וואס איז געווארן מיט די השגחה אויף די "דאסטערס"?
בעפאר דעם פסח/זומער סעזאן, איז געווען הימל און ערד און א "השגחה אויף די דאסטערס".
און יעצט?
כאשר בא כן ילך.
מען הערט נישט דערפון, מען לייענט נישט דערפון.
וואס איז געשעהן?
עס איז געווען א אויסערגעווענליכע סוקסעס.
ניישלאס אין בורופארק (דער גרעסטער פאנדזשעלוי סוחר ביים היימישען ציבור) האט נאך קיינמאל נישט געהאט אזא גרויסע פארלאנג, אזוי אויך אלע דאסטער געשעפטען
אלע דאסטערס מיט די ראוז לעבעל זענען פארקויפט געווארען אויף פסח.
טא וואס איז די קשיא "וואס איז געווארען ?"
אשאד פאר דיין טייערע צייט אינז האמער נישט געדארפט די מעשר פון די ריוח
די קשיא איז, גייט כלל ישראל האבן מהודרדיגע דאסטערס אויף סוכות און אזוי ווייטער?
טא וואס איז די קשיא "וואס איז געוואען?"
מען קען זאגן פשט אין די קשיא אז ער האט נישט געוואוסט אז מען האט פארקויפט אלע דאסטערס, און זיין ווייב האט נישט געהערט ווי מען פארלאנגט דאס ביי ניישלאס, ממילא האט ער געוואלט וויסן וואס עס איז געווארן מיט דעם.
די קשיא איז, אז דאס האט געדארפט זיין א הכשר "היער טו סטעי", יעדע סעזאן זאל מען פארלאנגען פון די מאנופעקטשורערס אז זיי זאלן זיך צושטעלן.
און דערווייל דעם סעזאן האט מען נישט פארלאנגט, אז דו בעטסט פון א געשעפט מיט א הכשר קוקן זיי דיך אן ווי פון מזל מאדים.
איז דאס געווען נאר א איינמאליגע זאך?
לפע"ד האט זיך גערעדט די נושא איבער די זימערדיגע דאסטערס וואס איז געווען גאר דינע סחורה
איך הער וואס דו זאגסט. ס'מאכט סענס.
ד.ה. לפי דבריך אז קומענדיגן זומער גייט זיך באנייען דעם הכשר.
ונזכה ונחי' ונראה.