☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » עס איז מיר שווער א פשט

עס איז מיר שווער א פשט

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1774

town1 » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:28 pm

· #43126
עס איז מיר שווער א פשט
מען זעט היינט אזויפיל טיי אווענטס, מסיבות, צדקה אקציעס, איז דען נישט דא א גמרא וואס זאגט "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" מיינט טאקע די גמרא צו זאגן אז אויב האט מען נישט קיין געלט זאל מען ענדערש אויסשפרייטן נבלה אויפן גאס

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:21 pm

· #43156
town1
מען זעט היינט אזויפיל טיי אווענטס, מסיבות, צדקה אקציעס, איז דען נישט דא א גמרא וואס זאגט "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" מיינט טאקע די גמרא צו זאגן אז אויב האט מען נישט קיין געלט זאל מען ענדערש אויסשפרייטן נבלה אויפן גאס

וואס א פראגע דאס? פשוט מיינט אפשינדן, ענדערש שינד נבילות אין גאס לעיני כל הקהל מאך פרנסה עס דיין אייגן אויסגעהארעוועט ברויט ענדערש ווי אנקומען צו מענטשן און זיין א שיינער איד.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:24 pm

· #43158
ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

elter-zeide » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:33 pm

· #43162
פשוט נבילה בשוק מיינט נישט דוקא זאלסט שונדען נבילות אויף דע גאס, עס מיינט זאלסט אלעס מעגליכס טאהן אפילו שונדען א נבלה ווי איידער בעהטען ביי מענטשן, אין אויב איינער מאכט חתנה א קינד, אין קיין געלט איז נישט דא, אין דאס קינד מיז חתנה האבען, טיט ער אלעס מעגליך, אפילו שינדען א נבלה, אין אויב דאס העלפט אויך נישט, מיז ער אהנקומען צי מענטשן, אין אויב ער האט געטרייע חברים, טועהן זיי דאס פאר עהם, אין זיי מאכען טיי-אווענט'ס, דאס איז ריכטיג ביי א יוד וואס ארבעט פאר פרנסה, אין רוב פארדיס איז פאר אזעלעכע וואס ארבעטן, י

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:41 pm

· #43164
ענטפער צו קאווע טרינקער
קאווע טרינקער
ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

דער "לייק" איז געווען פאר די קליינע אותיות פון די אונטערשטע שורה. מען וואלט געקענט מאכן א באזונדערן אשכול פון דעם "דעת". "סטעיט אוו מיינד" בלע"ז. ס'פארן אזעלכע "ערליכע" אידן וואס זוכן צו טון עפעס אן עבירה'לע כדי זיי זאלן האבן אויף וואס תשובה צו טון. א קלייניגקייט, ס'איז דאך אלול. 😳

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:45 pm

· #43167
קאווע טרינקער
ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

ווערט מיר שווער לכאורה עס איז דאך געפסקענט אסור להשתכר בדברים אסורים נא וויאזוי איז פשוט נבילתא פאר פרנסה?

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:46 pm

· #43168
נבילה איז מותר בהנאה.

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:58 pm

· #43174
קאווע טרינקער
נבילה איז מותר בהנאה.

יא עס דא אבער אן איסור צו האנדלען, טוהן מסחר מיט דברים אסורים אפילו נישט אסורי הנאה אין יורה דעה הלכות יין נסך כ'האב עס נישט פארנט פון מיר.

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:59 pm

· #43176
קאווע טרינקער
נבילה איז מותר בהנאה.

א בפירושע פסוק אין די תורה לגר אשר בשעריך תתננה או מכור לנכרי.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:17 pm

· #43396
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:22 pm

· #43400
געפילטע פיש
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:25 pm

· #43729
איך בין שוין לאנג צוריק געקומען צו די מסקנה אז עס מיז זיין אז "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" ווי אויך די גמרא וואס זאגט "עשה שבתך חול ואל תצתרך לבריאות" זענען פון די מצוות התליות בחוץ לארץ.

לחיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:08 am

· #43838
געפילטע פיש
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

מען קען צילייגן
איך האב געזעהן איינעם גיין נאך געלט מיט ביידע הענט. פרעג איך וואס מיינט דאס??
זאגט ער מיר ער האט געזהן אז ביזנעס גייט גיט האט ער געפנט נאך א ברענטש...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:33 am

· #43913
כ'האב ערגעץ געזעהן שטיין פון רבי שלמה'קע זעווילער
אז די ירושלימע אידן, וואס זענען נישט דורך די שואה, קומען אפ מיט שווער חתונה מאכן די קינדער.

איך בין ח"ו נישט מזלזל אין זיי, ס'איז נישט זייער שולד, זיי זענען פונקט אזעלכע קרבנות פון די "סיסטעם".

נאך א פשט » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:29 am

· #44393
קאווע טרינקער
כ'האב ערגעץ געזעהן שטיין פון רבי שלמה'קע זעווילער
אז די ירושלימע אידן, וואס זענען נישט דורך די שואה, קומען אפ מיט שווער חתונה מאכן די קינדער.

איך בין ח"ו נישט מזלזל אין זיי, ס'איז נישט זייער שולד, זיי זענען פונקט אזויליכע קרבנות פון די "סיסטעם"

וואס הייסט דאס "ס'איז נישט זייער שולד"?

קאמפלעינען אז מ'איז סטאק אין א סיסטעם (וואס דאס איז וואס א רובא דמינכר פון קאווע שטיבל'ערס טוהען, איינער בפירוש און איינער ברמז) איז איין זאך, אבער אז א גאנצע קהילה בישראל זאל זיך לכבוד דעם אפציעל ארויפלייגן אויף אן אנדערע קהילה, אויף דעם איז 'סטאק אין די סיסטעם' שוין נישט קיין תירוץ.

וואס בין איך שולדיג אז די ביסט סטאק אין א סיסטעם? איך האב אייגענע קינדער חתונה צו מאכן און אסאך אנדערע הוצאות וואס זענען א תוצאה פון דעם סיסטעם אין ווי איך בין סטאק.

במחילת אלע טייערע ירושלימ'ער אידען זאלן זיי און זייער סיסטעם זיך אליינס ברעכן קאפ און זיך נישט ארויפלייגן אויף א צווייטען.

קווה לה' » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 6:36 pm

· #44767
גאנץ פשוט:
"פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" איז אן עצה טובה (איינער וואס נעמט צדקה איז עפעס עובר אויף אן איסור דרבנן?!) , צדקה - ווידעראום - איז א מצות עשה דאורייתא (א חיוב אויף יעדן וואס קען געבן)!

נאך א פשט » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:38 pm

· #45475
קווה לה'
גאנץ פשוט:
"פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" איז אן עצה טובה (איינער וואס נעמט צדקה איז עפעס עובר אויף אן איסור דרבנן?!) , צדקה - ווידעראום - איז א מצות עשה דאורייתא (א חיוב אויף יעדן וואס קען געבן)!

ברכות לג ע"ב: כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו. נישט אלעמאל איז א מצוה צו געבן צדקה, אז איינער פירט א לעבן אהן קיין שכל (און ווי שוין געזאגט, אויף דעם איז סטאק אין די סיסטעם נישט קיין תירוץ) איז נישטא קיין מצות צדקה.

קווה לה' » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:30 pm

· #45490
נאך א פשט
קווה לה'
גאנץ פשוט:
"פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" איז אן עצה טובה (איינער וואס נעמט צדקה איז עפעס עובר אויף אן איסור דרבנן?!) , צדקה - ווידעראום - איז א מצות עשה דאורייתא (א חיוב אויף יעדן וואס קען געבן)!

ברכות לג ע"ב: כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו. נישט אלעמאל איז א מצוה צו געבן צדקה, אז איינער פירט א לעבן אהן קיין שכל (און ווי שוין געזאגט, אויף דעם איז סטאק אין די סיסטעם נישט קיין תירוץ) איז נישטא קיין מצות צדקה.

זייט מוחל "נאך א פשט":

א. ווערט די גמרא נישט געברענגט להלכה.

ב. מענטשלעך: ווייל איינער האט נישט קאן שכל, ווילט איר איהם לאזן אויסגיין ווי א ליכט?!

ג. "אסור לרחם עליו" קען מען לערנען פשט אז עס מיינט מער ווי דער חיוב צדקה. (פאר אן אולטורנאטיב זעהט דעם בן איש חי אין "בניהו" אין ברכות דארט: "הנה אין ללמוד מכאן דאסור לרחם על שוטה ישראל, דדברים אלו אינם כפשוטם, וגילה סודם רבינו האר"י זלה"ה, שדבר זה קאי על עכו"ם שאין לקליפתם חלק בדעת בסוד גם בלא דעת נפש לא טוב, שהזכר דקליפה יש בו מוח חכמה ובינה והוא חסר דעת, וכמפורש כל זה היטב בשער מאמרי ר' שמעון בר יוחאי פרשת משפטים, יעיין שם" וכו')

נאך א פשט » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:18 pm

· #45555

מען רעדט נישט דא פון איינעם וואס האט נעבעך נישט קיין שכל, מען רעדט דייקא פון אזא איינער וואס האט ב"ה יא שכל אבער ער פירט זיך אויף אזוי ווי איינער וואס האט נישט קיין שכל. ווי די מסילת ישרים שרייבט אין פרק ב':
"הנה עניין הזהירות הוא שיהיה האדם נזהר במעשיו ובענייניו כלומר: מתבונן ומפקח על מעשיו ודרכיו, הטובים הם אם לא? לבלתי יעזוב נפשו לסכנת האבדון חס ושלום ולא ילך במהלך הרגלו כעור באפלה... ....והוא כעניין מה שאמרו זיכרונם לברכה (ברכות לג, א): "כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו". והוא מה שאמרו (אבות א, יב): "אם אין אני לי מי לי".

קווה לה' » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:36 pm

· #45585

איך זע נישט די גרויסע נפקא מינה - לגבי חיוב מצות צדקה.

אבער אמת אז עס איז אזוי משמע פון דעם שטיקל מסילת ישרים (אגב, נישט קיין הלכה ספר), אבער אויב אזוי רעד מען דאך נישט פון קיין טיפש (ווי עס איז פשוט פשט נאר פון אזא איינעם וואס איז נישט "מתבונן ומפקח על מעשיו ודרכיו, הטובים הם אם לא" -- גאנץ א הויכע דרגא אין א נישט-אלול'דיגער טאג?!).

קווארטין » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:31 pm

· #45613
משה געציל
געפילטע פיש
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

איר האט שוין געהערט פון דעם? לעצטענס האטזעך ארומגעדרייט א 12 יעריגער באחיינט ירושלים אינגאלע אין בית מדרש נאך געלט, און דער עולם האלטזיך ביי די זייטן, וואסיז, דער אינגל זאגט בזה"ל, איך בין א 12 יעריג אינגל, כ'ווער שוין 13, און איך דארף זיך אליין בר מצוה מאכן..., האט אים עמעצער צוגערופן אין א זייט, כ'פארשטיי נישט, אפי' דא אין אמעריקא, אז סי נישטא קיין געלט, מאכטמען ב"מ אין דיינונג רום, ראומט אים ס'קינד אריין א סוד, כעל אייך זאגן דער אמת, מיין טאטע וויל אז ווען כעל מערצעשעם ווערן חתן זאליך שוין האבן אביסל עקספיריענס...

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:56 pm

· #45623
קווארטין
איר האט שוין געהערט פון דעם? לעצטענס האטזעך ארומגעדרייט א 12 יעריגער באחיינט ירושלים אינגאלע אין בית מדרש נאך געלט, און דער עולם האלטזיך ביי די זייטן, וואסיז, דער אינגל זאגט בזה"ל, איך בין א 12 יעריג אינגל, כ'ווער שוין 13, און איך דארף זיך אליין בר מצוה מאכן..., האט אים עמעצער צוגערופן אין א זייט, כ'פארשטיי נישט, אפי' דא אין אמעריקא, אז סי נישטא קיין געלט, מאכטמען ב"מ אין דיינונג רום, ראומט אים ס'קינד אריין א סוד, כעל אייך זאגן דער אמת, מיין טאטע וויל אז ווען כעל מערצעשעם ווערן חתן זאליך שוין האבן אביסל עקספיריענס...

די טאטע וויל פשוט מקיים זיין דעם מלמד לבנו אומנות...

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:57 pm

· #45625
א סעמפל פון ריכטיגע חינוך... (געפילטע האקט -- ברוך שכיוונתי)

יקיר ברוין האט אמאל אויסגעגראמט א משפחה ביי א חתונה, און דארט איז געווען איין בחור'ל וואס איז מיטגעקומען טאנצן, זאגט אים יקיר, געווענליך נעם איך נישט קיין געלט פון קיין בחורים, ממילא פארלאנג איך נישט פון דיר א חיוב צו געבן, אבער אלס חינוך דארפסטו יא זיך משתתף זיין..

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:49 pm

· #45687
[ציטאט אראפגענומען]

דאס וואלט דאך געווען אמת, און דער אמת איז ליידער נישט פאני.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:36 am

· #46794
ס'מיר שווער געווען, מ'טוט די טעג אזוי פיל זאכן צו פארמישן דעם שטן, ווי אזוי קען זיין אז יאר איין יאר אויס ווערט ער צומישט ווען מ'בלאזט נישט קיין שופר ערב ראש השנה? שוין באלד ווי יוסף הצדיק וואס גייט אין פעלד צו די ברודער יעדע יאר, נאר פארקויפט צו ווערן צו די ישמעאלים נאכאמאל.

נאר זעענדיג היינט די צעטלעך פון התאחדות הרבנים וועגן די שעדליכקייט פון טו פיס דאסטערס, אז דאס איז א נייע יצר הרע, פארשטיי איך שוין אלעס, יעדע פאר חדשים איז דא א נייע יצר הרע, אשר לא ידע את יוסף, ממילא קען מען איבערנוצן די טריקס יעדע יאר.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:14 am

· #46824
וואלסט נישט עקספעטעט פון א נייע יצר הרע עפעס מער ווי טו פיס דאסטערס? כ'האב מורא דאס באלאנגט נאך צום אלטען יצר.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:27 am

· #46828
אפשר איז עס דעם אלטן, נאר עשה עצמו כאילו לא ידע.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:45 am

· #46832
דאס קוקט אויס די נייע יצר'ס מעשים kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=46154#p46154

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:22 am

· #46835
איך קום יעצט פון סליחות, איז מיר שווער געווען די שטיקל וואס מ'זאגט נאך שמע קולנו

יהי רצון מלפניך יהוה אלהינו ואלהי אבותינו שתהא השנה הזאת הבאה עלינו ועל כל־עמך בית־ישראל קץ ותכלית לשבי עמך בית־ישראל. ועת סוף לגלותנו ולאבלנו. ואחרית טוב לימי ענינו ומרדנו. כי משך עלינו השעבוד. וארך עלינו על גלויות. והננו בכל־יום הולכים ודלים. ברבות השנים אנו נמעטים. ובסגות הזמנים אנו נצערים. ואין לנו לא מנהל ולא מחזק בידינו. כאשר אמרת, כי מי־יחמל עליך ירושלים ומי ינוד לך. ומי יסור לשאל לשלום לך. או מי יגדיר גדר או מי יעמיד בפרץ. ואין עוד נביא וחוזה. ואין קורא בשמך באמת מתעורר להחזיק בך. כי כלנו כצאן תעינו. איש איש לדרכו הרעה פנינו. כל גבר אחרי בצעו. וכל איש אחרי שרירות לבו הרע. ולא די לנו בעונות הראשונים. כי אם הוספנו עליהם חדשים. וכו'.

די שטיקל הייבט זיך אן ווי יעדער איד רעדט זיך אפ אויף די שלעכטע מצב אין גלות, מ'בעט ס'זאלן זיך ענדיגן די שלערע צייטן, די קישוי השעבוד, דאס דלות, די צרות וואס מיר מאכן מיט, דאס אז מיר האבן נישט קיין מנהל, ולא מחזק, נישט קיין נביא, נישט קיין חוזה, נאר מיר זענען ווי פארבלאנדזשעטע שעפעלעך אן קיין פאסטוך וכו', וכו'.
פלוצלינג! טוישט זיך די טעמע און מ'הייבט זיך אן מתודה זיין אויף אונזערע עבירות, לא די לנו בעונות הראשונים, נאר מיר לייגן צו אייגענע. איז מיר שווער געווען, ווי קומט עס דא אריין? דאס איז דאך נישט קיין וידוי, נאר א תחינה ווי מ'בעט דער באשעפער זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערען גלות, טא פארוואס דערמאנסטו דיינע זינד? דאס איז דאך קאונטער פראדאקטיוו!

נאר וואס דען? איך מיין א פשט איז אז דאס גייט נישט ארויף אויף אונזערע זינד, נאר דאס גייט ווייטער מיטן זעלבן טענה ווי שווער די גלות איז, און מ'רעדט זיך אפ אז וואס א יאר מען מיר זענען אין גלות, האלט אין איין צוקומען נאך עבירות, יעדע שטיק צייט ווערט נאך א זאך אפגעסטעמפעלט אלס עבירה, מי ב'טו פיס דאסטערס, מי בדינע שטרימפ, מי בחניקה-שמאלע געפאסטע קליידער, מי בפרעס טראק ומי בביוטי סאלאן, מי בעירוב ומי בפול באדי סליפס.

דעריבער בעטן מיר דעם קל רחום וחנון, זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערען גלות, און תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות, צוריק שטעלן אידישקייט צו איר אמאליגן פראכט, את שאסר אסר, ואת שהתיר התיר, ונזכה כולנו לביאת גואל צדק בהאי שתא, להשיב קרן הדת על תילה בב"א.

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:10 pm

· #411699
משה געציל
געפילטע פיש
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

א ירושלימער איז געגאנגן נאך געלט אין זכרון משה שטיבלאך. גייט איינער צו צו אים און האלט אים פאר היתכן די ווארפסט דיך ארויף אן עול אויף די ציבור. פרעגט אים די געלט גייער, און וואס טיסטו? וואס הייסט, ענטפערט ער, איך פאר אויף אמעריקא...