צאהלט יעדער פארן רב $30 און יו"ט אינדערפרי געט ער יעדן א שיינע סעט ד' מינים
וואס פאר נאבעלע מנהג מ' מעג עס שוין דא אויך איינפיהרן
פונקט פריער -ביים זיך ווייקענדיג אין מקוה- האב איך געקלערט פון אזא איידיע!
פארוואס זאל נישט יעדער רב/דיין איינקויפן "באלק" אתרוגים און לולבים און אלעס דורכקוקן און אפראוון
אלע וואס זענען כשר, און עס פארקויפן פאר די נישט פארמעגליכע בני הקהלה במחור נמוך.
איך האב נישט קיין געדולט ארומצולויפן מער, און איך האב נישט קיין 150 צו ספענדען.
איט דאסענט ווארק דעט וועי
אדער נעמט יעדער ביים רב אדער קיינער נישט
אגב הר' קלאר אין פלעטבוש און קרויהייטס ווייס איך אויך וואס טוט זיך, אבער וואס טוט זיך איך אין לעיקוואד ביי די נישט חסידישע? חסידישע יודן וואונען נישט נאר אין ווילי, איך ווייס נישט קען זיין אז דארט איז אויך ווי דו זאגסט
געהערט אז מנדי אדלער פון מאנסי, גייט די יאר פארקויפן ד' מינים פאר די פרייז פון עריו"ט נאכמיטאג.
ולה' הישועה
ימים יגידו
נס קאוועאיט דאסענט ווארק דעט וועי
אדער נעמט יעדער ביים רב אדער קיינער נישט
אגב הר' קלאר אין פלעטבוש און קרויהייטס ווייס איך אויך וואס טוט זיך, אבער וואס טוט זיך איך אין לעיקוואד ביי די נישט חסידישע? חסידישע יודן וואונען נישט נאר אין ווילי, איך ווייס נישט קען זיין אז דארט איז אויך ווי דו זאגסט
אין לעיקוואד צאלט די עולם אויך תבין ותקילין פאר אתרוגים. כלל זה נקוט בידך. ווי די ברירות זענען לימיטעד דארט זענען די פרייזן העכער. אין וויליאמסבורג זענען יאנעווע אתרוגים די איינציגע עובר לסוחר קען די יאנעווער קארטעל הייבן די פרייזן ביז צום לבנה. אין לעיקוואד ווי די עולם האט אנדערע באבקעס מיט וועלכע אתרוג איז מיוחס צום חזון איש זענען דא ענליכע פראבלעמען. אין ב"פ\פלעטבוש נוצט דער עולם מכל הבא ליד האבן די קארטעלן שוואכערע קאנטראל און אלץ רעזולטאט זענען אפילו די יאנעווע\חזון איש דמיונות פיל ביליגער.
איך האב לעצטע יאהר געקויפט א גאנצע סעט מיט א האלטער פאר די לולב פאר $25.00
און די אתרוג איז געווען שענער פון אסאך $100.00 דיגע.
דבילהנס קאוועאיט דאסענט ווארק דעט וועי
אדער נעמט יעדער ביים רב אדער קיינער נישט
אגב הר' קלאר אין פלעטבוש און קרויהייטס ווייס איך אויך וואס טוט זיך, אבער וואס טוט זיך איך אין לעיקוואד ביי די נישט חסידישע? חסידישע יודן וואונען נישט נאר אין ווילי, איך ווייס נישט קען זיין אז דארט איז אויך ווי דו זאגסט
אין לעיקוואד צאלט די עולם אויך תבין ותקילין פאר אתרוגים. כלל זה נקוט בידך. ווי די ברירות זענען לימיטעד דארט זענען די פרייזן העכער. אין וויליאמסבורג זענען יאנעווע אתרוגים די איינציגע עובר לסוחר קען די יאנעווער קארטעל הייבן די פרייזן ביז צום לבנה. אין לעיקוואד ווי די עולם האט אנדערע באבקעס מיט וועלכע אתרוג איז מיוחס צום חזון איש זענען דא ענליכע פראבלעמען. אין ב"פ\פלעטבוש נוצט דער עולם מכל הבא ליד האבן די קארטעלן שוואכערע קאנטראל און אלץ רעזולטאט זענען אפילו די יאנעווע\חזון איש דמיונות פיל ביליגער.
א בנש"ק און (להבדיל) א רעיסינג הארס דארפן זיין מיוחסים א אתרוג נישט. ס'דארף זיין בלתי מורכב. אבער, צו דער חזון איש אדער דער דובנער מגיד האבן געמאכט א ברכה אויף די אתרוגים איז בכלל נישט אינטרעסאנט. ביי וועמען יא, ער זאל טאקע צאלן. דרך אגב.א יונגערמאן וואס קויפט גאר א טייערן אתרוג בארגט ממילא געלט פון א צוויטן. ווילאנג
יענער האט געלט קען ער קויפן
אין ערגעץ צאלט מען נישט ווי אינעם ירושלים דאמעריקע, די הייליגע שטאט ווילאמסבורג ווי יונגעלייטלעך צאלן אוועק $500 און $700 פאר אתרוגים און זיי טוען זיך נאך אויף אז דער רבי זי"ע האט עס אריינגעבאקן זיך צי לאזן קאסטן פאר א מצוה.
גלייבטס מיר נישט, גייטס אריין צו ר' אברהם לויפער אדער ישראל שווארץ ווי טויזענטער קויפען איין אתרוגים און די ביליגסטע אתרוגים הייבן זיך אן ביי 450 דאלער.
געהערט די וואך פון א חבר, אז ער איז געגאנגען קיין קרוינהייטס און ער האט געקויפט א הערליכע אתרוג (יאנאווע) פאר $75!
און בד"וו הרב קרעקער, מיר ליגט אין קאפ אז ר' אברהם לויפער פארקויפט אתרוגים פאר ביליג.
אין ווילי צאהלט א עוורידזש יונגערמאן בערך $200 - $250 א אתרוג, אמאל קומט עס מיטן לולב אמאל נישט,
אין בארא פארק ווי ווייט איך ווייס איז עס בערך די זעלבע, פאר סאם ריזען איז די הידורים אנדערש אין בפ ווי אין ווילי, די פראבלעם איז נאר אז יעדעס יאהר קומען אן די סוחרים אז די יאהר איז א ספעציעל שווערע יאהר און פאר די פאריעריגע פרייז גיט ער דיר א לעמאן און די זעלבע איז מיט די לולב און אזוי הייבט זיך די פרייז צוביסלעך דאס איז שוין חוץ וואס מאכט דאס קויפן א נארמאל אתרוג א גיהנום ווייל די דארפסט איהם נאכלויפן ווייל אז ער וועט דיך נישט אויפהאלטן כאטשיג פיהר פינף שעה אין טאטאל גייסטו איהם נישט געבן 3 - 2 מאות
וויפיל צאלט מען אין ויואל משה ביי סעד ועזר? נישט 150 א סעט?
יא, אבער עוורידזש די וואס קויפן נישט ביי פלעצער צאהלן בערך $250 - $200, פאריאר האב איך גענומען עטליכע פון דארט צו מיין רב און ער האט נישט געלאזט נעמען קיין איינס, ענדערש האב איך געשוויצט נאך אפאר טאג און געצאהלט נאך אביסל.
נס קאוועפאריאר האב איך גענומען עטליכע פון דארט צו מיין רב און ער האט נישט געלאזט נעמען קיין איינס
וואס הייסט?
זיי זענען אלע געווען פסול?
מסתם יא כ' האב איהם נישט אויסגעפרעגט פונקטליך ווי איך פארשטיי איז עס נישט ווערט די $150 (פלאס $50 א לולב) וואס מ' צאהלט דערפאר און מ' קען עס קויפן פאר $35 א סעט ערב יו"ט
פאראיאר האב איך דורכגעוואקט ליע עוועניא אפאר טאג פאר יום טוב האב איך געזעהן א יונגער ליבאוויטשואי פארקויפן הערליכע גרינע יאנאווע פירות פאר $60 איינס, וואב דו וואלסט געצאלט $350 ביי עפעס א ברענד נעים. כ'האב שיעור נישט אפגעקויפט דעם גאנצן טישל...
מ'קען קויפן בשותפת מיט א חבר?
פארוואס נישט?
אלץ בחור האסטו נישט יוצא געווען מיט דיין טאטעס סעט? ביזט די זעלבע חיוב היינט ווי דעמאלטס.
גערעכט! כ'קלער פון נישט קויפן, נאו דזשאוק!!
אבער אלץ בחור האב איך דאך נישט געשאקעלט ביי הלל אזוי ווי אלע טאטעס
מאך דיך א גרופע פון איטליכע חברים און קויפטס בשותפות טרעפטס ענק אין בעסמעדרעש און שאקעלטס צונאזאם.
רעדט דיך נישט איין אז דיין זיידע און עלטער זיידע אין הוידעלנאנאש אדער אין מארמאראש האבן געהאט עקסטערע ד' מינים פארן.
מעמיר זיין דאס געלעכטער פון שול. איך דאווען דאך שפעט, עלעך נישט האבן א פראבלעם צו בארגן פאר א גאנצן דאווענען. וואס וועלעך אבער טון ט"ו בשבט????????????? פון וואו עלעך נעמען אתרוג קאמפאט?
אויך בארגן?
וויזוי וועלעך עס באצאלן?
געלעכטער וועסטו זיין צו די ביג-מאוטס אבער נישט פאר דיין באנק קאנטע...
אדרבה, נאך א מדריגה אין דיבוק חברים אז ט"ו וועט מען ביזי זיין מיט די חברים וויאזוי צו ערענדזשען די 'אתרוג-פארטי'... היי יאר קאך איך עס, נעקסט יאר (אין ירושלים האפענטליך) קאכט עס ער, אא"ו
זר זהבמעמיר זיין דאס געלעכטער פון שול.
אפשר דעם ערשטן יאר. דעם קומענדיגן יאר וועסטו זעהן נאך א מנין אידן טוען דאס זעלבע... און א יאר דערויף, מוסיף והולך... מען דארף נאר דעם נחשון!
צוקערגעלעכטער וועסטו זיין צו די ביג-מאוטס אבער נישט פאר דיין באנק קאנטע...
באקאנטע אדער באנק-קאנטע ???? 😃 🙂
נו? האסט שוין א
סיטרון פרוכט? און וויפיל באצאלט?
זר זהבנו? האסט שוין א
סיטרון פרוכט? און וויפיל באצאלט?
מיין חבר האט געטראפען ערגעץ אויפן אינטערנעט א סעט . סאיז אנגעקומען די.לולב האלב ציקנייטשט.
וואט די העק.... 😂
דער זעלבער אתרוג קאסט אין וויליאמסבורג אסאך מער ווי אין ב''פ
וואס איז פשט?
קלארדער זעלבער אתרוג קאסט אין וויליאמסבורג אסאך מער ווי אין ב''פ
וואס איז פשט?
Supply and demand
צוקערמאך דיך א גרופע פון איטליכע חברים און קויפטס בשותפות טרעפטס ענק אין בעסמעדרעש און שאקעלטס צונאזאם.
אייזקריעם און לאליפאפס קויפט מען אויך בשותפות מיט חברים?
אייזקריעם קאסט 200-100 דאללאר?
זר זהבאייזקריעם קאסט 200-100 דאללאר?
דו ביסט גערעכט. און סד'גייט נישט פאר אזויפיל גניבה און שקר ווי ביי די ד' מינים, ליידער.
אן עקסטערע אפקומעניש ביי די ארבע מינים ביי מיר איז, אז ווען איך האלט די מינים אין האנט, בפרט נאך מיטן מחזור אזוי ווי היינט, הושענא רבה, פאלט מיר דער טלית אראפ פון די אקסלען יעדע פאר מינוט. מען קען פלאצן אבער גארנישט טון!
מסתם האסטע נישט די מלכות טלית