☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די סאטמער צוטיילונג

די סאטמער צוטיילונג

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #182

הרב_שלום » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:08 am

· #1527
די סאטמער צוטיילונג
א גיט מארגען אלע חשובע לינער
ווי באקאנט האט מען זימער תשנט אויפגענומן הרב ר זלמן לייב אלס רב אין וויליאמסבורג , פאר ר אהרן אין זיין אנהעגער האט דאס זייער געבאדערט
מיין שאלה איז פארוואס האט דאס איהם געבאדעט פארוואס ווען מען האט אויפגענומען זיינע שוואגערס אלס רב אין בפ מאנטריאל מאנסי האט ער יא שטארק קאאפערירט
איין זאך בעהט איך קיינער זאל מיר נישט ענטפערן אז ר זלמן לייב איז א עם הארץ אדער א פויער דאס איז בלויז קינדעריש נאר ענטפערן מיט דברים של טעם
זימער תשנט בין איך געווען אכט יאהר האב נישט צופיל מיטגעהאלטען און אצינד פרעג איך אין א שטייגער פון שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

amechiya » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:27 am

· #1531
Re: די סאטמער צוטיילונג
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך איז געזאגט געווארן ביי דברי תורה, נישט ביי מחלוקת

הרב_שלום
נאר ענטפערן מיט דברים של טעם

ביי מחלוקת איז נישטא אזא זאך...

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:30 am

· #1534
Re: די סאטמער צוטיילונג
אן אריינגיין אין צדדים, די סיבה פארוואס ס'האט געבאדערט מער ווי די אנדערע, און נישט נאר פאר אים, נאר פאר א גרויסן ציבור חסידי הברך משה, איז געווען צוליב וואס די וואס זענען געווען אינוואלווד האבן קלאר געזאגט אז זייער פלאן איז מיט דעם צו צוטיילן סאטמאר, געבן איין חלק פארן עלטערן ברודער און איין חלק פארן יונגערן ברודער.
דער פלאן מתחלה איז געווען צוטיילן אמעריקא אין ארץ ישראל ואייראפע, אמעריקא געבן פאר ר' אהרן און ארץ ישראל ואייראפע פאר רז"ל, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס רז"ל איז געפארן ווערן רב אין ירושלים, היות ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב פארשידענע סיבות, האט מען באשלאסן מען וועט מאכן די חלוקה אין אמעריקא.
ווען רז"ל איז געפארן ווערן רב אין ירושלים האט מען גערופן אויפן ערשטן שבת, שבת החודש תשנ"ז אסאך ראשי קהלה מיטצוהאלטן דעם שבת, הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל דער ראה"ק אין וומס"ב האט דאן געזאגט "איך וויל נישט האבן קיין חלק אין צוטיילן סאטמאר", למעשה איז ער נאר געפארן ערשט נאך שבת צו די אפיצעלע מסיבה וואס איז דאן געווען.

איך בין נישט דא קיין אחראי, אבער אלס מעמבער בעט איך אלע חברים, כדי דער פלאץ זאל קענען אנהאלטן נארמאל דארפן מיר אלע פרובירן מען זאל דא נישט שרייבן נעגאטיוו אויף קיין שום צד, נאר לאזן דעם אשכול פאר טרוקענע פאקטן, אן זיך אויסגעבן די אייגענע געפילן

green sunday » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:43 pm

· #1638
Re: די סאטמער צוטיילונג
בין שני פלגי החסידות מתנהלת מחלוקת עזה, והיא גברה לאחר פטירת האדמו"ר האב בשנת תשס"ו (2006). החסידים התומכים באח הצעיר (המכונים בעגה הסטמרית "זַלונים", בשל כינויו "זלמן") טוענים כי מעשי האב בחייו וכן צוואתו אינם מותירים מקום לספק בדבר זהות היורש. לעומתם, הפלג התומך ברב אהרן (מכונים "אהרוינים") טוען כי האדמו"ר הקודם חלה במחלת אלצהיימר ולמעשה נשלט על ידי בני ביתו ומשמשיו, וכי בצוואה קודמת משנת תשנ"ו (1996) מינה האב את בנו הרב אהרן ליורש.

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A7%D7%95%D7%AA%D7%99%D7%90%D7%9C_%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

green sunday » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 6:26 pm

· #1639
Re: די סאטמער צוטיילונג
בשנים האחרונות מתנהלת מחלוקת עזה בין שני פלגי החסידות. המחלוקת גברה לאחר פטירת האדמו"ר הקודם.
החסידים התומכים באח הצעיר (המכונים בעגה הסטמרית "זַלונים", בשל הכינוי "זלמן לייב" של הרב יקותיאל יהודה) טוענים כי מעשי האב בחייו וכן צוואתו אינם מותירים מקום לספק בדבר זהות היורש. לעומתם,הפלג התומך ברב אהרן (מכונים "אהרוינים") טוען כי האדמו"ר הקודם חלה במחלת אלצהיימר, ולמעשה נשלט על ידי בני ביתו ומשמשיו. בנוסף לכך, טוענים כי בצוואה שכתב בשנת 1996 מינה האב את בנו אהרן ליורש, "ואף גילה כי זוהי הצוואה המוחלטת והסופית".

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A7%D7%95%D7%AA%D7%99%D7%90%D7%9C_%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%98%D7%9C%D7%91%D7%95%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%9D</a>[/quote]

העלא » פרייטאג אפריל 20, 2012 6:06 pm

· #6103
Re: די סאטמער צוטיילונג
זייער פשוט, פאקטן:

די ברך משה האט פאר אלע קינדער, געגעבן א רבנות אין א סאטמאר ביהמ"ד אויזער פאר בנו השלישי ר' זלמן לייב
ווייל ער האט אלץ געהאלטן אין איין זאגן (עיין מברטנורא בשעת'ן לערנען פרק דעם שבת אויף הוא היה אומר), אז זיין זוהן ר' אהרן איז די איינציגסטער וואס טויג צו פירן די סאטמארע קהלה און אזויווי זיין זוהן ר' זלמן לייב איז די טויגליכסטע נאך ר' אהרן, האט ער מורא געהאט אז ער זאל נישט באקומען א קנאה געפיל אויף זיין עלטערע ברודער און זיך נישט אינטערווארפן, האט ער אים בשנת תשמ"א אוועק געגעבן די דירה און סיגעטע ביהמ"ד אין ב"פ און אים אנגעווארנט ער זאל זיך נישט רופן סאטמאר, צו פארזיכערן אז ער ווארפט זיך אונטער ר' אהרן,

שפעטער אין די סוף נ' יארן ווען די ברך משה איז שוין נישט אזוי געזונט געווען, האט די גבאי באשלאסן אז כדי ער זאל קענען פירן סאטמאר איז נישט גוט אז ר' אהרן זאל פירן סאטמאר כרצון אביו הק' בעל ברך משה, האט ער איינע פון די טריקס געטוהן צו ברענגען ר' זלמן לייב פאר רב אין ווילאמסבורג, כדי אים גרויס צו מאכן,

און די חסידים פון ברך משה האבן גראד געזעהן אז דער גבאי (בן פראדל) וויל אונטערברענגען סאטמאר און טוהן היפך רצון הרבי ז"ל בעל ברך משה, דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען געווארן גערעגט

וראי' לדברי ווייל אלע שונאי ברך משה זענען דעמאלט צוריק געקומען צו סאטמאר און זיך צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב ווייל זיי האבן אויך געזעהן אז דאס איז א טריק אונטער צו ברענגען סאטמאר און דעם ברך משה

זר זהב » פרייטאג אפריל 20, 2012 6:50 pm

· #6105
Re: די סאטמער צוטיילונג
העלא

פאר וועם האט עס דער ברך משה געזאגט ? פאר דיר ? פאר צוויבל ? איז דא א טעיפ דערפון ?

שפעטער אין די סוף נ' יארן ווען די ברך משה איז שוין נישט אזוי געזונט געווען, האט די גבאי באשלאסן אז כדי ער זאל קענען פירן סאטמאר איז נישט גוט אז ר' אהרן זאל פירן סאטמאר כרצון אביו הק' בעל ברך משה, האט ער איינע פון די טריקס געטוהן צו ברענגען ר' זלמן לייב פאר רב אין ווילאמסבורג, כדי אים גרויס צו מאכן,

עיין לעיל

און די חסידים פון ברך משה האבן גראד געזעהן אז דער גבאי (בן פראדל) וויל אונטערברענגען סאטמאר און טוהן היפך רצון הרבי ז"ל בעל ברך משה, דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען געווארן גערעגט

ניין, משה גבאי הטא כלל נישט געוואלט אינטערברענגען סאטמאר מער ווי די און דיין פארטיי האט געוואלט

וראי' לדברי ווייל אלע שונאי ברך משה זענען דעמאלט צוריק געקומען צו סאטמאר און זיך צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב ווייל זיי האבן אויך געזעהן אז דאס איז א טריק אונטער צו ברענגען סאטמאר און דעם ברך משה

וועם רופסטע א שונאי ברך משה ? יוסעל וו"מ ? פארוואס איז יוסעל וו"מ גגעווען ביים מסע המלכות תשמ"ד צוזאמען מיט'ן ברך משה ? פארוואס זעט מען אים מאכן פלאץ פאר'ן ברך משה ?
מנשה פיליעפ איז א שונא ? פארוואס האט ר' מנשה פילעף געהאט א שיעור מיט'ן ברך משה ביז תשמ"ה ?

ניין ניין, די אלע זענען שונאי מהר"א ט"ב, ביז תשמ"ה זענען כמעט אלע געשטאנען מיט'ן ברך משה אדער עכ"פ נישט געבונטעוועט. הער אויף מיט די ליגענטס, מיר קענען היסטאריע

ידען » פרייטאג אפריל 20, 2012 7:24 pm

· #6110
Re: די סאטמער צוטיילונג
מסתם נישט.

איך רעד פאר מיר. ס׳גייט מיר נישט אן די פאליטיק.

ביי מיר זענען אלע ביידע full of bs

אבער די זעלבע זאך גייט מיר נישט אן די אשכול.

איך וועל ווארטן א פופציג יאר און איך וועל דעמאלס לייענען די מחלוקת אבזשעקטיוולי..

שמואל הלוי » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:22 pm

· #6125
Re: די סאטמער צוטיילונג
[ציטאט אראפגענומען]

איך ביין איינשטימונג מיט באריסטא, לדעתי קען די אשכול גיין אין מיסט קאסטן אדער אין בעסטן פאל פארשלאסן מיט א שלאס.

יידל » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:32 pm

· #6134
Re: די סאטמער צוטיילונג
יא, איך עגרי אז מ'דארף לייגן א שלאס אויף דעם אשכול.

ג"א מצטרף לכל אלו הנ"ל ובזה באתי עה"ח מוצש"ק פר' שמיני,
יהודה

געצל » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:49 pm

· #6139
Re: די סאטמער צוטיילונג
איך קען נאך אריינכאפן איידער מען פארשליסט עס?...

פאדעם » מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:09 pm

· #6143
Re: די סאטמער צוטיילונג
שמואל הלוי
[ציטאט אראפגענומען]

איך ביין איינשטימונג מיט באריסטא, לדעתי קען די אשכול גיין אין מיסט קאסטן אדער אין בעסטן פאל פארשלאסן מיט א שלאס.

זר זהב » מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:17 pm

· #6144
Re: די סאטמער צוטיילונג
געצל
איך קען נאך אריינכאפן איידער מען פארשליסט עס?...

יא, שנעל געגאנגען...

געצל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:09 am

· #6180
Re: די סאטמער צוטיילונג
איך האלט אז מען זאל יא לאזן דעם אשכול. פארוואס זאל מען אויסשליסן די וואס האבן יא ליב צו פאליטיזירן?

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:12 am

· #6185
Re: די סאטמער צוטיילונג
געצל
איך האלט אז מען זאל יא לאזן דעם אשכול. פארוואס זאל מען אויסשליסן די וואס האבן יא ליב צו פאליטיזירן?

ווייל מ'דארף וויסן וויאזוי צו פאלטיזירן.

אלבערט » זונטאג אפריל 22, 2012 12:16 am

· #6198
Re: די סאטמער צוטיילונג
שרייבער
אן אריינגיין אין צדדים, די סיבה פארוואס ס'האט געבאדערט מער ווי די אנדערע, און נישט נאר פאר אים, נאר פאר א גרויסן ציבור חסידי הברך משה, איז געווען צוליב וואס די וואס זענען געווען אינוואלווד האבן קלאר געזאגט אז זייער פלאן איז מיט דעם צו צוטיילן סאטמאר, געבן איין חלק פארן עלטערן ברודער און איין חלק פארן יונגערן ברודער.
דער פלאן מתחלה איז געווען צוטיילן אמעריקא אין ארץ ישראל ואייראפע, אמעריקא געבן פאר ר' אהרן און ארץ ישראל ואייראפע פאר רז"ל, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס רז"ל איז געפארן ווערן רב אין ירושלים, היות ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב פארשידענע סיבות, האט מען באשלאסן מען וועט מאכן די חלוקה אין אמעריקא.
ווען רז"ל איז געפארן ווערן רב אין ירושלים האט מען גערופן אויפן ערשטן שבת, שבת החודש תשנ"ז אסאך ראשי קהלה מיטצוהאלטן דעם שבת, הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל דער ראה"ק אין וומס"ב האט דאן געזאגט "איך וויל נישט האבן קיין חלק אין צוטיילן סאטמאר", למעשה איז ער נאר געפארן ערשט נאך שבת צו די אפיצעלע מסיבה וואס איז דאן געווען.

איך בין נישט דא קיין אחראי, אבער אלס מעמבער בעט איך אלע חברים, כדי דער פלאץ זאל קענען אנהאלטן נארמאל דארפן מיר אלע פרובירן מען זאל דא נישט שרייבן נעגאטיוו אויף קיין שום צד, נאר לאזן דעם אשכול פאר טרוקענע פאקטן, אן זיך אויסגעבן די אייגענע געפילן

דאכצעך אז ר' סענדר איז נישט געפארן נאך שבת אויך נישט.

שרייבער » זונטאג אפריל 22, 2012 12:16 am

· #6199
Re: די סאטמער צוטיילונג
יידל
געצל
איך האלט אז מען זאל יא לאזן דעם אשכול. פארוואס זאל מען אויסשליסן די וואס האבן יא ליב צו פאליטיזירן?

ווייל מ'דארף וויסן וויאזוי צו פאלטיזירן.

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:20 am

· #6212
Re: די סאטמער צוטיילונג
שרייבער, ביסט כיהוד"ה ועוד לקרא, הא? (;

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 12:22 am

· #6214
Re: די סאטמער צוטיילונג
שיינע מליצה יידל

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:23 am

· #6217
Re: די סאטמער צוטיילונג
שמואל הלוי
שיינע מליצה יידל

שכויח פארן קאמפלימענט און פארן לייק 😃

געצל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:54 am

· #6296
Re: די סאטמער צוטיילונג
שרייבער זעט אויס אז ער קען פאליטיזירן אויף א שיינעם אופן.

משה געציל » זונטאג אפריל 22, 2012 2:53 am

· #6443
Re: די סאטמער צוטיילונג
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין מען זאל עס יעצט פארשפארען פאר עס ווערט צו הייס, א שאד אז אזא געשמאקע פלאץ צו פארברענגען זאל ווערן א פלאץ פאר צוהיצטע קעפ אנצעהייצן די געמיטער אויף איין זייט צו די אנדערע.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 22, 2012 12:05 pm

· #6475
Re: די סאטמער צוטיילונג
געצל
איך האלט אז מען זאל יא לאזן דעם אשכול. פארוואס זאל מען אויסשליסן די וואס האבן יא ליב צו פאליטיזירן?

ערשטנס, ווייל עס איז פאראן גענוג אנדערע פלעצער וואו צו פאליטיזירן די מחלוקת,

און צווייטנס, ווייל עס קריכט שוין פון די נאז, מילד גערעדט. וויפיל יאר קען מען איבער'חזר'ן די זעלבע זאכן?

חוץ מזה גייט עס קיינעם נישט העלפן. א שאד די צייט צו שרייבן און לייענען. וויזוי זאגט נאר יענער, "דאנט קאנפיוז מי וויט פעקטס, איי מעיד אפ מיי מיינד עלרעדי", פארדריי מיר נישט דעם קאפ מיט פאקטן, כ'האב שוין באשלאסן וואס איך האלט... קעיס אין פוינט: פון די אלע יארן טענות אהין און צוריק און פאליטיזירן האט נאך "קיינער" !!! נישט געטוישט זיין מיינד, און אנגעהויבן צו האלטן פונעם אנדערן. און עס גייט ווייטער אויך נישט טוישן.

א שאד די צייט, ס'עקלט שוין. מאוס ונמאס.

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 2:15 pm

· #6496
Re: די סאטמער צוטיילונג
שמעקעדיג, איך וויל אביסל מחולק זיין אויף דיר. איך האב אין דעם נאכנישט גענומען קיין צד, טאקע דערפאר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן. אבער די אמת איז אז ס'איז אוומעגליך צו וויסן די פאקטישע פאקטן ווען אלעס האט זיך אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן.

שרייבער » זונטאג אפריל 22, 2012 3:16 pm

· #6525
Re: די סאטמער צוטיילונג
יידל
שמעקעדיג, איך וויל אביסל מחולק זיין אויף דיר. איך האב אין דעם נאכנישט גענומען קיין צד, טאקע דערפאר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן. אבער די אמת איז אז ס'איז אוומעגליך צו וויסן די פאקטישע פאקטן ווען אלעס האט זיך אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן.

יודעלע, אויב האסטו נאכנישט באשלאסן איז משמע אז ביסט נישט קיין סאטמערער, נו וואס האסטו כלל צו נעמען א צד? דו קלערסט איך - וואס איך בין א סאטמארער - האב אמאל גענומען א צד אין באבוב צו תולדות אהרן אדער ספינקא וכו' וכו'

מה יתן ומה יוסיף

ס'איז דא אמאל איינער באלאנגט ערגעץ און ער האט געוויסע קשיות קען מען אויסשמועסן אבער סתם נעמען א צד לשם.... לשם מה....

העכסטענס גיי צו ביידע ווער ס'וועט דיר בעסער געפעלן אין אים זאלסט דיך מדבק זיין

הרב_שלום » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:06 pm

· #50223
מנהל ביטע דאס אריינלייגען אין צימעס

---
עשינו כרצונך

הק' משמרת

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:08 pm

· #50226
הרב_שלום
מנהל ביטע דאס אריינלייגען אין צימעס

ביט א געזונטער לץ!

דער אשכול שלאפט שוין 6 חדשים, און ביזט עס געגאנגען אויפוועקן.... עס צו לייגן אין צימעס
👍

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:29 pm

· #50295
זר זהב; זיי אים דן לכף זכות. ער איז דער פותח האשכול, און מסתמא האט ער יעצט געוואלט עפעס צולייגן, אבער וויבאלד ס'איז נישט אין צימעס האט ער זיך צוריקגעהאלטן.

דולה ומשקה » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:40 am

· #50540
הרב שלום,
אויף וואס ארויף האסטו געזעהן וויכטיג ארויף צוברענגען דעם אשכול, עס איז גוט געשלאפען זייט אפריל, פארוואס זי אויף וועקן?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:39 am

· #50911
געצל
איך האלט אז מען זאל יא לאזן דעם אשכול. פארוואס זאל מען אויסשליסן די וואס האבן יא ליב צו פאליטיזירן?

פאליטיזירן, יא. אבער גיסן שמוץ און מבזה זיין וואוילע, ערליכע אידן, נישט. ❗

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:46 am

· #50914
יידל
שמעקעדיג, איך וויל אביסל מחולק זיין אויף דיר. איך האב אין דעם נאכנישט גענומען קיין צד, טאקע דערפאר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן. אבער די אמת איז אז ס'איז אוומעגליך צו וויסן די פאקטישע פאקטן ווען אלעס האט זיך אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן.

ס'הייסט אז ר' י. וו. איז יא א וואוילער איד, אן אוהב שלום ורודף שלום. ענדערש דער צווייטער פאל. אפגעזען צו וועלכן צד איינער באלאנגט. 😳

קפנדריא » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:24 pm

· #54225
אצינד, נאך אזויפיל יאר, ווי אלע זעען אז ביידע חסידות זענען זיך שיין און גרויס צעוואקסן איז א שאד צו דיסקוסירן די מערכה, יש דורשין אותו לשבח, קוקט נאר אן די הערליכע בילדער פון ביידע פראקציעס, ווי שיין און גרויס קאמפעטישאן קען מאכן, ביידע זוכן אנצופילן וואס מער מוסדות, שולן און שיינע מעכטיגע שמחות, ויש דורשין אותו לגנאי, שטעלט אייך פאר ווען מ'שטעלט צוריק צוזאמען די מאסן עולם פון ביידע, און אלעס וואלט נאך אנגעקערט צו איין צענטראלע קהילה, כלל ישראל וואלט דאן געווען אין געפאר, ס'וואלט דאך געווען א סכנה צו גיין אויף די גאס..

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:19 pm

· #54264
קפנדריא, הלואי זאלן דיינע ווערטער אנקומען צו יעדנ'ס אויערן!!
די צוטיילונג האט נאר בעסער געמאכט, די קאמפעטישן האט געהאלפן פאר אן א שיעור ענינים.
ווי צב"ש, שענער געמאכט דעם "איד", ביליגער געמאכט אתרוגים, בעסער געמאכט די מלמדים און טיטשערס, די מתיבתא אין ק"י איז געווארן בעסער, און נאך א געוואלד זאכן.
קאמפעטישאן איז טאקע גוט פאר די קאנסומער, ס'איז א בחינה פון "קנאת סופרים תרבה חכמה", יעדער זוכט איבערצושטייגן דעם צווייטן בעסער און שענער, כה לחי!

לאמיר זעהן דעם גוטן זייט דערפון, און פארגעסן פון די אלע נארישקייטן.
זארגט אייך נישט וועגן גניבה פון בנינים, לאזט השי"ת אליינס קעיר נעמען פון די וועלטס פראבלעמען, ער דארף נישט ענקער הילף, אדרבה, איר שטייט אים גאר אין וועג!
כבר היה לעולמים, מען האט זיך שוין געשלאגן, לאזט עס לויפן, און מיט די צייט בעז"ה הכל על מקומו יבא בשלום.

אשכולות אויפוועקער » מאנטאג יוני 16, 2014 8:08 am

· #206206
ח''י סיון
הכתרת מהרי''י

אכשיר דרא » דינסטאג יוני 17, 2014 11:23 pm

· #206561
יאריך ימים על ממלכתו הוא ו"בניו" זאלען זיך רייסען ווי ער בקרב ישראל
און קאווע שטיבעל וועט בליען אין די הימלען מיט צימעס נייע און אלטע