☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קען מען טוישען א ניק

קען מען טוישען א ניק

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1751

qwerty » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:53 pm

· #42543
קען מען טוישען א ניק
איז עס מעגלעך אויב איינער וויל משנה שם זיין פון זיין ניק, קען מען טוישען א ניק?

נפתלי » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:55 pm

· #42546
קענסט עפענען א נייע ניק אין אנהייבן פון אלף

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:24 pm

· #42570
איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:38 pm

· #42644
זאג מיר וועלכע הודעות פאר דו מעקסט.

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:48 pm

· #42808
קאווע טרינקער
איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.

פארשטייסטו? בשעתם, ווען דו האטס געשריבן די תגובות האסטו געוואלט שרייבן מיטן חשבון פון אנאנימיטעט. יעצט ווען ס'קומט דיר בעסער אויס זיך צו מגלה זיין, ווילסטו פארמעקן? ס'גייט נישט אזוי...

שטערן » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:24 pm

· #42821
קאווע טרינקער
איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.


דו מיינסט אוודאי די הערות וואס דו האסט געשריבן ווען ביסט נאך געווען א 'קאווע טרינקער',

וואס היינט אלס 'דף לערנער' וואלסטו נישט געשריבען??

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:06 am

· #43452
qwerty
איז עס מעגלעך אויב איינער וויל משנה שם זיין פון זיין ניק, קען מען טוישען א ניק?


און געוויסע אויסנאם פאלען קען עס מן הסתם די הנהלה טיען און צוזאם שטעלן תגובות פון ניק צום צווייטען, אבער איך גלייב אז עס דארף זיין גאר א שטארקע הכרח דערצו אז די הנהלה זאל מסכים זיין צו מאכען א אזא טויש,

ברוין » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:32 am

· #43478
בעפאר איר טוישט גיט אונז אן איבערבליק אויף וואס די יעצטיגע ניק באדייט

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:08 am

· #43484
qwerty
דאס זענען די ערשטע זעקס קנעפלעך אויפן ענגלישן קיבאורד.

דער ענגלישער קיבאורד וועלכע איז אזוי אויסגעשטעלט ווערט טאקע אנגערופן א qwerty קיבאורד.

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:53 pm

· #43661
אזא נאמען וואלט מען לכתחלה נישט געזאלט באשטעטיגען!

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:59 am

· #43890
פריינדליך
אזא נאמען וואלט מען לכתחלה נישט געזאלט באשטעטיגען!

וואס באדערט דיך???

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:16 am

· #43900
כ'שטעל מיך פאר איז זיין פעסווארד איז די צוויישע שורה asdfgh

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:26 am

· #43906
קאווע טרינקער
כ'שטעל מיך פאר איז זיין פעסווארד איז די צוויישע שורה asdfgh

אפשר די אנדרע זייט קיבארד poiuy

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:41 am

· #43923
בד"וו, כ'מיין ס'איז די חתם סופר.
איינער זאגט אז אין די ABC זעהט מען אפיקורסות: דורך די סדר האותיות OPQRS
אפשר איז לשון הקודש מילכיג צוליב די סדר "מלך"?

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 1:43 pm

· #131054
וויאזוי טויש אין די אימעיל אדרעס וואס איך באקום די הודעות?

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 5, 2013 1:58 pm

· #131062
גיי צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל / פראפיל / רעדאגיר קאנטע סעטינגס.

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 2:03 pm

· #131065
שמעקעדיג
גיי צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל / פראפיל / רעדאגיר קאנטע סעטינגס.

כ'האב עס געזעהן נאר זיך נישט געקענט אן עצה גיבן ווייל כ'פארשטיי נישט די היברו ווערטער דארט. יעצט איז שוין געלונגן. א דאנק אייך.

פרישער » פרייטאג יולי 5, 2013 2:21 pm

· #131066
קאווע טרינקער
איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.


זיי וויסען אז מגלה זיין א ניק א א ערנסטע שאלה פון גילוי עריות

מאטי » פרייטאג יולי 5, 2013 3:04 pm

· #131072
קאווע טרינקער
בד"וו, כ'מיין ס'איז די חתם סופר.
איינער זאגט אז אין די ABC זעהט מען אפיקורסות: דורך די סדר האותיות OPQRS
אפשר איז לשון הקודש מילכיג צוליב די סדר "מלך"?

אין אידיש טיכל