☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תקנות פאר אדמורי"ם ורבנים

תקנות פאר אדמורי"ם ורבנים

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1787

real jew » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:26 am

· #43441
תקנות פאר אדמורי"ם ורבנים
אזוי ווי אין די לעצטע פאר יאר האבן די מנהיגים איינגעפירט תקנות פאר בעלי בתים איז שוין הויך צייט אז כמים פנים אל פנים זאלן די רביס אויך אנטייל נעמען אין די טרענד און אנהייבן שפארן געלט פאר כלל ישראל. ספעציעל דארף מען אין אכט נעמען אז די רביס מערן זיך ווי היישעריקן און פאר יעדן רבי וואס ווערט נסתלק לחעוה"ב נעמען זיין פלאץ עטליכע יורשים וואס ראנגלען זיך אין דין תורות מיט קאורט קעיסעס און ווי ידוע קאספ דאס אפ ממון ודמים תרתי משמע דארף מען אנהייבן זען ווי מ'קען שפארן פון די גרויסע הוצאות וואס דאס קאסט אפ פאר'ן עמך איד.

א. פארענטשעס מעג זיין אויף בלויז איינע פון די צוויי זייטן. אויף די אנדערע זייט מעג זיין נאר טישן און בענק וואס מ'קען דערויף שטיין לעת הצורך.
ב. בעקיטשעס – מאקסימום דריי א יאר, אויסדריקליך נאר פאלי, נישט קיין זייד.
ג. זילבערנע שטעקענעס זאלן זיין בלויז פאלשע זילבער.
ד. קארס מעגן זיין סיי וועלכע מעיק און מאדעל, אבער זאל אומבאדינגט נישט האבן קיין שום קאסטום אפגרעידס!
ה. פאטאגראפירערס און סיי וועלכע באצאלטע פיקטשער כאפערס איז קיינמאל ערלויבט. טאמער איז וויכטיג קען מען אריין שטעלן א סיסטעם וואס זאל אטאמאטיש כאפן בילדער. (אבער מ'דארף נזהר זיין דאס צו פארלעשן לכבוד שבת ויו"ט.)
ו. לעלוס זענען באופן כללי נישט ערלויבט. אויב מוז מען, מעג מען האבן נאר איין סטראוב פון פארנט.
ז. פעלצן זאלן זיין בלויז סינטעטיש. (ווי באקאנט קען נאר א גרויסע מומחה אין דעם געביט זען די חילוק ווען ער נוצט א לופ.)
ח. באצאלטע אפ-עס, אינטערוויוס וכדו' מעג זיין נישט מער פון איינמאל א יאר.
ט. קוויטל געלט, פורים, אתרוג, מכירת חמץ, משלוח מנות, סידור קידושין - בר מצוה – תנאים וכו' געלט, די אלע זאכן קאסטן אפ פאר די בעלי בתים שווערע געלטער און ס'געווארן א סטענדארט וואס מ'קען נישט ערלויבן. דעריבער וועט מען קענען קויפן ביים שמש אן איינטריט קארטל פאר די גימטריא פון יואלי"ש. דער קארטל וועט ער סווייפן ביי יעדן פון די אויבנדערמאנטע מאורעות און די רבנים מיט די שמשים וועלן זיך אדורך קומען מיט די געלט.
י. יעדער רבי איז ערלויבט איין פול-טיים באצאלטע גבאי, און וואלונטירן הויז-בחורים פאר ביינאכט. אין די הויפן ווי בחורים אן א השגחה קענען זיין א סכנה, מוז דער הויף איינשטעלן א סעקיוריטי פירמע און דאס וועט באצאלט ווערן דורך די שניידן די שעות פון די פול-טיים גבאי בשעת די רבי לייגט זיך צו נאכמיטאג.


מיר דאנקען שטארק די אלע רבנים וואס טראץ זייער שווערע סדר היום האבן זיי גענומען די מיה ארויסצוהעלפן מיט צוריק שיקן די פראגע-בויגענס פון די ערשטע פאזע. אי"ה בקרוב וועלן מיר ארויסשיקן די פראגע-בויגענס פון די צווייטע פאזע.

יא. צדקה קאסעס
יב. נסיעות קיין אויסלאנד
יג. הלואות
יד. שכר לימוד פאר די הויף מענטשן
טו. רבי'שע שמחות

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:44 am

· #43445
דאכט זיך א שבת בלעטעל האט ארומגערעדט אויב די רבנים פאלגן נישט וועט מען ארויסווארפן זייערע קינדער פון די מוסדות.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:10 am

· #43510
אפשר צולייגן "שמעלערע היטן" ?

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:24 am

· #43520
איז עס דען ביליגער?

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:43 am

· #43536
זיי מיינען דען מיט די תקנות צו מאכן אינזער לעבן ביליגער?
בכלל נישט.
סתם צו קאנטראלען ! לשעבד בזה כל רמ"ח אברנו לעבודה זרה

למשל: וויזניץ מאנסי, האט תקנות "ביליגער" צו מאכן דאס לעבן.
מצד שני, יעדעס מאל א וויזניצער קויפט א ביבער הוט צאלט ער עקסטער 5 דאללער ארום צו דרייען די שלאף.
פארוואס נישט מבטל זיין די הוצאה יתירה.
אלא מאי? מ'וויל די זאלסט זיין א וויזניצער צווישען 100 בעלזא..

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:12 am

· #44320
אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו
שמעקעדיג
איז עס דען ביליגער?

ס'האט נאך א מעלה די ברייטע קאפעלושן. ס'פארשטעלט בעסער די זון.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:15 am

· #44323
ענטפער צו קאווע טרינקער
קאווע טרינקער
זיי מיינען דען מיט די תקנות צו מאכן אינזער לעבן ביליגער?
בכלל נישט.
סתם צו קאנטראלען ! לשעבד בזה כל רמ"ח אברנו לעבודה זרה

למשל: וויזניץ מאנסי, האט תקנות "ביליגער" צו מאכן דאס לעבן.
מצד שני, יעדעס מאל א וויזניצער קויפט א ביבער הוט צאלט ער עקסטער 5 דאללער ארום צו דרייען די שלאף.
פארוואס נישט מבטל זיין די הוצאה יתירה.
אלא מאי? מ'וויל די זאלסט זיין א וויזניצער צווישען 100 בעלזא..

וויאזוי דען וועט מען דערקענען צו וועלכן קרייז מען געהערט?

דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:19 am

· #44325
berlbalaguleh
קאווע טרינקער
זיי מיינען דען מיט די תקנות צו מאכן אינזער לעבן ביליגער?
בכלל נישט.
סתם צו קאנטראלען ! לשעבד בזה כל רמ"ח אברנו לעבודה זרה

למשל: וויזניץ מאנסי, האט תקנות "ביליגער" צו מאכן דאס לעבן.
מצד שני, יעדעס מאל א וויזניצער קויפט א ביבער הוט צאלט ער עקסטער 5 דאללער ארום צו דרייען די שלאף.
פארוואס נישט מבטל זיין די הוצאה יתירה.
אלא מאי? מ'וויל די זאלסט זיין א וויזניצער צווישען 100 בעלזא..

וויאזוי דען וועט מען דערקענען צו וועלכן קרייז מען געהערט?


פארוואס איז וויכטיג צו דערקענען, להרבות שלום ורעות?

איחוד פעלד » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 8:48 am

· #44368
דער שאלה שמעקט מיט אפיקורסות........

אויס מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 10:19 am

· #44377
צו קענען פועלן ביים חסיד נאכצוטאנצן אלע תקנות
דאס לעבן זאל אים זיין ביליגער
דארף ער צאלן די 5 טאלער ארום צו דרייען דעם שלאף
ווייל אויב קען איך נישט ביי אים דאס פועלן קען איך יענס אויך נישט דו"ק ותשכח

נס קאווע » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:40 pm

· #44434
סאו די שאלה איז:
דו זוכסט ביליגער צו מאכן דאס לעבן אדער תקנות לשם פועלן (קאנטרא"ל בלע"ז)

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:45 am

· #239478
[ציטאט אראפגענומען]

וואו איז דער שטורעם פאר אויפוועקן דעם אשכול פון 2012?
לדעתי איז עס א גוטע זאך אז מ'דיסקוטירט נאך די עניינים. ס'איז נאכנישט עבר עליהם הקלח. ס'איז נאך אלץ אקטועל...!

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:27 am

· #239529
נולד מאוחר
דאכט זיך א שבת בלעטעל האט ארומגערעדט אויב די רבנים פאלגן נישט וועט מען ארויסווארפן זייערע קינדער פון די מוסדות.

עפעס האב איך גיהערט אז א געוויסע רב אין בארא פארק (דאס זוהן פון א רבי אין בני ברק) האט מען געכאפט זיין זוהן מיט א כלי וואס איז אסור בבל ימצא און מען האט אים געווארפן פון זיין ישיבה
דער רב האט געארבעט מען זאל אים צריקנעמען אבער די ועד האט נישט מסכים גיוועהן און ער איז געגאנגען צו א צווייטע ישיבה אבער די רב האט געהאלטן א דרשה שבת און זיך אפגעזאגט פון די רבנות
און שוין די לעצטע פאר וואכן שטייט ער אין בע"ק פון ביהמ"ד כאחד האדם
אויב איינער קען קאנפירמען אדער וויסט מער איז מכובד איבער צונעמען די מייק

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:36 am

· #239534
א דיין קען זיך אפזאגען פון דיינות, א שטאט׳ס רב קען זיך אפזאגען פון די רבנות. א רב בן אדמו״ר איז אטאמאטיש קדוש מרחם, גארנישט וועט עם העלפן.