"ברוקלין" איז די 2'טע טייערסטע פלאץ צו וואוינען אין אמעריקע
מיט גרויס פרייד האט דער היימישער עולם תושבי ברוקלין וואס ציילט זיך איבער 100 טויזענט אויפגענומען די גאר קיהלע נייעס אז זיי האבן די זכיה צו וואוינען אינעם סאמען טייערסטן שטאט (בארא) פון איבער גאנץ אמעריקע. (ששש נישט ממש, מאנהעטען איז נומער איינס, ברוקלין נומער 2. איין נומער מאכט נישט אויס, פארוואס צושטערן די שמחה?)
איבער אלע ברוקלינער גאסן האבן זיך היימישע אידן ארויסגעלאזט אין טאנצערייען און געזאנג. לאקאלע ברוקלינע באמעס מיט די לעיטעסט סטייל שווארצע ברילן טיילן וויין און וויסקי, בעלי דרשנים און בדחנים הייטערן דעם ציבור, ליצנות און דברי זלזול ווערן געהערט אויף די אלע נארישע אפגעריסענע אידן וואס וואוינען אין מאנסי, מאנראוי, נייטרא, בעיסוואטער, פייוו טאונס, קעטסקילס, לעיקוואוד, טינעק, מארריסטאון, דיעל, עדיסאן, היילענ פארק, באלטימאר, טשיקאגא, קליוולאנד, מיאמי, קאנעטיקוט. פאליציי פלאגט זיך צו האלטן דעם עולם אין קאנטראל.
מער אפדעיטס ועלן נאכפאלגן.