קומענדיגע וואלן אין וויליאמסבורג
167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1802
קומענדיגע וואלן אין וויליאמסבורג
קומענדיגע דאנערשטאג קומען פאר וואלן אין וויליאמסבורג פאר דיסטריקט לידער
געווענליך איז עס אומוויכטיג און אומבאמערקבאר, ביז צוויי יאר צוריק ווען ליקלאן רעסטלער איז געלאפן קעגן וויטא לאפעז׳ס קאנדידאט וואס איז געווען אומזיגבאר, צד מהרז״ל האט זיך צוגעשטעלט צו וויטא׳ס קאנדידאט און צד מהר״א האט געוואוט פאר רעסטלער וועלעכער האט געווינען מיט 121 וואטס
אצינד לויפט ער נאכאמאל, אויף די זעלבע לינע, צד מהרז״ל שטיצט זיין קעגענער וועלעכער איז געשטיצט געווארן דורך לאפעז, און צד מהר״א שטיצט אים נאכאמאל
רעסטלער האט נישט געהאט קיין שם טשענס ביז יעצט ווייל לאפעז האט איינגעשפאנט אלע כוחת קעגן אים, יעצט מיט לאפעז׳ס מפלה וועט זיך עס אפשר טוישן
ונזכה ונחי׳ ונראה
ווער לויפט אקעגן רעסלער ?
קריס אלאהאווסקי
די צייטונג האט א אינטערוויא מיט אים די וואך
אסעמבעלימאן לענטל פון וומסב״ג וועלכער איז אייביג געגאנגען אין שפאן מיט לאפעז האט נעכטן אינדאסירט רעסטלער
נאך א פליק פאר לאפעז
צו דאס וועט אים מאכן געווינען, העמיר זען קומעדיגע וואך
<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/joe-lentol-endorses-anti-vito-candidate-lincoln-restler/">http://www.cityandstateny.com/joe-lento ... n-restler/</a>
היסטאריקערקומענדיגע דאנערשטאג קומען פאר וואלן אין וויליאמסבורג פאר דיסטריקט לידער
געווענליך איז עס אומוויכטיג און אומבאמערקבאר, ביז צוויי יאר צוריק ווען ליקלאן רעסטלער איז געלאפן קעגן וויטא לאפעז׳ס קאנדידאט וואס איז געווען אומזיגבאר, צד מהרז״ל האט זיך צוגעשטעלט צו וויטא׳ס קאנדידאט און צד מהר״א האט געוואוט פאר רעסטלער וועלעכער האט געווינען מיט 121 וואטס
אצינד לויפט ער נאכאמאל, אויף די זעלבע לינע, צד מהרז״ל שטיצט זיין קעגענער וועלעכער איז געשטיצט געווארן דורך לאפעז, און צד מהר״א שטיצט אים נאכאמאל
רעסטלער האט נישט געהאט קיין שם טשענס ביז יעצט ווייל לאפעז האט איינגעשפאנט אלע כוחת קעגן אים, יעצט מיט לאפעז׳ס מפלה וועט זיך עס אפשר טוישן
ונזכה ונחי׳ ונראה
דאס אז ער האט נישט געהאט קיין שום טשענס צו געווינען ווען נישט די לאפעז סקאנדאל איז נישט אמת, יעצט איז פשוט זיין טשענסעס אביסל גרעסער.
WmsbgBlockVote: If you'll not be available to vote Thursday, pls call our office and ask for an "Absentee Ballot" (718) 797-2888 #164, pls Fwd/RT.
די זאליס האבען ארומגעשיקט א אימעיל אז עס בלי שום ספק אז זיי גייען עס מאכען
צווישן אנדערע שרייבן זיי
(עס איז אינטערסאנט ווי געבן נאכנישט אויף מיט די היידפארק ציפערן)
די מהרסים האבען פרובירט פיזיש איבערצונעמען די שליטה ...... אין משך פון 12 יאר, בדרך הטבע זענען די פאליטישע פארבינדונגען געווען די איינציגע זאך וואס האט אפגעהאלטען זממם הרע און געראטעוועט קהילתינו ומוסדותינו הקדושים.
גאר לעצטענס ביי די פרשה פון די קעמפס איז דאס ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און דער גאנצער ציבור האט מיטגעהאלטען, כהנה וכהנה איז געווען צענדליגער מאל וואס דער ציבור האט נישט מיטגעהאלטען אבער די קהלה און מוסדות זענען געווען געדראעט צו פארלירען אלע אדער א גרויסער טייל פון די בניני הקהלה והמוסדות.
עס לויפען צוויי קאנדידאטען, איין קאנדידאט איז זייער ענג פארבינדען מיט די מוסרים און מהרסים און דער אנדערער קאנדידאט איז ענג פארבינדען מיט קהלתינו הקדושה.
בחסדי השם ווערט די וואלען אפגעהאלטען אין א דיסטריקט ווי אונזער ציבור האט די אויבערהאנט און די מעגליכקייט צו דעצידירען די אויסגאנג פון די וואלען.
די ערווארטונג איז דער צד שכנגד זאל האבען א מערהייט פון 1,500 ביז 1,800 שטימען אינדרויסען פון חסידישע וויליאמסבורג.
אויב מיר וועלען ארויסברענגען 2,000 שטימען מער ווי דער חסידישער צד שכנגד אין וויליאמסבורג וועט אונזער קאנדידאט בעז"ה געווינען.
אויב וועלען מיר ארויסברענגען אן אויבערהאנט פון 2,500 שטימען איז נישט מעגליך בדרך הטבע אז דער צד שכנגד זאל געווינען.
וכבר היה לעולמים, ביי די פארגאנגענע וואלען פאר קאנגרעס אין יוני, האט אונזער ציבור אנ"ש ארויסגעברענגט אין דעם חלק פון אסעמבלי דיסטריקט 50 בערך 6,000 שטימען בעת דער צד שכנגד האט ארויסגעברענגט עטוואס איבער 3,000 שטימען.
אויב זאלען מיר אנהאלטען דעם זעלבען אויבערהאנט ביי די איצטיגע וואלען וועט אונזער קאנדידאט בעז"ה געווינען מיט א באקוועמע מערהייט.
😂 מן הסתם גייט ארויסקומען א די ריזאלטס פין די לעצטע 'פאול ריסערטש' אנקעטע
ברעיקינג! ס'איז יעצט אויפגעדעקט געווארן אז 'קריס אלעטשעווסקי' וואס לויפט פאר דיסטריט ליעדער אין וויליאמסבורג, אז זיין טאטע איז געווען פון די וואס האבן אויסגעהארגעט אידן אין פוילן צוזאמען מיט די נאציס, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
עסקןברעיקינג! ס'איז יעצט אויפגעדעקט געווארן אז 'קריס אלעטשעווסקי' וואס לויפט פאר דיסטריט ליעדער אין וויליאמסבורג, אז זיין טאטע איז געווען פון די וואס האבן אויסגעהארגעט אידן אין פוילן צוזאמען מיט די נאציס, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
פיינע נייעס, איך האב געוויסט אז די ענד אויף די געים וועט מען אויסטרעפן עפעס זאכליך צו דערשטיקען דעם קאנדידאט,
אבער איך מיין אז מען האט עס ארויסגעגעבן איין טאג צי פרי, אזא נייעס דארף גיין פון מויל צו אויער נישט פריער ווי 48 שער פאר די וואלען,
די מעלה פון אזא שטיקעל אינפערמאציע איז אז אפילו יעדער וועט וויסען אז עס איז נישט אמת איז עס גענוג צו מאכען א טומעל,
Re: קומענדיגע וואלן אין וויליאמסבורג
Some @LincolnRestler supporters baseless attack on Chris Olechowski as Nazi-Sympathizer son via @OPundit <a class="postlink" href="http://t.co/8KyF4ysI">http://t.co/8KyF4ysI</a> -- Brooklyn Politics (@BrooklynInsides)
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
ל.רוזןSome @LincolnRestler supporters baseless attack on Chris Olechowski as Nazi-Sympathizer son via @OPundit <a class="postlink" href="http://t.co/8KyF4ysI">http://t.co/8KyF4ysI</a> -- Brooklyn Politics (@BrooklynInsides)
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
וואס האסטע ערווארטעט פון דעי בהמה'ישע ארוינים?
אה, די זאליס האבען נאכמאל איינגעשפאנט די פאנדיט בלאג,
(וואס דארפט איר מער אז ער נעמט זיין נייעס פין 'צימעס'....)
היסטאריקעראסעמבעלימאן לענטל פון וומסב״ג וועלכער איז אייביג געגאנגען אין שפאן מיט לאפעז האט נעכטן אינדאסירט רעסטלער
נאך א פליק פאר לאפעז
צו דאס וועט אים מאכן געווינען, העמיר זען קומעדיגע וואך
<a class="postlink" href="http://www.cityandstateny.com/joe-lentol-endorses-anti-vito-candidate-lincoln-restler/">http://www.cityandstateny.com/joe-lento ... n-restler/</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/HQSatmar/status/245133577157738496/photo/1/large">https://twitter.com/HQSatmar/status/245 ... to/1/large</a>
קלאר
קלאר, זייט ווען ביזטו אזא תם? ביי מיר קומט ארויף אז דאס איז ארויפגעלייגט געווארן 2010, ווען די ארונים האבן זיך נאך געשלאגן צווישן זיך, צי מען זאל וואטען פאר אים, צי נישט...
אנשטאט אז מען זאל זיך דארפען מיטשענענן נאך די וואלען מיט די תירוצים לאמיר אלעס אראפ שרייבען בעפאר אזוי וועט עס גיין גרינגער שפעטער
רעסטלער איז די אינקאמבענט, לאמיר אנהייבען און פאל אז ער איז די געווינער,
1}רעסטלער געווינט מיט א מערהייט איבעראל אפילו און וומסב"ג,
ארונים וועלען ערקלערן זיג, זיי וועלען זאגען אז אלע ספאנישע האבן געוואט ווי אזוי זייער ביזעם פריינט לאפאז האט געהייסען, און די וואטס פאר רעסטלער איז נאר ארונים,
זאליס וועלען זאגען, אז עס איז א פשטות אז קיינער וואט מער נישט מיט לאפאז ווייל ער איז קרימענעל, און די וואטס פאר רעסטלער קימט פון די ספאנישע, און נאר מיא זאליס האבן געוואט קעגן רעסטלער צי ווייזען אונזער בלאק וואוט אבער עס האט גארנישט מיט לאפאז,
2}רעסטלער געווינט די פארמעסט, אבער נישט און וומסב"ג דארט האט ער ווייניגער וואטוס,
ביידע פראקציעס און סאטמער וועלען ערקלערן זיג, די זאליס וועלען ערקלערען זיג פארען האבען מער וואטוס און וומסב"ג און די ארונים וועלערן ערקלערן זיג פאר אריינברענגן רעסטלער, פארשטייט זיך אז די געים פאר וועים די ספאנישע האבען געוואט וועט אנגיין ווי געהעריג,
3}רעסטלער פארלירט די פארמעסט,
ביידע פראקציעס און סאטמער וועלען ערקלערן זיג, ארונים וועלער ערקלערן זיג פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן זיך ערקלערט געווינער נאכען באראש פסק {אינער געדענקט נאך ווען און ווי אזוי זיי האבן געווינענן יענע קעיס...?} די זאליס וועלערן ערקלערן זיג כמובן, פארשטייט זיך אז די געים פאר וועים די ספאנישע האבען געוואט וועט אנגיין ווי געהעריג,
פריינדליך
ביידע פראקציעס און סאטמער וועלען ערקלערן זיג, ארונים וועלער ערקלערן זיג פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן זיך ערקלערט געווינער נאכען באראש פסק {אינער געדענקט נאך ווען און ווי אזוי זיי האבן געווינענן יענע קעיס...?} ,
ניין, די ארונים וועלן זאגען
''אלעס בלייבט ביים אלטען'' (שאול פערלשטיין/זאלי געווינסן)
היינט וועסטו אויך מוזן מודה זיין
אז זיי האבען שיין געווינען ביי באראש, טראץ וואס די האסט געלאכט פין די בלאטס הסבירים
עס האט גענומען ביז די זאליס זענען געגאנגען בעטן א דעקלערעישאן, ביז ווען דער ריכטער האט מסביר געווען ווי גרויס די געווינס פין באראש איז
קלאר
היינט וועסטו אויך מוזן מודה זיין, אז זיי האבען שיין געווינען ביי באראש, טראץ וואס די האסט געלאכט פין די בלאטס הסבירים
ניין איך בין נישט מודה, און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס ,
די ארונים זענען געווען די וואס זענענן אריין און קארט קעגן די זאליס מיט א בקשה אז מען זיי ערקלערן בעלי בתים אויף קהל,
באראש האט געזאגט לא מיט א אלף און ער האט זיי נישט געמאכט בעל הבית, ער האט זיי נישט נאכגעגבן זייער בקשה,
דאס טייטש אז זיי האבן פארלוירען זייער בקשה, פינטל, אויף קיין שום אופן קען דאס נישט הייסען געווינענן,
די זאליס האבן אויך עטוואס פארלוירען ווייל ער האט אוועק גענימען א חלק פון זייער בעלות, למעשה אבער האבן די זאליס באוויזען אצוהאלטען אלעס אפילו מיט די פארלוסט, און די ארונים האבן נאך גארנישט גארנישט איינגעקעשט פון דאס וואס די זאליס האבן פארלוירען,
מיינסט חוץ די אפגשפארטע ביהמ"ד
חוץ אלע קאפ וויי אויף אלע נכסים
וואס יעדער זעהט שוין זייער קלאר
וויאזוי עס וועט זיך ענדיגן
פריינדליךקלאר
היינט וועסטו אויך מוזן מודה זיין, אז זיי האבען שיין געווינען ביי באראש, טראץ וואס די האסט געלאכט פין די בלאטס הסבירים
ניין איך בין נישט מודה, און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס ,
די ארונים זענען געווען די וואס זענענן אריין און קארט קעגן די זאליס מיט א בקשה אז מען זיי ערקלערן בעלי בתים אויף קהל,
באראש האט געזאגט לא מיט א אלף און ער האט זיי נישט געמאכט בעל הבית, ער האט זיי נישט נאכגעגבן זייער בקשה,
דאס טייטש אז זיי האבן פארלוירען זייער בקשה, פינטל, אויף קיין שום אופן קען דאס נישט הייסען געווינענן,
די זאליס האבן אויך עטוואס פארלוירען ווייל ער האט אוועק גענימען א חלק פון זייער בעלות, למעשה אבער האבן די זאליס באוויזען אצוהאלטען אלעס אפילו מיט די פארלוסט, און די ארונים האבן נאך גארנישט גארנישט איינגעקעשט פון דאס וואס די זאליס האבן פארלוירען,
איך גלייך זייער נישט פארדרייען א נושא
אויב מיר וועלן זיך פארפלאנטערן וועט מען דארפן גיין אין א נייע אשכול
סוי איך וועל פראבירן בקיצור
ביזט גערעכט מיט דעם חלק אז די ארונים נישט באקומען זייער פארלאנג
אבער אז די וועסט קוקען האבען זיי נאך אלעם שיין פארדינט פין די באראש פסק
בעפאר די פסק האבען זיי גארנישט געהאט
קודם די ביה''ח וואס זיי האבען זיך געקענט פארזיכערן נאר דורך די דיקלעירעישאן אויף באראש'ס פסק
(באראש מצידו האט דערליווערט פאר די זאליס די בעסטע וואס ער האט געקענט)
ווער געדענקט נאך ווי מען האט זיך געדארפט שלאגען מיט ר' זלמן לייב איבער די קבורה ר' בערל פרידמאן'ס ווייב, אדער די בריווען אז מ'גייט אראפנעמען מציבות אויב מ'באצאלט נישט, וכהנה
אין די אנדערע בילדינגס, קענען די זאליס נישט באקומען קיין מארגעזש אדער קיין פערמיט צו בויען אד''ג
סוי די ארונים שטייען אסאך שענער ווי בעפאר באראש,
נישט נאר זיי האבען נישט דערלייגט ווי די זאליס האבען דעמאלטס אויפגעשפילט אין דער איד, - ווייל זיי גייען זיך מער נישט מעגן רופן קהל יטב לב אין ניצן די לאגא אד''ג
נאר זיי האבען שיין פארדינט
סוי די הסבר פין דער בלאט איז שוין גארנישט געווען קיין וויץ
געווינען האבען זיי אפשר נישט, אין אויב יא איז עס זייער ווייט פין זייער ציהל, אבער דערלייגט אוודאי נישט
גענוג
צוריק צום נושא
פליז
לפענ"ד שטייען די זאליס דא אויס צו מעגליך ארויסקומען היסטארישע געווינערס,
ווי איך שאץ עס אפ איז דער אלאטשאווסקי און א סאך שוואכערע פאזיציע ביי די גויים ווי וואלאזקעז איז געווען,
ווייל יעדער וואס האט דאס מינדעסטע שמעק צו לאפעז איז אין א גרויסע דיסעדווענטעטש
רעסטלער איז געווארן זייער פאפולער,
מיט איין זאך האט אבער אלאטשאווסקי א בעסערע שאנס ווי וואלאזקעז,
אז ער לויפט און סך א קלענער שטח ווי קאנגרעס,
א קאנגרעס דיסטריקט איז 3 מאל אזוי גרויס ווי א אסעמבלי דיסטריקט,
דאס מיינט אז די חסידישע וואוטס גייען סך מער אויסמאכן
אלאטשאווסקי האט אויך עפעס שטיצע פון אינדרויסן די חסידים,
וואס אן דעם קען ער לכאורה נישט געווינען,
יעצט אפי' אויב די זאליס וועלן זיין מער מיט לאמיר זאגן 1500 שטימען
איז דא א מציאות אז דאס וועט איהם געבן די זיג מיט א האר,
און אויב דאס פאסירט וועט דער ניגון אין די מידיע זיין
(איך רעד נישט נישט פון דער בלאט איד)
אז טראץ דאס גאנצע קענגשאפט צו אלאטשאווסקי
טראץ די גרויסע אויפגרויז קעגן לאפעז
האבן די זאלמענייטס מיט זייער אייגענע 10 פינגער אריינגעברענגט זייער קאנדידאט
דאן וועלן די זאליס זיין גינגאלד
גאלדלפענ"ד שטייען די זאליס דא אויס צו מעגליך ארויסקומען היסטארישע געווינערס,
דעמלאטס פארוואס האבן זיך די ארונים אריינגעלייגט און קראנקען בעט?
אז מען ווייסט שוין בעפאר אז עס איז גאר שווער צו געווינענן, און אויב אז מען וועט פארלירען וועט דער שאדן זיין זייער זייער גרויס, ווער איז געווען דער חכם וואס האט באשלאסן עכ"ז צו פייטען? פארוואס האט מען נישט דאס מאל אראפגעלייגט די געווער?
איינמאל מען האט געזען ווי אזוי לאפאז האט צוגעפיקסט רעסטלער מיטען אוועקשניידען גאנצטע גאסען פון זיין דיסטריקט, האט מען געזאלט דעמלאטס זיין קליינע לוזערס און זאגען אז מען פייט מער נישט פאר אים, ווי איידער יעצט - מעגליך - זיין ריזיגע לוזערעס,
האסט שוין אמאל געהערט פון די מידה פון הכרת הטוב?
אין באמת דארף ערווענט ווערן, אז רעסטלער שרייט פון דעי וואן אז ער איז דא צו העלפן יעדן, נאר וויבאלד לאפעז (ז"ל) איז דאך להשמיד קעגן אים, האבן אים די זאליס ווי פארשטענדליך נישט געוואלט אנקוקן, איז ער געגאנגען צו די ארונים, אבער יעצט גייט די ניגון אז מ'טאר אים נישט שטיצן ווייל ער האט גענומען א שטעלונג לצד הארונים.
אבי גערעדטהאסט שוין אמאל געהערט פון די מידה פון הכרת הטוב?
הכרת הטוב איז מען יוצא ווען מען הענגט א צעטיל אז מען זאל וואטען פאר רעסטלער, קיינער זאגט נישט אז צוליב הכרת הטוב זאל מען זיך שיסען און די פיס, אז מען ווייסט בעפאר אז איז הפסד קרוב מרוויח, בלייבט מען שטיין און א זייט און מען דרייט נישט איבער קיין וועלט,
עס איז זייער פשוט, עס איז נישט רעסטלער וואס האט אונז געטיען א טובה פאריגע מאל וואס ער איז געלאפן און מיר האבן געוואט פאר אים,
מיר האבן אים געטיען א טובה פאריגע מאל אז מיר האבן געוואט פאר אים, און יעצט ווי עס זעט אויס קענענן מיר מער נישט טיען די טובה,
איינער שיסט זיך אין די פיס? סך הכל בעהט מען צו וואוטן, כ'מיין אז ס'איז נישטא קיין העסליכע אטאקעס קעגן די צד שכנגד א שטייגער ווי די צייט שכנגד טוהט
שעפטל כ'מיין אז ס'איז נישטא קיין העסליכע אטאקעס קעגן די צד שכנגד א שטייגער ווי די צייט שכנגד טוהט
עסקןברעיקינג! ס'איז יעצט אויפגעדעקט געווארן אז 'קריס אלעטשעווסקי' וואס לויפט פאר דיסטריט ליעדער אין וויליאמסבורג, אז זיין טאטע איז געווען פון די וואס האבן אויסגעהארגעט אידן אין פוילן צוזאמען מיט די נאציס, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
דאס איז איידעל גערעדט?!
כדי מ'זאל נישט אויסטייטשן מיינע ווערטער שלעכט לייג איך דאס צו:
יא רעסטלער האט קלאר געארבייט קעגן די זאלי'ס און פארדינט ערליך "מצדם" ארויסגעשטויסן צו ווערן און אפילו אויפצוהייטערן זייערע מענטשן אקעגן אים מיט אטאקעס.
די זעלבע איז יעדע קאנדידאט וואס וויטא לאפעז האט ארויסגעשטעלט די לעצטע פאר יאר איז געווען א 'מאסט' פאר די אהרונים זיי צו פייטן!
די אהרונים (מיט די צעטליך וואס איך האב געזעהן) אטאקירן נישט דעם אנדערען קאנדידאט מיט שמיציגע אטאקעס, א זאך וואס די זאליס האבן יא געטוהן מיט סיי וואסערע קאנדידאט וואס איז געלאפן און צוליב סובות נישט באקומען זייער אינדארסירונג. ווי סקוואדראן, וואלעזקעז, ובראשם ר' אברהם יצחק אבראהאם. עפ"ר איז די אטאקעס געווען ליגענט און אויסגעזויגן פון די פינגער, ווי איך הער האט מען גערעדט שבת אין ראדני (ביטע קאנפירמען אדער אפווארפן) וועגן מציצה בפה! ועוד
דורטי-פאליטיקס ליידער איז ביי די אידן אויך דא. אבער צו נעמען א פאליטישען און אנשמירן מיט שטותים און ליגענטס פשוט ווייל די ווילסט אנדרייען דיין עולם איז נאריש און כ'קען זיך קאר גרעניצן מיט התגרות באמות!
פריינדליך האקט:
דאס האט מסתמה א לץ צו א יונגאטש ארויסגעלאזט. כ'גלייב שווער אז ס'געווען אויף אן אפיציעלע צעטל, צו איינע פון זייערע שישקערס האבן עס געזאגט פאר די מידיא!
אלעס לוינט זיך
עס לוינט זיך זיך ארוינלייגן אינעם קרנקען בעט דא ווייל אז די ארוינעם מאכן עס איז עס א
ניסטארישער גווינס עס וועט זיך ארויסוואזען שווארץ אויף ווייס זייער כח
וואס די זאליס טרייען אלע יארן לייקנען אז זיי האבן גארנישט אין שטאט
ווידער אז מען פאלירט איז אלעס ביים אלטען
ווענצעך וואס דו ריפסט א קראנקע בעט. צו שרייבן אויף א פאליטישען שקרים וכזבים איז א פערדישקייט, און די תוצאות קענען זיין זייער ביטער, כ'רעד שוין נישט אז איך גלייב שווער אז דער טייפסעטער צו פארווייטאגטער אידל וואס שטייט אינטער דעם טוהט א אקט אויפן חשבון פונעם ציבור און איך גלייב שווער אז ער האט זיך אדורכגערעדט מיט אפאר נארמאלע (קליגע אפגערעדט אז נישט) מענטשן וואס זאלן אים בארואיגן בשעת כעסו, און ליידן וועט יעדער דערפון!
יא! יעדער צייט דארף פרובירן ארויסצוברענגן די מאקסעמום שטימען וואס זיי קענען. אבער לאזט ארויס די חוב "קדוש" ובהוראות הרבנים.
בד"וו איינער ווייסט וועלעכע קאנדידאט איז יעצט פאר חוקי תועבה...? 😉
שעפטל ווי איך הער האט מען גערעדט שבת אין ראדני (ביטע קאנפירמען אדער אפווארפן) וועגן מציצה בפה! ועוד
דאס איז א פראגע וואס איך האב שוין עטליכע מאל געפרעגט און נישט באקימען קיין ענטפער,
נאך די מציצה בפה פרשה, פארוואס גייט נאך אז זאלי ארויס וואטען?
מילא די ארונים האבן א גיטע תירוץ אז זיי בויען זיך ערשט יעצט אויף א שייכות מיט די פאלטישענס און זיי האלט נאך נישט דארט אז מען זיי זאלען קענענן אזוי ווייט דעליווערען,
אבער ביי די זאליס? וואס פאר תירוץ איז דא אז לעווין האט נאך נישט געהאמערט און סיטי קאנסול וועגען מציצה בפה?
פארוואס זענענן נישט זייערע עסקנים מסביר פאר זייער פאליטישענעס וואס פאר א הארבקייט מציצה בפה איז פאר אונז?
איז מציצה בפה נישט אזוי וויכטיג ווי די קעמפס??
מיין מיינוג:
כל זאלי אשר יראת השם בלבבו זאל למען השם נישט גיין וואטען,
און דערמיט שיקען א מעסעדש פאר עסקנים און פאליטישענעס צוגלייך, אז אידישקייט איז העכער אלעם,
מיר וועלען נישט גליקליך ווערען מיט נאך א סלאט פאר סעקשן 8 אדער נאך א בוים קליימער סטריט, מיר ווילען האלטען אידישקייט און אמעריקע אומגעשטערט,
אויב ווילען די פאליטישענעס אונז נישט העלפן, זאלען זיי נישט קימען פאר אונזערע וואטוס נישט די פאליטישענעס און נישט זייערע שלוחים,
שוין דער פריינדליך זיכט זיך צרות... ער ווערט יעצט אויס פריינדליך צו געוויסע... נא! ווער איז דער ערשטער אים אנצומירן (מיט א פאקט...) אז ער ווערט באצאלט דורך רעסטלער דא...?
שעפטלכדי מ'זאל נישט אויסטייטשן מיינע ווערטער שלעכט לייג איך דאס צו:
יא רעסטלער האט קלאר געארבייט קעגן די זאלי'ס און פארדינט ערליך "מצדם" ארויסגעשטויסן צו ווערן און אפילו אויפצוהייטערן זייערע מענטשן אקעגן אים מיט אטאקעס.
פאר די רעקארד
ער פלעגט נאר העלפן די ארונים אפשלאגען די אטאקעס פין וויטא לאפעז,
אבער ער האט קיינמאל נישט געפנט א פראנט קעגן די זאליס
ער האט געהאלפן פייטן ראוז פלאזא, אא''וו
אפי' ביי די קעמפ האט ער זיך נישט אריינגעמישט ווילאנג לאפעז איז נישט אראפגעפארען צו היינס, ווי ער האט געהאלפן אפשלאגען די פרעשור פין לאפעז, ווי ער האט געשטיצט וועלעסקעז'ס פארשלאג מ'זאל מאכען האלב אין האלב
ער האט געהאלפן יעדען וואס האט געליטן פין לאפעז'ס מאכט
די זאליס שטויסן אים בעיקר ארויס ציליב דעם אין צילוב זייער געטריישאפט פאר די לאפעז/לעווין קאמפעני
שעפטל
פריינדליך האקט:
דאס האט מסתמה א לץ צו א יונגאטש ארויסגעלאזט. כ'גלייב שווער אז ס'געווען אויף אן אפיציעלע צעטל, צו איינע פון זייערע שישקערס האבן עס געזאגט פאר די מידיא!
רעסטלער האט דאס אפציעל אפגעשלאגען עטליכע מאל, אז דאס קומט נישט פין אים
(אגב, איך ווייס נישט פין וועם עס קומט, אויב ס'איז אמת אדער נישט)
פריינדליךשעפטל ווי איך הער האט מען גערעדט שבת אין ראדני (ביטע קאנפירמען אדער אפווארפן) וועגן מציצה בפה! ועוד
דאס איז א פראגע וואס איך האב שוין עטליכע מאל געפרעגט און נישט באקימען קיין ענטפער,
נאך די מציצה בפה פרשה, פארוואס גייט נאך אז זאלי ארויס וואטען?
מילא די ארונים האבן א גיטע תירוץ אז זיי בויען זיך ערשט יעצט אויף א שייכות מיט די פאלטישענס און זיי האלט נאך נישט דארט אז מען זיי זאלען קענענן אזוי ווייט דעליווערען,
אבער ביי די זאליס? וואס פאר תירוץ איז דא אז לעווין האט נאך נישט געהאמערט און סיטי קאנסול וועגען מציצה בפה?
פארוואס זענענן נישט זייערע עסקנים מסביר פאר זייער פאליטישענעס וואס פאר א הארבקייט מציצה בפה איז פאר אונז?
איז מציצה בפה נישט אזוי וויכטיג ווי די קעמפס??
מיין מיינוג:
כל זאלי אשר יראת השם בלבבו זאל למען השם נישט גיין וואטען,
און דערמיט שיקען א מעסעדש פאר עסקנים און פאליטישענעס צוגלייך, אז אידישקייט איז העכער אלעם,
מיר וועלען נישט גליקליך ווערען מיט נאך א סלאט פאר סעקשן 8 אדער נאך א בוים קליימער סטריט, מיר ווילען האלטען אידישקייט און אמעריקע אומגעשטערט,
אויב ווילען די פאליטישענעס אונז נישט העלפן, זאלען זיי נישט קימען פאר אונזערע וואטוס נישט די פאליטישענעס און נישט זייערע שלוחים,
אגב, געהערט האב איך אז דער גבאי הביהמ"ד האט גערעדט און אראפגעריסן רעסטלער אז ער איז גאר קעגן מציצה בפה!!!
(נאכאמאל, ביטע קאנפירמען אדער אפווארפן)נישט אמת.
אוי טאטינישט אמת.
האסט אונז בארואיגט,
וואס טוט זיך מיט סטיוו לעוויון האט ער אונז שוין עפעס געהאלפן מיט די מערכה? לאפאז האט שוין געהאלפן {ווען ער האט נאך געקענט..?}
קלארשעפטלכדי מ'זאל נישט אויסטייטשן מיינע ווערטער שלעכט לייג איך דאס צו:
יא רעסטלער האט קלאר געארבייט קעגן די זאלי'ס און פארדינט ערליך "מצדם" ארויסגעשטויסן צו ווערן און אפילו אויפצוהייטערן זייערע מענטשן אקעגן אים מיט אטאקעס.
פאר די רעקארד
ער פלעגט נאר העלפן די ארונים אפשלאגען די אטאקעס פין וויטא לאפעז,
אבער ער האט קיינמאל נישט געפנט א פראנט קעגן די זאליס
ער האט געהאלפן פייטן ראוז פלאזא, אא''וו
אפי' ביי די קעמפ האט ער זיך נישט אריינגעמישט ווילאנג לאפעז איז נישט אראפגעפארען צו היינס, ווי ער האט געהאלפן אפשלאגען די פרעשור פין לאפעז, ווי ער האט געשטיצט וועלעסקעז'ס פארשלאג מ'זאל מאכען האלב אין האלב
ער האט געהאלפן יעדען וואס האט געליטן פין לאפעז'ס מאכט
די זאליס שטויסן אים בעיקר ארויס ציליב דעם אין צילוב זייער געטריישאפט פאר די לאפעז/לעווין קאמפעני
נישט קיין חילוק פארוואס און ווען, אויב האט ער ס'מינדערסטע געארבייט קעגן די זאליס, צו אפילו נאר געשטערט זייער רואיגקייט פון זייער ארבייט, קען מען דערהערן פארוואס זיי ווילן אים זעהן אינדרויסן.
קלארשעפטל
פריינדליך האקט:
דאס האט מסתמה א לץ צו א יונגאטש ארויסגעלאזט. כ'גלייב שווער אז ס'געווען אויף אן אפיציעלע צעטל, צו איינע פון זייערע שישקערס האבן עס געזאגט פאר די מידיא!
רעסטלער האט דאס אפציעל אפגעשלאגען עטליכע מאל, אז דאס קומט נישט פין אים
(אגב, איך ווייס נישט פין וועם עס קומט, אויב ס'איז אמת אדער נישט)
רעסטלער אינטערסירט מיך ניט צו ער האט עס געזאגט צו נישט, מיין פוינט דא איז צו די אהרונים האבן עס געזאגט צו נישט. טאמער יא זאלן זיי בעסער האבן באווייזן דערצו, אז נישט זענען זיי עתיד ליתן את הדין, ס'איז א שפיעל מיט פייער (איי נארמאלערהייט וואס קענען זיי דערלייגן? אויב דער פוילישער געווינט וועט ער סייווי נישט קוקן אויף זייער זייט, אבער ס'איז נאכאלץ א ריסק!)
אוי טאטינישט אמת.
דארט געווען?
אוי טאטינישט אמת.
האט אים יעצט גפרעקט וויאזוי ביסטי אזוי זיכער?
שעפטלאוי טאטינישט אמת.
דארט געווען?
ניין, נאר געפרעגט איינעם וואס איז דארטן געווען.
a1b2אוי טאטינישט אמת.
האט אים יעצט גפרעקט וויאזוי ביסטי אזוי זיכער?
זיי מסביר קלארער דיין קשיא.
אוי טאטישעפטלאוי טאטינישט אמת.
דארט געווען?
ניין, נאר געפרעגט איינעם וואס איז דארטן געווען.
אה איינער זאגט מיר ער האט אויך גערעדט צו איינעם וואס איז דארט געווען און יענער האט עס באשטעטיגט
קען זיין, סך הכל דו האסט געפרעגט עפעס, האבעך אנגערופן איינעם פרעגן, און יענער האט מיר געזאגט אז ער האט נישט גערעדט דערוועגן.
צי עס איז אמת, צי נישט, ווייסן אונז ביידע נישט, ווייל אונז זעמער נישט דארטן געווען.
א זאלי זאגט מיר היינט אז זיי זענען שוין זיכער מיט זייער זיג
זיי ארבייטן שוין אויף די חומר אין אויף א אנגעגרייטע מהלך וויאזוי צו פייערן זיג
אין קענען אפווישן די נאכטעם פין די וועלעסקעז וואלען
(כ'האף אז זיי נעמען נישט זייערע פאולס פין די פאול ריסערטש אנקעטע)
מיין שאלה איז וויפיל פין די 50'סטע אסעמבלי דיסטריקט איז אינדרויסן פין וויליאמסבורג
אין אנדערע ווערטער וויפיל טשאנסען האט רעסטלער צו ארבייטן אויף די גוים אינדרויסן פין וומסב''ג?
די פוילישע באקומט ער ממילא נישט
דער ריינער אמת,
דער לינקולן רעסטלער האט גארנישט קעגן די זאליס,
ער האט קיין שום אינטערעסע צו טשעפען די זאליס,
וואס דען איז די מעשה דא,
הארכטס מיך צו מיינע ברודער דברים נכונים,
דער רעסטלער איז אריינגעקומען אין אמט צו פירן א מרידה קעגן וויטא לאפעז,
דער פאזיציע וואס ער זיצט דהיינו "סטייט קאמיטי" אדער ווי טייל רופן "דיסטריקט לידער",
איז דער פאסיגסטער פאזיציע אנצינפירן אזא קאמף,
פארוואס,
דארף מען פארשטיין וואס דער פאזיציע איז,
כמבואר אינעם וויטא לאפעז אשכול,
איז יעדער קאונטי אין ניו יארק האט א זעלבסשטענדיגע דעמאקראטישע ארגעניזאציע,
אונטער גרויסן שירעם פון די ניו יארק סטעיט דעמאקראטישע פארטיי,
קינגס קאונטי - באקאנט אלס ברוקלין - איז דער גרעסטער קאונטי און ניו יארק,
וויטא לאפעז איז פאר די לעצטע 6 יאר דער טשעירמאן פון די פארטי,
אדער ווי מאנכע רופן דער "באסס",
יעצט אזוי,
אויסער דעם וואס די פארטיי האט א טשעירמאן,
שטעלט דער פארטיי און יעדן אסעמבלי דיסטריקט 2 דיסטריקט לידערס,
1 מאן און 1 פרוי,
קינגס קאונטי האט 21 אסעמבלי דיסטריקטס,
דאס מיינט 42 דיסטריקט לידערס,
די 2 דיסטריקט לידערס ווערן געשטעלט דירעקט דורך די ריגסטרירטע דעמאקראטן וויילער פונעם דיסטריקט,
דער עיקר תפקיד פון די דיסטריקט לידערס איז צי אנקניפן א נונטע קשר מיט די וויילער פון זייער דיסטקריט,
צו פארשטיין זייערע באדעפערנישן, זייערע אינטערעס,
און זיי זענען ווי ליעזאנס צו די רעגירונג פאליטישנס
אזוי האט די פארטיי א קלארע בילד וועלעכע קאנדידאטן איז גוט צו נאמינירן,
היוצא לנו מזה דער דיסטריקט לידער האט קיין שום "רעגירונג" מאכט,
זיי קענען נישט דורכפירן קיין געזעצן, זיי קענען נישט ציטיילן קיין רעגירונג געלטער,
דאס איז א ריינע "פארטייאישע" פאזיציע,
און זייער תפקיד איז צו זיין אן אקטיוויסט פאר די פארטיי,
ס'נישטא קיין פריימערי ביי דער פאזיציע ווייל דאס א פנימי פאזיציע פאר די דעמאקראטן,
אויסער האבן די דיסטריקט לידערס פארשידענע אינערליכע תפקידים,
נאך א וויכטיגע כח וואס דער דיסטריקט לידער האט,
זיי שטימען ווער דער טשעירמאן זאל זיין,
וויטא לאפעז האט שטענדיג זיכער געמאכט ווי ווייט מעגליך,
צו אריינשטעלן דיסטריקט לידערס וואס טאנצן אלע נאך זיינע קאפריזן,
אן זיי איז זיין מאכט דירעקט אנגעוואוירן, מער ווי סיי וועלכער פאליטישאן
ווען לינקולן רעסטלער איז 2 יאר צוריק געלאפן
האט ער מחליט געווען נישט נאר נישט צו נאכטאנצן לאפעז,
נאר אנפירן א פרעכע מרידה, עמי בבית,
דאס איז געגאנגען בנפשו פאר לאפעז מער ווי סיי וועלכער שונא,
איינער וואס האט נישט געוואלט זיך פארטשעפען מיט לאפעז,
האט נישט געהאט די העזה צו האבן סיי וועלכער קאנטאקט מיט רעסטלער,
צו גוט פארשטיין דעם פונקט איז וויכטיג צו מעתיק וואס דער וומ"ב אסעמבלימאן דשאו לענטאן,
האט דעם פארגאנגענעם פרייטאג זיך מודה ומתודה געווען,
דער דשאו לענטאל איז שטענדיג פארעכנט געווארן אלס איינער וואס איז אינגאצן אין לאפעז'ס לאגער,
לענטאל איז דער פארקערטער ווי לאפעז, זייער א ציגעלאזענער א וואוילער טאליענער גוי,
האט ער אבער פרייטאג אינדארסירט רעסטלער און געזאגט די פאלגענדע שטוינענדע ווערטער:
"איך האב שטענדיג געוויסט אז לינקולן איז דער בעסערע קאנדידאט,
אבער כאב געוויסט וואספארא דארן ער איז פארן פירער [ממילא האב איך איהם נישט געוואלט טשעפען]
אבער יעצט איז די צייט צי קוקן פאראויס
עס איז א געלעגנהייט צו ארויסקריכן פון אונטער די יאך פונעם קאונטי פירער
צו איר גלייכט צו נישט, דער קאונטי פירער שאקלט אסאך מאכט,
צוליב זיין פערזענליכקייט און זיין פאזיציע,
אבער יעצט [מיט זיין פאל] איז עס בעסער פאר מיר און בעסער פאר סטיוו לעווין
אזוי קען מיר אלע זיין זעלבסשטענדיגע מענטשן"
דאס איז שטוינענדע דיבורים פון א מענטש ווי דשאו לענטאל,
אבער דאס איז מגלה סוד פון די גאנצע הנהגה פון לאפעז'ן
ווי טיף ער האט זיך איינגעגלידערט און זיין מאכט
און ווי ווייט ער האט יעדן געהאט אונטער זיין שטייפער ארעם,
נחזיר לעניניו,
דער לינקולן רעסטלער ווי נאר ער האט אנגעהויבן זיין פאליטישן קאמפיין 2 יאר צוריק,
האט ער פרובירט צו זיך באקענען און אנקניפן באציאונגען מיט אלע זיין וויילער,
ער האט נישט געוויסט פון זיין חיות צו זאגן פון די גאנצע זאלי/אהרוני דרעק,
איהם האט עס אינטערסירט ווי א לאך אין קאפ,
ער איז באמת גרייט געווען צו העלפן און זיין אין גוטן מיט יעדן,
אזוי לאנג עס טרייבט נישט דעם וויטא לאפעז וואגן,
ווי נאר אבער ער האט אנגעקלאפט ביי די זאליס,
האט מען הערמאטיש פארהאקט די טיר פאר איהם,
דער רעסטלער האט נישט געוויסט מה פשעי ומה חטאתי,
ביז מ'האט איהם געשיקט א קלארע מעסעדש, דו טשעפעסט דעם פירער, וויל מען אייך נישט קענען,
און דער אמת איז ס'נישט צו באשולדיגן די זאליס פאר דעם,
לאפעז איז טויזנט מאל וויכטיגער געווען פאר זיי ווי דער טוטער רעסטלער,
נו וואס זאל רעסטלער טאן, אז מ'ווארפט איהם פון די זאליס גייט מען צו די ארונים, הכל ריוח
די אהרונים האבן נישט געהאט קיין שום סיבה איהם נישט צו מקרב זיין
און אזוי איז אויסגעוואקסן דער א"ג "אהרוני" רעסטלער,
"אהרוני"????
ווי וואס ווען!
נאר אזוי גייט די ניגון אז מ'איז נישט אזוי באקאנט,
דורכאויס די לעצטע 2 יאר האט רעסטלער פורבירט צו ארבעטן לטובת יעדן איינעם מיט וועם ער האט געקענט,
ביי די קעמפס האט ער גע'שתדל'ט פאר די ארונים,
ווייל מיט זיי האט ער געהאט א קשר
און די זאליס האבן איהם אויסגעשפיגן
נו וואס זאל ער טאן?
דער רעסטלער שרייט נאך עד היום הזה אז ער איז גרייט צו זיין אין גוטן מיט יעדן,
אזוי לאנג מ'דרייט נישט אויס די רוקן צו איהם,
הרבה נשאר בקולמוס שלי ועוד חזון למועד
גאלדהרבה נשאר בקולמוס שלי ועוד חזון למועד
דו דארפסט זיך צי יאגען ווייל מען גייט שוין באלד וואטען, 🙂 🙂
מעגליך אז נאך די וואטס וועט קיינער שוין נישט ווער רעסטלער איז געווען 😛 😛
רעסטלער גייט מען נאך אסאך האבן צו הערן,
ער גייט לכאורה זיין דער נעקסטער קאונסילמאן פון וומ"ב, און 2013
אויב די וואלן וואלטן היינט געווען וואלט ער גרינג באזיגט לעווין,
גלויב מיר דאס וועלן די זאליס, יודע דבר, מודה זיין,
אויב מיין צייט וועט ערלויבן וועל איך מרחיב הדיבור זיין,
BREAKING: The leaders of UJO called yesterday a meeting with elected officials and Chris Olechowski at 550 Bedford Ave about Metziza B'Peh To be able to take credit that the Polish Olechowski worked for Metzitza B'Peh, but all politicians refused to come to the so called meeting, because they didn't want to play dirty politics, so the meeting was canceled.
שטעלסט דיך פאר אזוי, הא?!