☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צורה פון קרית יואל

צורה פון קרית יואל

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #181

אנאנים » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:02 am

· #1518
צורה פון קרית יואל
איך בין געווען היינט אין קרית יואל הבירה. ב"ה זיך צואוואקסן הערליך. אסאך נייע גאסן און געגנטן, אבער איין מורא'דיגער חסרון האב איך געזען: די שטאט ווערט געמיינער און מיאוסער. מען בויט גרויסע האלצערנע בנינים פון זעקס שטאק, מיט אסאך דירות אזוי ווי אין די באראקן, אבער מען לייגט נישט קיין שום דגוש אז ס'זאל אויסקוקן אביסל נארמאל און מענטשליך. קימטס למשל אריין אין שטעטל ביי בעיקערטאון אין קיקטס אויף לינקס די הייזער, געבויט איינס אויסגעדרייט מיט'ן פנים צו דיר אין די אנדערע פארקערט (צום מזל האט מען דארט געבויט א פארק ענד רייד וואס נעמט אוועק אביסל דעם עקל). אבער דאס איז פון די קלייניקייטן. קוקטס ביי די נייע גאסן וואס סטוט זיך. ס'איז מיאוס ווי די גלות אן זיך רעכענען מיט די סביבה. קוקטס די הויכע באראקן וואס מען בויט ביים ווינקל פון פארעסט און עיקערס אויפן לאט פון יצחק שווארץ. עפעס א מין גרויסע באמבע אריינגעשטופט אן קיין שום חשבון. פארוואס קען מען נישט לייגן מער דגוש אויף אביסעלע נארמאלקייט? פארוואס בויט מען נישט אביסל קלענערע דירות אין אביסל גרעסערע חצר'ס, מיט שיינע לופטיגע גאסן אין ביימער? און אז איך רעד שוין, פארוואס האט נישט קרית יואל א פארק אזוי ווי יעדע נארמאלע שטאט אז די מאמעס זאלן קענען ארויסגיין זיך אויסטשוכען די אנגעצויגענע נערוון?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 8:28 am

· #1522
Re: קרית יואל המעטירה?
קרית יואל וואלט שוין לאנג געקענט האבן א פארק ווען נישט די וועד הצניעות וואס האט מורא אז ס'וועט זיין פריצות אז ס'וועט זיין א פארק אין צענטער פון שטאט.

אצינד ווערט געבויעט א פארק אינדרויסן פון שטעטל, ווי מ'וועט פאר יעדעס מאל זיך גיין אויסטשוכן אין פארק דארפן צאלן 16 טאלער פאר א קאר סערוויס (8 א וועג).

---
וועגן די מיאוסקייט פון שטעטל ביסטו 100% גערעכט, און דאס איז שוין חוץ מזה וואס יעדע צווייטע גאס איז א דעד-ענד, און אסאך מאל מוז מען ארומפארן 15 מינוט מיט א קאר, בשעת וואקן דויערט נאר א האלבע מינוט.

למשל פון פילמאר ביז מירון, אדער ווענביורן צו מירון אדער בעקערטאון.

אזוי אויך איז דא נאך אסאך גאסן וואס מ'וואלט געקענט עפענען, אבער מ'האט עס דירעקט געלאזט פארמאכט, למשל סאטמאר דרייוו צו געצל בערגער, אבער דארט איז שוין נישט אזוי געפערליך דאס ארומפארן ווי ביי די פריער דערמאנטע גאסן, ס'איז סך הכל צוויי מינוט מער ארומצופארן.

הרב_שלום » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 9:46 am

· #1526
Re: קרית יואל המעטירה?
למעשה זענען אלע איינוואינער זייער צופרידען פון די פילע דעד ענדס

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:33 am

· #1536
Re: קרית יואל המעטירה?
כפי ידיעתי זענען אסאך פון די דעד ענדס אלס סעקיורטי, טראכט א מינוט, פארוואס עפענט מען נישט קיין וועג פונעם סעווענטין גלייך אריין דארט ווי חיים פריינד'ס גאראדזש איז, און מען שפארט איין 15 מינוט ווען א איד קומט פון וומסב"ג ביז קרית יואל אדער צוריק (אפגערעדט פון דע עקסטערע פינף מינוט ביי די באקאנטע רויט לייט אויפן 32)? ס'האט גאר אסאך מיט סעקיוריטי, מען לעבט אין א משוגענע וועלט, ואין אדם יודע מה יולד יום בנוגע די טעראריסטן וואס האבן שוין טעראריזירט אמעריקא, און אז דא איז אזא גרויסע אידישע שטאט קיעה"ר קען עס זיין א טארגעט, כך שמעתי

איש האמת » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:00 pm

· #1566
Re: צורה פון קרית יואל
ס'איז אן אלטע פראבלעים וואס חסידים האבן
צו זיין ווי מער חזיר'יש

דעינעש » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:03 am

· #1665
איש האמת
ס'איז אן אלטע פראבלעים וואס חסידים האבן
צו זיין ווי מער חזיר'יש

תיקון טעות; ווי מער חסיד'יש

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:05 pm

· #59405
[ציטאט אראפגענומען]

א וואך נאכדעם האט מען עס שוין געהאט אראפגענומען

יידל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:12 pm

· #59411
עס איז נישט אונזער שולד. יארן פון וואוינען אין געטאס און אין לעכער האט פון אונז אויסגעריסן די אעסטעטישער געפיל

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:36 pm

· #59459
די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער

יידל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:42 pm

· #59463
קלאר
די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער

הא גופא איז די שאלה פארוואס מ'האט מעיקרא געבויעט א שטעטל אן קיין פארק.

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:43 pm

· #59464
אסטעטיקס איז צי קאסטבאר.

די פראפערטי ווערט געפרייזט לויט וויפיל סקווער פיס מ'קען אריינשטיפן. אפענע ספעיס איז אפשר גיט פאר די קוואליטי אוו לייף אבער נישט פארן לאנדסמאן'ס באנק ביכעל.

אפי' די הייזער זעלבסט האב גענימען א שארפן טויש אין כאראקטער וואס שפיגעלט אפ דאס נייע לעבן פונעם חרידי פאמיליע. א גיטע אפארטמענט מיינט אז פון 2500 סקווער פיס פארוואנדעלט מען און ווי מער שלאף צימערן פאר א גרויסע משפחה, דעריבער זענען די שלאף צימערן מער אין צאל אבער קלענער אין סייז. דאס מערסטע ספעיס לאזט מען איבער פאר א ריזן קיך ווי די עקרת הבית פארבראכט רוב טאג, און פארן דייניג רום ווי מ'פראוועט פרייטאג צונאכט, סדר נאכט, און וואכט נאכט. די בית הכסא'ס זענען קלענער פון קליין ווייל ענדערש האבן דריי פיצי בית כסא'ס פאר די קינדער געבענטשטע פאמיליע, ווי צוויי רחבות'דיגע, וואס דאס גרעניצט זיך מיט מנוחה. א גאניק ברויך מען בלויז פאר א סוכה. א שפיל צימער און ספרים שטוב איז אויף יוצא צו זיין.

מה טובו אוהליך יעקב האט מען ארויסגעווארפן פון פענסטער, ווייל מ'איז פרום נאר אויב די עקענאמיע ערלויבט. די רעזולטאט איז אז מ'איז ארומגענומען מיט חלונות פון אלע זייטן און ויצחק כל העם.

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 4:47 pm

· #59465
יידל
קלאר
די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער

הא גופא איז די שאלה פארוואס מ'האט מעיקרא געבויעט א שטעטל אן קיין פארק.


די לעגענדע פון מויל צו אויער פלעגט זיין אז מעיקרא ווען מ'האט זיך ארויסגעצויגן צו די ערשטע "רויטע הייזער" הנקרא סעקשאן וואן, איז געווען דעזעגנירט א חלקה פאר א פארק. דאס איז די פראפערטי אויף וואס ס'שטייט היינט צווישן אפטע וועג און פארעסט ראוד די גרויסע פעסטונג הנקרא בלשון חיבה ר' יוסל אשכנזי'ס הויז. ס'איז נישט קלאר וויאזוי די פראפערטי איז אנגעקומען צום געטרייען משמש בקודש.

כ'ווייס נישט ווי קראנט די לעגענדע איז, ווארום אין יענע צייטן האט מען נאר געקענט רעדן פון אזוינע מיסברויכן אין די שטילקייט פון די נאכט, אינדרויסן פון שטעטל ווי קיינער הערט נישט. ממילא איז מעגליך ס'איז בלויז קאנספעראציע טעאריעס.

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:34 pm

· #59475
[ציטאט אראפגענומען]


טרייב נישט איבער
זיי האבן צוויי מיליכיגע רעסטעראנטס, פלאס די פת שחרית טראק

אינעם ליגעל שטח פון קרית יואל איז נאר דא איין בית החיים, די און די צווי ביה״ח אין שכנות זענין קיין איינס נישט מיוחד פאר תושבי קר״י, עס פארטרעט דריי קהילות (צוויי גאר גרויסע) פון גאנץ נ״י און מאנטריאל און נאך

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:44 pm

· #59479
קופערניקעס האסט פארגעסן די 3 פינטעלעך

העלא » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:22 pm

· #59489
קרית יואל האט דריי פיצא סטארס

1)ברייער'סז אין שאפינג צענטער
2) יוסיס אויף עיקרס
3)בארער בלענד אין ביזנעס סענטער

פלאס 2 אפעטייזינג
1)פת שחרית
2)גארפילד עקפרעס

און 9 גראסעריס וואס רוב דערפון פארקויפן סענוויטשעס

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:29 pm

· #59492
ס'דא וואס טרעפן איבעראל צימעס

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:34 pm

· #59493
ס'אויך דא א פליישיגער טעיק אוט וואס איז אפען שפעט. וויזוי הייסט עס נאר? זיי זענען אביסעלע טייער

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:36 pm

· #59495
זר זהב
ס'אויך דא א פליישיגער טעיק אוט וואס איז אפען שפעט. וויזוי הייסט עס נאר? זיי זענען אביסעלע טייער

מן הסתם איז יענער אן ארוני אז די באשילדיגסט אים נאך פאר די ווייסט די נאמען...

עסן עסט'זיך » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:46 pm

· #59498
אקעי, ס'יז נאר דא אזויפיל בתי קברות ווי רעסטוראנטס

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:51 pm

· #59500
שקויעך קופערניקס! איך ענטפער אים ניטאמאל, ס'בעסער (פאר מיר) אזוי.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:55 pm

· #59503
דערפאר האביך דיר טאקע באדאנקט.

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:16 pm

· #59537
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז ק"י איז נישט דער גרעסטער בעל מכניס אורח ווען ס'קומט צו עסן "אינדרויסן." זיך "אראפזעצן" עסן און ווערן סערווירט געשעהט בדרך כלל בלויז בבית אבל.

אז מ'וויל ארויסגיין מיט די בני בית עסן ברויך מען פארן ביז מאנסי אדער טיענעק. ביידע שפרודלען מיט ק"י פארלעך.

ס'איז דא דריי סיבות דערפאר: אבסורדע פאראנאניע פון צניעות, עקסטרעמע פארלאנגן אויף כשרות, און דאס ארויסקוקן פארן וואוילזיין פון די אינסטיטוציאנאלע פלייש באנק.

יידל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:25 pm

· #59539
פארלעך זאלן עסן אין א רעסטוראן קען מען אין וויליאמסבורג אויך נישט געפינען.

ברוין » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:59 pm

· #59567
יידל נישט ממש. מיר האבן זיך שוין געזעצט אין וויליאמסבורג עסן

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:37 am

· #59614
[ציטאט אראפגענומען]

איך בעט דיך איבער
איך האב נישט געמיינט דיך צו טשעפען אין מאכען שרייבן אזא לאנגע קאנטער

איך זעה נאך אלס נישט פארוואס היסטאריקער'ס תגובה איז צימעס
ער דריקט זיך אויס לויט זיין געוואינטע שפראך
שרייען אויף יעדע ווארט צימעס האט נישט קיין פשט, נאכדערצו אויב זיין פראבלעם איז אז ער זאגט אנדערש ווי דיר

אין ישר כח פאר מיין נייע פאזיציע אלס דער טייערער שומר פון זיין רבין, דער משמש בקודש און אמבאסאדאר צום קאווע שטיבל (דאס איז נישט קיין צימעס) 👍 👍 👍

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:43 am

· #59615
בנוגע די רעסטעראנטען
אז איר וועט זיך נאכפרעגן ביי די אפענע רעסטעראונטען וועט איר זעהן אז ווען מען וואלט געמאכט מער געלט פין רעסטעראונט אין קרית יואל
וואלט שוין לאנג געווען מער קאמפעטישאן

די קרית יואל'ע יודן זענען פין די מין אידן וואס זענען געוואינט צו קאכען אליינס
פאר וויפיל רעסטעראונט ניצערס קרית יואל פארמאגט איז די דעמענד ברייט געדעקט
אין פאר די געסט לוינט זיך נישט צו עפנען נאך א געשעפט

אז די וועסט קאמפערן וויליאמסבורג צו בארא פארק וועסטו זעהן
אז וויליאמסבורג האט אויך ווייניג רעסטעראונטען אין מיט דעם אלעם האבען זיך עטליכע פארקויפט אדער פארמאכט לעצטנס אין וויליאמסבורג
יעדער זיכט ביזנעס ווען ס'וואלט געווען א דעמענד וואלט געווען מער

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:26 pm

· #59696
הער קופערניקס
איך ווייס נישט וואס איך האב אזוי שלעכט געזאגט

ווען די שרייבסט ציניש אז קר״י האט נישט קיין רעסטעראנט און דריי ב״ח, האב איך גענטפערט די מציאות הדברים

1) עס איז דא רעסטעראנטס

2) די ב״ח אין קר״י און די אומגעגנט איז נישט ספעציפיש פאר קר״י פונקט ווי ביה״ח דוויזניץ אין מאנסי איז פאר אלע וויזניצער ביה״ח דסקווירא ועוד, די הר הזיתים איז אויך נישט פאר תושבי ירושלים

ווער עס זאגט אנדערש פון דיר איז צימעס?

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:40 pm

· #59726
לויט די לעצטע פאר תגובות, קומט אויס אז קרית יואל גייט ווייטער בלייבן אן א פארק, ווייל מען בויעט עס נישט אויף פראפערטי וואס איז אונטערן ווילעדזש..

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:13 pm

· #59739
אז מ'רעדט דא פון רעסטעראנטען, איז אינטערסאנט ארויסצוברענגן, אז אין קרית יואל האט די וועד הצניעות פארשטאנען אז נאר א טראק איז ערלויבט (ווער דענקט נאך ר' יושע מרדכי ווערצבערגער'ס טרעקל?) פאר א פליישיגע רעסטעראנט. אבער אין וויליאמסבורג האט די וועד המשמרת השבת וכו' פארשטאנען אז נאר א רעסטעראנט איז ערלויבט! א טראק איז א פרעס טראק און א מקום מוכן לפרעניות.... גיי פארשטיי.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:35 pm

· #60144
יידל
עס איז נישט אונזער שולד. יארן פון וואוינען אין געטאס און אין לעכער האט פון אונז אויסגעריסן די אעסטעטישער געפיל

ס'איז דא נאך א טעם. אונז זענען דאך אין גלות און מען האפט ארויסצוגיין פון גלות בביאת משיח צדקינו בב"א. איז עס נאר א דירת ארעי. ממילא קעירט מען נישט וויאזוי ס'זעט אויס.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:50 pm

· #60147
קלאר
זר זהב
ס'אויך דא א פליישיגער טעיק אוט וואס איז אפען שפעט. וויזוי הייסט עס נאר? זיי זענען אביסעלע טייער

מן הסתם איז יענער אן ארוני אז די באשילדיגסט אים נאך פאר די ווייסט די נאמען...

ניין. ס'איז א סימן אז זר זיצט נישט אפ אין רעסטוראנטן און טעיק אוט סטארס אז ער ווייסט אפילו נישט דעם נאמען. ער זיצט ענדערש אין קאווע שטיבל.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 11:07 pm

· #60149
יידל
פארלעך זאלן עסן אין א רעסטוראן קען מען אין וויליאמסבורג אויך נישט געפינען.

הא! גאטליב'ס יוכיח. מיין תפקיד איז נישט יא צו גיין קוקן וואס טוט זיך אין רעסטאראנטן אבער אזוי ליגט מיר אין זיכרון אז נישט איינוואוינערס פון מאנהעטן פלעגן אפזיצן אין רעסטאראנט.

town1 » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:08 pm

· #60763
שמואל הלוי


אצינד ווערט געבויעט א פארק אינדרויסן פון שטעטל, ווי מ'וועט פאר יעדעס מאל זיך גיין אויסטשוכן אין פארק דארפן צאלן 16 טאלער פאר א קאר סערוויס (8 א וועג).

---


זייער אסאך אידן אין ק"י האבן אייגענע קארס און אויב איינער וויל נישט צאלן פאר א טעקסי קען ער נעמען די ווילידזש באס פאר $6 ($3 א וועג)

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:13 pm

· #60765
דאנקע שיינע טאון 1 פאר דיין וואונדערבארע עצה. אינטערסאנט אז ס'איז מיר נישט אליינס בייגעפאלן.

town1 » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:37 pm

· #62757
דאנקע שיין