נאך א פשט
די דערמאנטסט מיך פון די מעשה מיט דער ליטוואק וואס האט זיך ארום געדרייט ערב יום הקדוש אינגאנצן ציטראגן. פרעגט אים זיין חבר וואס גייט פאר, זאגט אים די ליטוואק אז ער דארף באלד גיין קלאפן על חטא און ער געדענקט נישט אז ער זאל האבן געטוהן עפעס אן עבירה. זאגט אים זיין חבר גיי ארויף צום שכן און האק אים אהן די ביינער וועסטו האבן אויף וואס תשובה צי טוהן. זאגט אים דער ליטוואק, אה! א גרויסען יישר כח איך האב שוין טאקע אן אלטן חשבון מיט אים..
די מעשה גייט ווייטער.
גייט ער ארויף צום שכן און מיט א לשם יחוד האקט ער עם אן די ביינער, א פרייליכער גייט ער ארויס, ער האט שוין אויף וואס תשובה צו טוהן, שרייט עם די שכנ'ס ווייב נאך פון די פענסטער, "ר' איד! איר ווייסט נישט וואס פאר א מצוה איר האט געטוהן...!"