☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » א וואך פון כינוסי כלל ישראל אין אייראפע - אפדעיטס/לינקס

א וואך פון כינוסי כלל ישראל אין אייראפע - אפדעיטס/לינקס

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1735

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:42 pm

· #42119
א וואך פון כינוסי כלל ישראל אין אייראפע - אפדעיטס/לינקס
ס'האט זיך אנגעהויבן אין אמעריקע און ס'גייט איצט אריבער קיין אייראפע, אנגעהויבן מארגן אין מאנטשעסטער ענגלאנד.
רעדנער אין מאנטשעסטער: ר' אברהם שארר, ר' שמואל דישון; דיין ר' גבריאל קרויס שליט"א.

לאנדאן
דינסטאג קומט פאר די מעגא עצרת כינוס כלל ישראל אין לאנדאן הבירה וואו ס'ווערט ערווארטעט צענדליגער טויזענטער אויך פון אנדערע שטעט איבער יוראפ. האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן, אזוי אויך קומט צו פליען האדמו"ר מראכמאסטריווקא פון אר"י.
אורחי הכבוד: גאב"ד אנטווערפן און גאב"ד מאנטשעסטער.
נואמי הכבוד: רבי שמואיל דישון, ר' אברהם שארר שליט"א.

אנטווערפן -- וויען
מיטוואך וועלן פארקומען 2 כינוסים. איינס אין אנטווערפען און איינס אין וויען. אין אנטעווערפן וועט עס פארקומען סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען אין צוויי באזונדערע לאקאציעס. פאר די מענער אין זאל פון בית רחל, פאר די פרויען אינעם האל נשי אגודת ישראל. נואמי הכבוד: ר' שמואל דישון, גאב"ד אנטווערפן, הרב שארר, ר' נחמיה גאטליעב.

ציריך
דאנערשטיג וועט פארקומען א כינוס אין שווייץ. נואם הכבוד: ר' שרגא פייוול זימערמאן.
------------------------
ס'דא קאנפילקטינג באריכטן איבער די קלענערע כינוסים אויף פונטקליך ווען ס'קומט פאר. אויב ווייסט איינער אנדערש, פליז אפדעיט עס דא.
ווי אויך זאל מען לייגן דא לייוו לינקס צו קענען מיטהאלטן, און כסדר'דיגע אפדעיטס פון קאווע לייענערס משתתפי הכינוסים.

ויה"ר אז דער אינטערנעט זאל אינטערגיין איין מאל פאר אלעמאל! ומלאה הארץ דעה.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:03 pm

· #42122
האסט נישט באריכטעט פון טאהש?

און דיין ברכה אז דער אינטערנעט זאל אינטערגיין פארשטיי איך נישט, וצ"ב.

======

הוספה,
יעצט זעה איך אז דו באריכטעסט נאר פון "אייראפע".
ועמך הסליחה.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:09 pm

· #42124
ס'איז א ברכה שאינו מצויה להתקיים... אבער וואונטשן מעג מען.
------------
מיטוואך קומט פאר אין טאהש קודש.

גינות » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:50 pm

· #43418
כינוס כלל ישראל בלונדון
אלפי יהודים התאספו בכינוס כלל ישראל בלונדון

hatzibur.co.il/%d7

גינות » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:24 am

· #43453
תמונות של כינוס כלל ישראל בלונדון

על המחיה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:09 am

· #43456
זר זהב
האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן‎


דע סקולענ'ער רבי שליט"א איז למעשה נישט געפארען

על המחיה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 7:20 am

· #43474

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:46 pm

· #43581
על המחיה
זר זהב
האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן‎


דע סקולענ'ער רבי שליט"א איז למעשה נישט געפארען

נאך א מזל ווייל איך האב געהערט אז הרב דוננער האט אויפגעריפן סקולענער רבי'ס זוהן אלס פארטיגאלער רב...

על המחיה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 7:18 pm

· #43763
אנטווערפען

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:01 am

· #43891

שעפטל » פרייטאג מאי 3, 2013 12:36 pm

· #111604
ל"ג בעומר איז פארגעקומען א סעודת הילולא אינעם סאטמאר'ן (מהר"א) בית המדרש אין אנטווערפן, ווי ס'האט אויך אויפגעטרעטן העסקן הרב ישראל משה דירנפעלד שליט"א מראשי העסקנים בק"ק שיכון סקווירא
📎 x9q2_AntLB733.jpg
📎 x9q2_AntLB734.jpg
דא קענט איר ליינען זיין דרשה
דרשת הרב ישראל משה דירנפעלד שליט"א

ר' שמחה » דינסטאג מאי 7, 2013 6:23 pm

· #112817
ישראל משה מיט נחמיה, מצא מין את מינו.