☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר

דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1814
בלאט: 1 2

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:11 pm

· #44226
דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר
נו, וואס האט איר צו זאגן אויף די דראמערס וואס האבן געדראמט אויף אונזערע טעיפס די לעצטע 40 יאר, זייט אונזערע מוזיק טראגט א מודערנעם כאראקטער?

ביי מיר פערזענליך מאכט א דרומער זייער שטארק אויס אויפן קוואליטי פונעם טעיפ, ווייל ער איז די "באדי" און ריקן ביין פונעם אלבום (פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך אויך זייער שטארק אינעם ארעינדזשער און אינעם סאונד מענטש), ס'דא ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס דער דראמער איז מער צוגעפאסט, און ווידער איז דא אנדערע סארט ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס אן אנדערער דראמער איז מער צוגעפאסט. ס'דא אמאל וואס ס'קוקט אויס אז דער דראמער איז קאלט, טריקן, פארשלאפן אדער סתם אבי געזינט א.א.וו. און ס'דא אמאל פארקערט, פיל מיט פרישקייט א.א.וו.

איך ווייס נישט די נעמען פון די אלע דראמערס וואס האבן געדראמט במשך די לעצטע פערציג יאר, איך ווייס נאר פון ריק קאטלער פון אמעריקא, און רן ורד פון ישראל וועלעכע זענען ביידע געווען הויפט קאנקורענצן זה לעומת זה במשך קרוב צו 20 יאר;
אשר פדי; אבי אבידני; ברק בן צור; ניר צדקיהו; תומר צדקיהו; נחום... (אלע פון ישראל), און אויך אביסל גל גערשאווסקי און לערי... און אברמי שרייבער פון ניו יארק. דאס זענען אלע דראמערס וואס איך ווייס.

מיט די דראמערס פון די ערשטע צייטן בין איך נישט באקאנט. ווי אויך בין איך נישט באקאנט וועלעכע פון די ערשטע טעיפ'ס ס'זענעהן געניצט געווארן מאשין דראם'ס (דער חילוק צווישן די עכטע און מאשין דראם'ס פון יענע צייטן איז מיר נישט באקאנט).

איז וואס איז אייער מבינות אויף די אלע דראמערס, און אויף די פארשידענע ארעינדזשמענטס פאר דראם געוואנדן אין די מוזיק ארעינדזשערס?

שמייכל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:12 pm

· #44252
רן ורד איז זייער א פונקטליכער און געשמאקער דראממער, ער טוט זיין ארבעט און רעקארד-טיים (איינמאל, מ׳דארף כמעט נישט איבערמאכן) ער אויך איז א משתרה (אפיסער) איבערן טאג, אין צו די זייט טוט ער דראם ארבעט פאר סטודיאויס.

און אויב פונקטליכקייט און פערפעקשאניזעם איז דאך נישט מעגליך צו פארגעסן פון ריק (די-מאשין) קאטלער, מאנכע גלייכן אים נישט צוליב וואס ער איז צו טריקן, אפילו ער איז פונקטליך ממש אויפן האר, אני כשלעצמי גלייך אים אבער יא, איך האלט למשל אז זיינע זאכן וואס ער טוט אויף די האסק קאנצערטן איז געוואלדיג, לדוגמא העסק 5. (אגב, ריק איז אויך א פראפעשינאל פיאניסט, ער האט שוין ארויסגעגעבן 2 פיאנוי אלבומס, מ׳קען עס טרעפן אויף CD Baby).

אשר פעדי, אבי אבידון, ברק בנצור זענען אלע זייער געשמאקע דראמערס מיט א גוטן טעקניק און היי-סקיל אין אסאך סטיילס אין מוזיק.

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:45 pm

· #44266
ריק קאטלער איז זייער פראפעשנל, שארף און קלאר, געוואגט און קאנטראלירבאר, אבער אויך זייער הארט קאלט און פיר קאנטיג. די סאונד פון זיין קלאפ איז טיילמאל ווי א קלאפ אויף א טיש...

קווארטין » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:48 pm

· #44268
כ'קאן נישט די אלע נעמען, ביי מיר איז נאר איינגעקריצט צוויי, ריק קאטלער וועלכע כ'גלייך זייער, און לעררי סטעפלער. איך האב זיך עפעס אזוי איינגעחזרט אז ריק איז בעסער אויף טעיפ, און לעררי איז בעסער אויף חתונות. לגבי קונצערטן די מער פראפעסיאנעלע, ריק, אבער דארט ווי מ'זוכט אביסל עקשאן איז לעררי פיינע נייעס, אוי האקט ער ביי אברהם'ס חנוכה קאנצערט. הגם, לויט ווי כ'דענק דראמט ער אויף מיכאל'ס טעיפס אונטער הערשי גינזבערג'ס אררענדזשמענטס (פון וועמען כ'האלט אויך, פאר ווער ס'דענקט) און ער מאכט דארט א סופער דזשאב. בעסעקלי ריק איז מער פאנקטואל, נישט אומזיסט טראגט ער דעם נאמען ריק 'מאשין', אבער כ'גלייך זייער לערריס איפכא מסתברא'דיגע פילל-אינס, זיינע געזונטע האקעס. דאכטזיך אז רון וורד האט די ביידע מעלות (כ'האבעם נאר געהערט אויף טעיפ, נישט לייוו.)

שמייכל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:51 pm

· #44269
איך וועל אהערפעיסטן א קורצע וויקיפידיע איבער ריק קאטלער וועלכער ער האט (בעליעוו איט אר נאט) מיר פערזענליך געשיקט אין אימעיל מיט א שטיק צייט צוריק
As for my influences, my 1st drumming idol many years ago was Gene Krupa, who I learned about through my dad. Then I graduated to Buddy Rich & finally settled into loving the more modern jazz drummers of the '60s who continue to influence me today. If I had to name my very favorites they'd be Tony Williams, Jack DeJohnette & Elvin Jones. For rock & groove playing I especially love Steve Jordan & Brian Blade

קווארטין » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:12 pm

· #44276
איי בעליעוו, פארוואזשע נישט, דאכט זיך אז יעדע סעלעב האט ליב פארעהרערס.

שמייכל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:35 pm

· #44286
ווען די זאלסט קענען ריק וואלסטו פארשטאנען אז עס שטייט בכלל נישט אויס פון אים זיך אראפצולאזן צו אזא דרגה

טעלעפאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:39 pm

· #44289
רן ורד איז נורא נוראות! זיין סאונד, זיין געפיל. ער דראמט שוין נישט. א שאד א שאד
ברק בן צור קומט נאר אביסל צו צו אים

אבי אבידני דראמט יעדע זאך די זעלבע, כמעט ווי ווען מ׳זאל אנצינדן א קיבארד... די זעלבע פילל אינס ..

ריק קאטלער און לערי סטעפלער איז שוין זייער גוט ארויסגעברענגט געווארן

שמייכל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:42 pm

· #44290
קווארטין
כ'גלייך זייער לערריס איפכא מסתברא'דיגע פילל-אינס

זייער גוט ארויסגעברענגט, ממש דאס איז לעררי, איפכא מסתברא׳דיגע פילל-אינס!
כ׳האב ביי מיר א טעיפ פון א חתונה ווי לעררי דראמט, און ביי די קבלת פנים ניגונים שפילן זיי דארטן והאר עינינו פון שלמה קארבלאך, און לעררי מאכט דארטן א גאונ׳ישע פילל-אין אז עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:43 am

· #44338
איך האב זייער געליבט רן ורד, ער איז דזשוסי. ביי די גרויסע חתונה פון ר' חיים משה סטרולאוויטש האט ער געדראמט מיט די גאנצע איזרעלי בענד. אויף ריק קאטלער זאגט מען דאך אז ער דראמט פונקטליכער פון א דראם באקס/מאשין. ער איז טאף און סאליד.
אויף די עלטערע טעיפס פלעגט אסאך דראמן איינער שלמה זייגער.

איז מעט מיללער א איד?
און וואס זאגט עטס צו דעם צורידערטן... מעט הילל? זיס ווי צוקער זיינע פאקסן.

חאצקל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 2:56 pm

· #44492
איך האב פארגעסן פון יוחי בריסקמאן, פאר לעבעדיגע טאנץ ניגונים איז ער לדעתי דער טאפ

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 3:03 pm

· #44494
האסט אויך פארגעסן פון אברומי שרייבער

שמייכל » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 12:29 pm

· #44649
לכתחילה האט דער פותח האשכול נאר געפלאנט ארומצורעדן פון די דראמערס וואס האבן געדראמט אויף די אלבומ׳ס, נישט די חתונה דראמער, ממילא זענען עקסקלודעט מעט מיללער, מעט הילל, יוחי און שרייבער

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:18 pm

· #44834
יוחי בריסקמאן דראם'ס ביי עטליכע קאסעטעס וו.צ.ב. ביי עטליכע ניגונים פון שוואקיס לעצטערע אלבום'ס. דוכט זיך מיר אז ער דראם'ט אויך ביי איינס אדער צוויי טעיפ'ס פון יונתן שווארץ וואו ער זעלבסט מאכט די ארעינדזשמענטס. ווי אויך ביי קאלעקשן טעיפס דראמט ער, וו.צ.ב. א פורים טעיפ, פראדזשעקט X, מכאל שניצלער חתונה טעיפ.

אויך שרייבער הערט מען אמאל אויף טעיפ'ס, לדוגמא, ביי דעם ניגון א פשוט'ער איד פון ל. שמעלצער, און ביי דעם לעצטן ניגון פון שראגי געשטעטנער.

אצינד, לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט, און אפיר ברענגען אלבום'ס מיט געשמאקע דראם'ס:

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:29 pm

· #44837
איז מעט הילל א איד?

קווארטין » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:30 pm

· #44865
דאכט זיך ער איז הילל (הילי) היללס א משפחה מיטגליד, עפעס האביך אמאל געהערט וועגען די בעקראונד פון די משפ' נאר איך ביניש קלאר באקאנט, דערפאר גיב איך א צווייטן ס'ווארט.

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:17 pm

· #45703
ס'איז נאך דא א סך צו שמועסן איבער די דראמער, מיר האבן דאך קוים אנגעהויבן און נאך נישט אריין לעומק הענין.

ס'וואלט אבער געווען כדי דא אריין צולייגן א בילד פון א דראם קיד מיט די נעמען פון אלע אירע פיטשיווקעס. איך האב עס פראבירט צו טון, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו מאכן.

ווייסט איינער וויאזוי מ'ברענגט אהער א בילד פון וויקעפידיע א.ד.ג.? אדער קען איינער זיך וואלאנטירן עס צו טון אליין?

חאצקל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:58 am

· #46597
נו ביטע מיינע פריינד, מאכט אייך וויסענדיג, אז מ'ווייסט די צורה פון א דראם בכל פרטיה קען מען זיך אריין לאזן אין א טיפער און איינצלהייטליכער שמועס איבער דעם ענין. מיר האבן קוים אנגערירט דעם שפוץ פונעם אייז בארג, מיר דארפן נאך צו נעמען מיט א ברייטקייט די דראם'ס פון קאטלער\ וורד, פדי און אבידני וכו', אפיר ברענגענדג פארשידענע ניגונים אלס ביישפילן.
הכלל מיר שטייען נאך פאר לאנג פארצווייגטע און אויך נאסטאלגישע שמועסן איבער די וואס האבן געדראמט אין אונזערע העט פאונס אדער קאר וכדו'. מיר דארפן זיך נאך אויס'טענה'ן ווער ס'דראמט בעסער מיט דעם פרט און ווער מיט אן אנדער פרט. ס'נאך דא א סך ארבעט, סאו ביטע מיינע פריינד, הייבט לעבט אויף דעם דיסקאשן!!!

ציגרעטל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:38 am

· #46660
קווארטין
דאכט זיך ער איז הילל (הילי) היללס א משפחה מיטגליד.

כ'האב געהערט אז זיי זענען ברודערס, דער בחור איז העווי אנגע....... ווען ער פערפארמט...

שמייכל » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:27 pm

· #46736
חאצקל
ס'איז נאך דא א סך צו שמועסן איבער די דראמער, מיר האבן דאך קוים אנגעהויבן און נאך נישט אריין לעומק הענין.

ס'וואלט אבער געווען כדי דא אריין צולייגן א בילד פון א דראם קיד מיט די נעמען פון אלע אירע פיטשיווקעס. איך האב עס פראבירט צו טון, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו מאכן.

ווייסט איינער וויאזוי מ'ברענגט אהער א בילד פון וויקעפידיע א.ד.ג.? אדער קען איינער זיך וואלאנטירן עס צו טון אליין?

דא האט איר 2 בילדער
📎 pearl_set.jpg 📎 drum-kit.jpg

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:27 pm

· #46760
פאר די אלע דראמערס דא, דאונלאודס דעם עפפ
Real drum

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:46 am

· #47305
א דאנק שמייכל, יעצט קען מען זיך זעצן צום טיש און זיך אריין לאזן אינעם ענין מיט א קלארקייט

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:53 am

· #47308
וואייסט איינער ווער ס'דראמט אויף די פאלגענדע טעיפ'ס:

פון ירמי' דמן "הנה זה בא", "זה היום", "ממקומך"

און אויף מבד'ס טעיפ "משיח משיח משיח"?

נעימות חב"ד?

ס'איז מיר שווער מבחין צו זיין אין די דראם'ס פון יענע צייטן, צו ס'איז געווען א משאין דראם אדער ממשות'דיגער דראם

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:05 am

· #49588
ווייסט איינער ווער ס'דראמט אויף דעם טעיפ א גוטע שעה פון יונתן שווארטץ? (ארעינדזשד ביי רובי באנעט)

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:36 pm

· #50516
ריק קאטלער האט מער רייסערישע פיל אינס ווי רן ורד, ווי אויך זענען ריק'ס פיללאינס מער געוואגט און קאנטראלירט ווי פון וורד'ן

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:47 pm

· #50671
חאצקל
ריק קאטלער פון אמעריקא,

📎 Rick Cutler.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:51 pm

· #50673
חאצקל
רן ורד פון ישראל

📎 רן ורד.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:54 pm

· #50677
חאצקל
אשר פדי;

📎 אשר פדי.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:56 pm

· #50679
חאצקל
אבי אבידני;

📎 אבי אבידני.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:57 pm

· #50681
חאצקל
ברק בן צור;

📎 ברק בן צור.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:58 pm

· #50683
חאצקל
ניר צדקיהו;

📎 ניר צדקיהו.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:59 pm

· #50684
חאצקל
תומר צדקיהו;

א ברודער מיט ניר
📎 תומר צדקיהו.jpg

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:59 pm

· #50686
יואלי סאנדעל. מער א ריק קאטלער שניט, פאקט איין אלע דראממערס (חוץ קאטלער)

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:59 pm

· #50687
חאצקל
גל גערשאווסקי

📎 Gal Gershovsky.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:00 pm

· #50688
כ'זעה זר וויל ענדערשט קליפס...

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:01 pm

· #50689
חאצקל
אברמי שרייבער פון ניו יארק

📎 Avrumi Schreiber.jpg

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:02 pm

· #50691
יא, איך באהאלט נישט מיינע פעיווארד מוזיקאנטן...

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:02 pm

· #50693
חאצקל
ריק קאטלער איז זייער פראפעשנל, שארף און קלאר, געוואגט און קאנטראלירבאר, אבער אויך זייער הארט קאלט און פיר קאנטיג. די סאונד פון זיין קלאפ איז טיילמאל ווי א קלאפ אויף א טיש...

📎 Rick Cutler.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:04 pm

· #50694
זר זהב
איז מעט מיללער א איד?

קוקט אויס אידישלעך...?
📎 Matt Miller.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:05 pm

· #50695
זר זהב
און וואס זאגט עטס צו דעם צורידערטן... מעט הילל? זיס ווי צוקער זיינע פאקסן.

📎 Matt Hill.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:07 pm

· #50696
חאצקל
איך האב פארגעסן פון יוחי בריסקמאן, פאר לעבעדיגע טאנץ ניגונים איז ער לדעתי דער טאפ

📎 Yoichi Briskman.jpg

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:07 pm

· #50697
קומט נישט צו צו סאנדעל

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 3:36 pm

· #50724
שעפטיל דו ביסט היסטעריקל, פאר יעדן פערזאן א בילד. פון וואו האסטו דאס אפיר געקראצט?

יעדנפאלס א ריזיגן דאנק פאר די לעבעדיגע חומר, דו לעבסט אויף דעם אשכול לאין שיעור, גיי ווייטער אן.

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 3:41 pm

· #50726
שעפטל
חאצקל
ריק קאטלער פון אמעריקא,

📎 Rick Cutler.jpg


ריק מיט זיין דראם צייגט אויפן בילד אזוי טעכניש און קארעקט גענוי אזוי ווי ער הערט זיך אויפן טעיפ, הארט און פראפעשענל. ווי א פראפעסער אין דראם.

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:38 pm

· #50791
זר זהב
יואלי סאנדעל. מער א ריק קאטלער שניט, פאקט איין אלע דראממערס (חוץ קאטלער)

ווער איז דער יואלי סאנדל?

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:40 pm

· #50793
זיין טאטע איז דער וואס מאכט SOUND פאר גרויסע איווענטס

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:51 pm

· #50798
פאלגנד איז א שמועס אןי איי וועלט איבער יוחי'ס דראמען:

פארטראכט: יוחי בריסקמאן קען נישט דראמען!!!

שהחינו: א מבין הייסט ביי מיר ווער עס קען ארויסברענגן זיינע מבינות. קענסט מיר ערקלערן די שלעכטע האקעס וואס דו הערסט פון יוחי?
אז כ'גיי דיר אנצינדען א שטיקל פון יוחי און פון אבידני גייסטו באמערקן א חילוק?

פארטראכט: אקעי... עד כאן!!!!! אז דו הערסט נישט א חילוק פון אבידני ביז יוחי דעמאלטס האב איך מיך נישט וואס צו טענה׳ן מיט דיר... אונזיר שמועס איבער די טעמע האט זיך גענדיגט ווען דו האסט געשריבן יוחי מיט אבידני אין די זעלבע סענטענס. ס׳האט געוויזן וויפיל דו פארשטייסט...

שטארק זיך: יוחי האלט פיין א ביעט.. אדער כמעט פיין... זיינע דינאמיקס זענען פחדים, זיינע לעוועלס ... לאמיר נישט רעדן... זיינע פילס, זענען כמעט איבעראל די זעלבע... צימבלען אביוזט ער, און בעיקר אזוי דעם קרעש...

און אבידני איז א מייסטע דראמער, כאטש איך גלייך אנדערע איבער אים, אבער עס איז בכלל נישט יוסטיץ די צוויי אפילו צו פארמעסטן.

פארטראכט: פיין איך וועל ערקלערן... זיין snare איז היפש שלעכט. ער הערט נישט אןיף צו האקן דעם crash ממש יעדע 8 ביעטס ביי שנעלע ניגונים. אזוי ווי ער וואלט געוועהן א דראם מאשין. און צו דעם אלעם איז זיין crash נישט שיין. אבידני (און רן ורד, וואס אני כשלעצמי בענק איך מיך צוריק צו) האבן הערליכע און עטליכע קרעשעס.

נאך א מעידזשאר פראבלעם, אז ער קען אנהייבן א פאל מיט די high hats און אינמיטן פלוצלונג גיין מיט די ride. דאס איז זייער נישט אויסגעהאלטען. ניטאמאל ביי א חתונה און זיכער נישט ביי א אלבום. און ווי מ׳האט שוין אויבן דערמאנט האט ער א פראבלעם מיט tempo, און זיינע fill in's זענען פחדים.

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:53 pm

· #50804
זר זהב
זיין טאטע איז דער וואס מאכט SOUND פאר גרויסע איווענטס

וואו הערט מען אים דראמען, ביי אלבום'ס? חתונות?

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:55 pm

· #50807
שוין פרעגסט שוין צו סך קשיות.. ער דראמט אויף דעם קליפ און זיי צופרידן...

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:57 pm

· #50808
אויף וועלעכער קליפ?
בלאט: 1 2