לימוד חומש רש''י
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1750
לימוד חומש רש''י
לעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט
אביסעלע פארבעסערט
לעצטנס האט מיר געכאפט אן התעוררות איבער'ן לימוד חומש רש''י, איך האב אויפגעגעבן א שיעור כדי צו לערנען חומש רש''י
זייט דעמאלץ בין איך א נייע יוד, פשוטו כמשמעו
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטנס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי זי מיינט קריטיק צי קאמפלימענט)
די סיבה איז פשט ווייל מען זעהט דעם באשעפער דארט
דארט האט זיך אנגעהויבן יודישקייט
וואס רעדסט די, אידישקייט האט זיך אנגעהויבען דא אין אמעריקא.
וואס האסטו ליב חומש אדער רש"י?
יאך האב גראדע נישט ליב רש"י, רש"י טייטש נישט פשט, נאר דרש, און ועל כולם נעמט מען עס אהן פאר פשט. אבן עזרא איז פשט.
חומש רש"י איז אינטערסאנט, ס'איז שיין, ס'איז ציקער זיס, מ'קען קאסטן אלע מקצועות התורה, מ'ווערט א מיני-תלמיד חכם, א מיני-ידען,
איך בין פשוטו כמשמעו אבסעסט און פעסינעטעד מיט רש"י עה"ת,
זר זהבלעצטנס האט מיר געכאפט אן התעוררות איבער'ן לימוד חומש רש''י איך האב אויפגעגעבן א שיעור כדי צו לערנען חומש רש''י.
זייט דעמאלס? בין איך א נייע יוד פשוטו כמשמעו.
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטנס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי זי מיינט קריטיק צי קאמפלימענט)
די סיבה איז פשוט ווייל מען זעהט דעם באשעפער דארט.
דארט האט זיך אנגעהויבן יודישקייט
איך האב נאר "אביסעלע" פארבעסערט... ס'אל זיין פשוט ליינבאר. פאר א פולן מגיה ארבעט איז דא טשארדזש.
באב"ד, האט גע'מאכט א געוואלדיגען ארבעט "תורה ברורה"
אבער איך ווארט ארטסקרול זאל ארויסגעבען א חומש מיט א ביאור אזויווי די גמרא.
ביז דאן קען איך נישט לערנען חומש רש"י.
כ'האב זיי שוין געשיקט עטליכע בריוו וועגן דעם.
לערן אינעם חומש "שי למורא"
ניטאמאל חשוב צו גערעכנט ווערן פאר א פירוש.
ארטסקרול איז די בעסט!!!!!!!!!!!!
קאווע טרינקערבאב"ד, האט גע'מאכט א געוואלדיגען ארבעט "תורה ברורה"
אבער איך ווארט ארטסקרול זאל ארויסגעבען א חומש מיט א ביאור אזויווי די גמרא.
ביז דאן קען איך נישט לערנען חומש רש"י.
כ'האב זיי שוין געשיקט עטליכע בריוו וועגן דעם.
זיי האבן אזא ביאור אויף רש"י אין ענגליש, און א באזונדערע אויף רמב"ן.
ארטסקרול האט יעצט אנגעהויבן משניות, קוקט נישט אויס אז זיי וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף רש"י בקרוב
נאך א פשטארטסקרול האט יעצט אנגעהויבן משניות, קוקט נישט אויס אז זיי וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף רש"י בקרוב
יא, זיי כאפן נישט. (VS עוז והדר)
איחוד פעלדוואס רעדסט די, אידישקייט האט זיך אנגעהויבען דא אין אמעריקא.
וואס האסטו ליב חומש אדער רש"י?
יאך האב גראדע נישט ליב רש"י, רש"י טייטש נישט פשט, נאר דרש, און ועל כולם נעמט מען עס אהן פאר פשט. אבן עזרא איז פשט.
וואס די זאגסט וועגן רש"י איז אמת ויציב, דע רשב"ם שרייבט וועגען דעם, (בראשית ל"ז פ' ב' ) ער האט געפרעגט זיין זיידע רבי שלמה פאר וואס ער שרייבט נישט פשוט פשט? אין רש"י האט מודה געווען אז ער איז גערעכט, אין רש"י זאגט נאך צי, אויב ער וואלט געהאט צייט וואלט ער אויך אויך פשוט פשט געשריבן, למעשה ווען נישט רש"י וואס זיין עיקר פשט איז תשב"פ, וואלט מען פארשטאנען דע חמוש אזוי ווי ל'הבדל דע קריסטן דעם בייבל, א יעדע וואך איז דא א פסוק וואס דער פשוטער פשט איז פונקט פארקערט ווי חז"ל, (ווען מ'לערנט חז"ל זעט מען ווי גערעכט חז"ל זענען) אין וועגען דעם אבן עזרא ביסטו אויך גערעכט, זיין פשט איז מוראדיג, אויב מ'פארשטייט עס, בד'וו די פארשטייסט דעם אבן עזרא? ער שרייבט זייער קארטץ אין א שווער לשון, עס נעמט צייט צי כאפען זיין לשון אין ווען מפארשטייט וואס ער זאגט גיט דאס עפעס א זיסען טעם אין לעבען, אזוי ווי "באמת" האט פריער געגעשריבען, יא אידן, נעמטס ענק לערנען חומש רש"י נאר א האלבע שעה אין טאג, אין אפילו נאר איין פסוק אבער גיט פארשטיין דעם פסוק, וועט עטס מער נישט אזוי ציטערן פון באשעפער נאר ליעב האבן דעם באשעפער,י
מ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)
רש"י כפשוטו די בעסט קורץ און שארף
יהושע חייםמ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)
before Rashi's era
?
עכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין
קאווע טרינקעריהושע חייםמ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)
before Rashi's era
?
תיקו
סאיז זייער כדי איינציהאנדלען 'דעת מקרא' פאר איינער וואס וויל פשוטפשט.
איך האב גראדע ליב דער תורה ברורה איך לערן אדורעך יעדעס וואך גאנץ חומש מיט זיין ביאור.רשי נאר טאמער האב איך צייט.
מיר באדערט ווען איך זעה ווי ער לערנט דרש אלץ פשט, אבער וואס קען איך טוהן. דאס איז עס און פארטיג.
איין זאך יא, ער פאטשד אפ ביג טיים דער כי משמש בדלת לשונות. אויף אידיש איז נישטא קיין דלת לשונות, און ער פראבירט מיט אלע כוחות עס צו מאכען.
איך גיי זיך אנגארטלען מיט שטארקייט און זיך אויסגיעסען דאס קאפ
די רבי אין חדר פלעגט זאגען רש״י איז א סגולה צו יראת שמים און אז לערנען אלע טאג א פרשה חומש מיט רש"י פארשטארקט די אמונה פשוטה
פאר מיר ארבייט עס נישט אלץ, ווען איך לערן חומש רש"י ווערט מער שווער צענדליגע שאלות און כמה ענייינים נשגבים זענען אזוי היפך מיין דעת בעל בית אז עס איז געווען צייטען וואס עס האט געהאט די אפעסיט אפעקט
יענער וואך שבת האט זיך געשפירט כאילו פרשת בראשית האט פאסירט מיט דריי וואכן צוריק אפאר בלאקס אוועק? איינער דערציילט אז דער גאנצער מעשה פון אדם און חוה האט פאסירט אויף ערב פסח. איך האב געוואלט אריינפרעגן צי אדם האט נאך אלעדיקט באקן מצות. נאך איינער האט געזאגט אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח. מען האט געברענגט ראיות פון זייגערלעך אז בראשית איז פשוטו כמשמעו און געלאכט אויף די נערנים וואס קלערן אנדערש. און מען האט זיך געדינגן איבער קינס קרבנות.
אז איר ווילט אבער פארשטיין ווי מען מאכט ביי אונז א בראטל פון חומש, רש"'י, מדרשים, ילקוט מעם לועז און ספר הישר אז מען ווייסט נישט ווי איינץ ענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אן פרעגט אייך די פאלגענדע דריי שאלות:
1. וועלכע ביימער האט דער אייבישטער אנגעזאגט אדם און חוה אז זיי טארן פון זיי נישט עסן?
2. וועלכער פון זיינע זינען האט נח געשאלטן?
3. וועם האט אברהם געשיקט געפונען א פרוי פאר יצחק?
אז איר האט געענטפערט
1) עץ הדעת און עץ החיים, 2) חם, 3) אליעזר זייט מוחל און מישט אויף א חומש און געט א קוק.
1) גאט האט נאר אנגעווארנט אדם, פאר ער האט אפילו באשאפען חוה
2) כנען האט גאט געשאלטען, נישט חם
3) אברהם האט געשיקט זיין כנעכט טרעפן א ווייב פאר יצחק. ס’ שטייט נישט ווער.
אויף איינס און צוויי פארשטיי איך דער טעות. אבער דריי שטייט נישט אן אנדערע נאמען, עס שטייט עבדו זקן ביתו, סא סיז נישט עכט א מיסטעיק.
איחוד פעלדאויף איינס און צוויי פארשטיי איך דער טעות. אבער דריי שטייט נישט אן אנדערע נאמען, עס שטייט עבדו זקן ביתו, סא סיז נישט עכט א מיסטעיק.
גרעכט
a1b2יענער וואך שבת האט זיך געשפירט כאילו פרשת בראשית האט פאסירט מיט דריי וואכן צוריק אפאר בלאקס אוועק? איינער דערציילט אז דער גאנצער מעשה פון אדם און חוה האט פאסירט אויף ערב פסח. איך האב געוואלט אריינפרעגן צי אדם האט נאך אלעדיקט באקן מצות. נאך איינער האט געזאגט אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח. מען האט געברענגט ראיות פון זייגערלעך אז בראשית איז פשוטו כמשמעו און געלאכט אויף די נערנים וואס קלערן אנדערש. און מען האט זיך געדינגן איבער קינס קרבנות.
אז איר ווילט אבער פארשטיין ווי מען מאכט ביי אונז א בראטל פון חומש, רש"'י, מדרשים, ילקוט מעם לועז און ספר הישר אז מען ווייסט נישט ווי איינץ ענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אן פרעגט אייך די פאלגענדע דריי שאלות:
1. וועלכע ביימער האט דער אייבישטער אנגעזאגט אדם און חוה אז זיי טארן פון זיי נישט עסן?
2. וועלכער פון זיינע זינען האט נח געשאלטן?
3. וועם האט אברהם געשיקט געפונען א פרוי פאר יצחק?
אז איר האט געענטפערט
1) עץ הדעת און עץ החיים, 2) חם, 3) אליעזר זייט מוחל און מישט אויף א חומש און געט א קוק.
1) גאט האט נאר אנגעווארנט אדם, פאר ער האט אפילו באשאפען חוה
2) כנען האט גאט געשאלטען, נישט חם
3) אברהם האט געשיקט זיין כנעכט טרעפן א ווייב פאר יצחק. ס’ שטייט נישט ווער.
בשם אמרו?
<a class="postlink" href="http://www.facebook.com/katlekanye/posts/10151212717547068">http://www.facebook.com/katlekanye/post ... 2717547068</a>
צדיקלעכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין
אמת. רשב"ם האלט זיך צום פשוט פשט פונעם טעקסט מיט א עקשנות. דעריבער איז ער טאקע מער קאנטראווערסיעל. אויך איז דא ווייניג רשב"ם.
אביסעל שפעט אבער לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט צו מיין ווארט...
"ויקרא שמו נח לאמר זה ינחמנו ממעשינו ומעצבון ידינו" (בראשית ה´ כ"ט), פשטות טייטשט רש״י אז עס גייט ארויף אויף די אקער אייזן וואס נח האט ערפינדען וואס האט פיל גרינגער געמאכט דאס לעבן, מיר איז איינגעפאלן בשעת׳ן לערנען אז עס גייט ארויף אויף די וויין וואס נח האט ערפינדען. א מענטש איז נאך א טאג ארבעט געהארגעט און צובראכן ״ממעשיו ומעצבון ידיו״ איז דא עפעס א בעסערע ״זה ינחמינו״ פון א פיין גלעזעל משקה?...
a1b2אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח.
פארשידענע שיטות דא דערויף וואס דער עת הדעת איז געווען,
חטה, אתרוג, תפוח, ענבי גפן, און לויט מאנכע איז עס געווען ווי ביי די מן אז מען האט געשפירט אלע טעמים דערין.
אגב, אתרוג וואקסט פסח צייט אויך, איז וואס איז די פראגע?
איך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.
ביי די מעשה פון סדום שטייט אז לוט האט געבעטן די מלאך/ה', אז ער זאל איהם לאזן גיין קיין צוער, אנשטאט אנטלאפן ביז אברהם. למעשה האט דער מלאך געזאגט איך גיי דיך דעס אויכט נאכגעבן, אבער ער זאגט איהם אָן - מַהֵר הִמָּלֵט שָׁמָּה כִּי לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה, אייל דיך צו ווייל איך קען גארנישט טוהן [איבערדרייען סדום]ביז די קימסט אָן אהין [צוער].
דערציילט די נעקסטע פסוק הַשֶּׁמֶשׁ יָצָא עַל הָאָרֶץ וְלוֹט בָּא צֹעֲרָה. ווען עס איז געווען די נץ החמה דעמאלטס ערשט איז לוט אנגעקומען קיין סדום.
קימט דער נעקסטע פסוק און זאגט אינז אז וַיהוָה הִמְטִיר עַל סְדֹם וְעַל עֲמֹרָה גָּפְרִית וָאֵשׁ מֵאֵת יְהוָה מִן הַשָּׁמָיִם.
זאגט רש''י אז וה' המטיר איז נישט קיין המשך מיט די פריערדיגע פסוק השמש יצא על הארץ, נאר עס איז שוין געווען ביי די עלות השחר.
וואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז וה' המטיר איז געשעהן ביי די עלות און לוט איז אנגעקומען צו צוער ביים נץ ווען ווען די מלאך האט איהם געהאט געזאגט אז לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה?
chosen peopleאיך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.

עי' במלבי"ם ביאור רחב ומבורר
די מהפכה איז נאכגעגאנגען לויט'ס פיסטריט, און דארט ווי ער איז שוין פאריבער איז שוין געווען אש וגפרית.
ישר כח, פאר די מראה מקום מיר וועלן עס נאך קוקען.
פארשטייסט נישט אליינס אז די זמנים אין וויזניץ און סאטמאר זענען אנדערש?
אז מען רעדט וועגן לערנען חומש מיט רש"י וויל איך נאר צוגעבן אז כדי צו פארשטיין ריכטיג און מיט מער עמקות די ווערטער פון רש"י הק' איז זייער וויכטיג נישט אדורכצולאזן און פרובירן פארשטיין די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט צו...!
Re: לימוד חומש רש''י
לויט רש"י איז געווען דא צוויי זאכן:
א. פסוק כד - המטרת גפרית ואש מן השמים.
ב. פסוק כה - הפיכת סדום כפירוש רש"י - הפיכת הסלע שמתחתיהן.
ויש לומר אז פסוק כד האט דער מלאך נישט געטון, כלשון הפסוק: וה' המטיר - הוא ובית דינו - מאת ה' מן השמים, נאר פסוק כה וואו ס'שטייט ויהפוך, און ס'שטייט נישט ווער, דאס האט דער מלאך געמאכט. וכן מדויק לשון המלאך: לבלתי 'הפכי'.
לפי"ז יש לומר אז די גפרית ואש איז געווען ביים עלות, און דער הפיכה ערשט שפעטער ווען לוט איז אנגעקומען קיין צוהר. וגם מסתבר אז מ'האט געדארפט געבן אביסל צייט פאר די אנשי סדום צו מאכן דעם חשבון און איינזען אז זייערע געטשקעס זענען גארנישט ווערד, און נישט הרג'נען אויפן פלאץ.
רש"י
אפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"
וועלכע רש''י?
באמתלעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט
אדער קען זיין אז די התעוררות וואס האט דיר געמאכט לערנען חומש רש"י האט דיר אויך געמאכט מער ערליך און לערנען חומש רש"י איז נישט די גורם. "Correlation does not mean causation"
ברוך שאמראפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"
רש"י האט געוואוינט אין פראנקרייך, אין איך ווייס נישט אויב ער איז בכלל געווען אמאל אין ארץ ישראל.
אויב דו מיינסט צו זאגן ברוח הקודש נאמרה, איז די מקור די של"ה הק' אין מסכת שבועות.
וראוי לציין על מש"כ רש"י בעצמו ביחזקאל במאמר המוסגר (מב, ג) ואנ''י ל''א היה ל''י ל''א ר''ב ול''א עו''זר בכ''ל הבני''ן הזה אל''א כמ''ו שהראוני מ''ן השמי'ם.
א מראה נגע אן קיין סימן טומאה, ואחר הסגר שבוע, נתקטן הנגע אבל לא כהה, האם זה סימן טהרה או סוגרין אותו שנית? (וכמובן שאיני מדבר אם נתקטן לפחות מכגריס)
(@ליטוואק פון בודאפעסט? איך ווייס נישט ווער נאך איך קען טעג'ן פאר א תורה אשכול..)איך וויל פרעגן ביי אלע צאדיקים ועל החסידים און אלע גרויסע צולייגערס דא. מ'זאלל מיר איבערטייטשן אויף אידיש טייטש דעם פסוק..."ולא תלין פעולת שכיר"...יעצט וועט עטץ אלע לויפן אריינקוקן אין רש"י...!