☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וויזוי קען איך סעלעברעיטן מיין עניווערסערי

וויזוי קען איך סעלעברעיטן מיין עניווערסערי

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1813

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:36 pm

· #44213
וויזוי קען איך סעלעברעיטן מיין עניווערסערי
טייערע אידן, עס איז מיין עניווערסערי, און די אידענע איז אין די מוד פון סעלעברירן אויף עפעס אן אופן. איך קען נישט ספענדן קיין סאך געלט, סאו אפשר קען איינער פון די חברים דא געבן עפעס אן עצה וויאזוי מען קען דאס באווייזן?

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:39 pm

· #44215
גיי צו אן אייסקריעם סטאר, זיסאלייק אין בארא פארק איז גוט.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:41 pm

· #44216
אקעי, איך וויל דירעקט נישט גיין צו א היימישע סטאר אין א היימישע געגענט.

קען עניבאדי אפערן עפעס אנדערש?

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:04 pm

· #44222
יעצט האב איך געטראפן אין א אנדערע אשכול א לינק צו אלע סטארס אין טינעק ניו דשערזי, איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט די געשעפטן, קען איינער מיר אנצייגן צו וועלכע פלאץ לוינט זיך צו גיין, וועלכע איז א נארמאלע מכובד''דיגע פלאץ און וועלכע איז נאר א ביליגע?

פליז העלפט ארויס

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:10 pm

· #44225
הדד בן בדד
יעצט האב איך געטראפן אין א אנדערע אשכול א לינק צו אלע סטארס אין טינעק ניו דשערזי, איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט די געשעפטן, קען איינער מיר אנצייגן צו וועלכע פלאץ לוינט זיך צו גיין, וועלכע איז א נארמאלע מכובד''דיגע פלאץ און וועלכע איז נאר א ביליגע?

פליז העלפט ארויס

דיין ווייב ווייסט דאך אויך נישט. עם איר צו סיי וועלכן רעסטוראן און זאג איז ס'א מכובד'יגער.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:13 pm

· #44227
קודם איז זי נישט קוקו, זי ווייסט נאך א חילוק צווישן א ביליגע פלאץ און א בעסערע פלאץ, אויסער דעם, אז איך גיי שוין וויל איך דאך האבן גוטע עסן, פרעג איך אויב איינער ווייסט עפעס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:15 pm

· #44230
וואס מיינט נישט קייו סאך געלט?

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:21 pm

· #44234
ביז צוויי הונדערט דאללער

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:24 pm

· #44236
דוקא עסן אדער ארויסגיין א נאכט פארברענג?

אגב פארוואס לייגסטו נישט די לינק ?

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:26 pm

· #44237
הדד בן בדד
ביז צוויי הונדערט דאללער

פאר 200 קענסטו אסאך האבען.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:27 pm

· #44238
נו רעד, קודם עסן, ווייל מיר זענען ביידע הונגעריג, אבער נאכדעם אביסל פארברענגען וואלט געווען שיין

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:55 pm

· #44244
Wolf & Lamb איז דא אין מאנהעטן אדער אין פלעטבוש, איז נישט געפערליך טייער, ס,'נאך פאר היינט נאכט? ווייל לעבן דיעל ניו זשערסי (א שעה פון ברוקלין) איז דא שיינע רעסטוראנטן.

ב. ד. וו. אויב זוכסטו אויסצומיידן היימישע קענסטו כמעט אין ערגעץ נישט גיין, איבעראל קען מען טרעפן היימישע.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:09 pm

· #44250
מיך באדערט נישט אז איך טרעף א היימישן, (איך בין טאקע אן אנטיסעמיט, אבער נישט אזא גרויסער...) אבער איך וויל נישט גיין אין מיטן היימישן געגענט.

שוין זעהט אויס אז דאס יאריגע עניווערסירי וועל איך שוין נישט פייערן, אפשר וועל איך גיין ערגעץ נעקסטע וואך, זיך פארזעהן וויזוי מען גיין פייער דאס נעקסט יעריגע...

נו, לאמיך הערן, זאגט פליז ווי.

און ווי איז וואלף און לעמב, און ביז וויפיל אזייגער זענען זיי אפן, און וואס איז דא אין דיעל?

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:53 pm

· #44270
מייקס ביסטרא האבעך זייער הנאה געהאט א פאר וואכען צוריק.

chosen people » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:47 am

· #44311
Nobo wine and grill teaneck nj
The have delicious and tasty food. The last time I was there I took Lamb riblets for a starter, and short ribs for main dish the meat is so soft.
Also the head chef/owner is very a nice person he talks to everyone so nicely and he explains everything. When I was there everything from the menu besides one item was from chassidisha supervision.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:50 am

· #44314
זעצט דיך ציזאמען מיט איר צים תהילימ'ל געב אפ א שבח והודאה פארן אייבערשטען אז ער האט דיך געלאזט אנקומען ביז אהער.
ער וואלט דיך געקענט אוועקנעמען אינגערהייט פון דא.

די סטעק ביי מייקס ביסטרא איז טוב מאוד .

העי נאו » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:29 am

· #44331
איך האב שוין עטליכע מאל געגעסן ביי etc statehouse סנישט טייער אין די עסן איז זייער געשאמאק <a class="postlink" href="http://www.etcsteakhouse.com">http://www.etcsteakhouse.com</a>

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:33 am

· #44333
העי נאו
איך האב שוין עטליכע מאל געגעסן ביי etc statehouse סנישט טייער אין די עסן איז זייער געשאמאק <a class="postlink" href="http://www.etcsteakhouse.com">http://www.etcsteakhouse.com</a>

ער האט אן הכשר?

העי נאו » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 2:07 am

· #44348
יא VA'AD HARABANIM - RABBINICAL COUNCIL OF BERGEN COUNTY (RCBC

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 9:31 am

· #44373
הדד בן בדד
נו רעד, קודם עסן, ווייל מיר זענען ביידע הונגעריג, אבער נאכדעם אביסל פארברענגען וואלט געווען שיין

וואס מיינסטו פארברענגען? ווילסט איבער שלאפען אדער נאר פארברענגען און צוריק אהיים גיין?

הירשל ציג » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:50 am

· #44404
פארוואס האט מען אזוי שטארק מורא אז אין א רעסטאראן וועט מען אנטרעפן נאך היימישע אידן? מ'עסט דען מיט א פרעמדע ווייבל? (אנטשולדיקט מיר)

ממ"נ: טאמער טאר מען נישט מעג מען אין טינעק און מאנהעטן אויך נישט!

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:30 pm

· #44428
הערשעלע, דו דארפסט פארשטיין די מענטאליטעט פון דעם היימישן חסיד'ישן עולם (איך מיין נישט חב"ד......)
אויב דו האסט גענוג געליינט דא פון דעם "סיסטעם", ווי יעדער קען ווערן אונטער א מינוט לשיחה בפי הבריות, וועסטו פארשטיין פארוואס דער עולם אטעמט אפ ווען מען ארויס פון דעם גדר וואס אנטהאלט דעם "סיסטעם".
דער סיסטעם האט טאקע אסאך גוטע חלקים, ווי שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אבער עכ"ז דארף מען אמאל א ברעיק...

איך געדענק איך בין מיט א צייט צוריק אוועקגעפארן מיט מיין ווייב פאר א קורצע וואקאציע, 3-4 טעג, ארויס פון ניו יארק. כ'האב געדאווענט אין א חב"ד שטיבל. מיטגעברענגט עסן.
די אטמאספערע איז דארט געווען אזוי רואיג, בכלל איז אינדרויסן פון ניו יארק א אנגענעמע רילעקסד אטמאספערע, אבער דאס זיין אין א דיפערנעט פלאנעט האט מיך ממש ארומגענומען מיט אויסערגעווענליכע רואיגקייט.
ווען איך בין צוריקגעקומען צו מיין היימישע גאס, האב איך כמעט געוואלט שרייען! איך האב עס נישט געקענט פארנעמען! עס האט מיר גענומען 2-3 טעג ביז איך האב זיך צוריק צוגעוואוינט דערצו....

הירשל ציג » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:43 pm

· #44435
הער איך... א שאד אז ס'איז נאך אזוי

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:03 pm

· #44441
א יעדע מענטש אפי' ער איז אין די בעסטע פלאץ מיט די בעסטע סביבה דארף אמאל א טשענדזש, עס האט נישט מיט צו מ'מעג צו נישט.

הדד בן בדד » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 4:48 pm

· #44512
שמעקעדיג
הערשעלע, דו דארפסט פארשטיין די מענטאליטעט פון דעם היימישן חסיד'ישן עולם (איך מיין נישט חב"ד......)
אויב דו האסט גענוג געליינט דא פון דעם "סיסטעם", ווי יעדער קען ווערן אונטער א מינוט לשיחה בפי הבריות, וועסטו פארשטיין פארוואס דער עולם אטעמט אפ ווען מען ארויס פון דעם גדר וואס אנטהאלט דעם "סיסטעם".
דער סיסטעם האט טאקע אסאך גוטע חלקים, ווי שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אבער עכ"ז דארף מען אמאל א ברעיק...

איך געדענק איך בין מיט א צייט צוריק אוועקגעפארן מיט מיין ווייב פאר א קורצע וואקאציע, 3-4 טעג, ארויס פון ניו יארק. כ'האב געדאווענט אין א חב"ד שטיבל. מיטגעברענגט עסן.
די אטמאספערע איז דארט געווען אזוי רואיג, בכלל איז אינדרויסן פון ניו יארק א אנגענעמע רילעקסד אטמאספערע, אבער דאס זיין אין א דיפערנעט פלאנעט האט מיך ממש ארומגענומען מיט אויסערגעווענליכע רואיגקייט.
ווען איך בין צוריקגעקומען צו מיין היימישע גאס, האב איך כמעט געוואלט שרייען! איך האב עס נישט געקענט פארנעמען! עס האט מיר גענומען 2-3 טעג ביז איך האב זיך צוריק צוגעוואוינט דערצו....


שמעקעדיג, כאטש איך האב דיך געלייגט פאר די תגובה, דאך מוז איך עקסטער קאמפלימענטירן. די תגובה איז א מייסטערהאפטיג שטיקל שרייב ארבעט. יא, זייער קורץ, אבער אין אפאר טרעפליכע ווערטער ארויסגעברענגט אזא שטארקע און וויכטיגע נקודה. איך קאנגראטוליר דיך דערפאר.

יישר כח פארן ארויסברענגען מיינע געפיהלן.

אצינד אזוי. ווי איז מייקס ביסטראו?

נאכאמאל, פליז, ווי איז וואלף ענד לעמב? ביז ווען זענען זיי אפן, השגחה? א לינק כאטש?

יישר כח טשאוזען פארן שרייבן וועגן נאבא וויין ענד גריל.

נולד, יישר כח פאר די גוטע איידיע.

שקוח העי נאו.

לעמיל, איי וואז אפען צו ביידע, אדער אדער, ווענצעך וואס מען וואלט געאפערט, יעצט עט מען עס נעמען אין באטראכט פארן קומענדיגע געלעגענהייט.

הערשל, ביסט גערעכט עס איז א שאד. א גרויסע שאד. א מאדערנער איד א דאקטער וועלכער האט זיך לעצטענס אוועק געצויגן פון בארא פארק נאכן וואוינען דארט צענדליגער יארן, האט מיר געזאגט אז ער האט עס געטון ווייל עס וואינען נישט דארט מער קיין אידן, נאר חסידים...

ברוין » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:46 pm

· #44530
איך האב געהאט א גוטע עקספירענס מיט 'הפיסגה'

הדד בן בדד » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 9:22 pm

· #44541
ברוין
איך האב געהאט א גוטע עקספירענס מיט 'הפיסגה'


ווי אויך די וועלט איז דאס?

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 9:33 pm

· #44543
ס'איז אין קווינס. אבער דארט וועסטע זיכער טרעפן חרדים...

<a class="postlink" href="http://www.hapisgah.com/">http://www.hapisgah.com/</a>

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 9:44 pm

· #44544
שמעקעדיג כאב דיך געלייקט פאר די ערשטע חלק אבער די צווייטע חלק איז געווען ווייל ארויס פון ניו יארק איז פשוט א רויאיקייט ווייל נאר אין ניו יארק איז מען אונטער א צידרייטע פרעשער, און ארויס איז א מחי׳.

הדד בן בדד דער מאדערענער דאקטער האט פיינט חסידים און נישט די זעלבע פארוואס חסידים האבן פיינט חסידים. ודוק.

הדד בן בדד » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 11:34 pm

· #44571
דוקא נישט, די באציאונג וואס ער האט באקומען האט אים פאריאגט פון דארט. ער האט דוקא נישט פיינט חסידים פער סעי.

ידען » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 12:00 am

· #44581
קען זיין אז דא איז געווען אנדערש. איך מיין נישט צו אנעמען פאר חסידים אבער אסאך מאדערענע אידן האבען פיינט חסידים אן קיין סיבה.