☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בעלזער רבי ביים ליבאביטשער רבי

בעלזער רבי ביים ליבאביטשער רבי

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1728

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:33 pm

· #41927
די אלע פאלשע רבי'ליך האבן זיך זייער שטארק דערשראקן פונעם בעל ויואל משה'ס 'נשתכח דרך הבע"ש'. ווייל דאס איז ממש א סתירה צו זייערע תאוות פון פירן טישן און פון איינרעדן זייערע חסידים אז זיי פליען אין די הימלען.
אזוי קלער איך.

שמיטה » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:31 pm

· #41952
זר זהב
די אלע פאלשע רבי'ליך

וואס זענען די סימנים, ווער איז א פאלשע רבי און ווער א עכטע?
למשל, דיין רבי שליט"א איז א עכטע רבי?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:30 pm

· #41964
איך האב נישט קיין רבי.

נחום » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:32 am

· #42038
זר זהב
די אלע פאלשע רבי'ליך האבן זיך זייער שטארק דערשראקן פונעם בעל ויואל משה'ס 'נשתכח דרך הבע"ש'. ווייל דאס איז ממש א סתירה צו זייערע תאוות פון פירן טישן און פון איינרעדן זייערע חסידים אז זיי פליען אין די הימלען.
אזוי קלער איך.

וועמען מיינסט די מיט "די אלע פאלשע רבי'ליך ..."

ווער זענען זיי?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:37 am

· #42041
קוק אין איינע פון די בילדער מאגאזינען ותמצא נחת

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:50 am

· #42047

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:31 am

· #42070
נאר איך פארשטיין נישט די שייכות פונ'ם טעמע צום תוכן האשכול?

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:13 pm

· #86153
דער בעלזא רב למען השלום נוצט דער ענין פון גיוס בני הישיבות צו מאכען שלום מיט דער עדה החרדית, עס זענען שוין שליחים פון איינעם צום צווייטען, פון דער בעלזא רב און רבי טוביה ווייס גאב"ד ירושלים.

פיינע קאווע » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:20 pm

· #86154
איך ווייס נישט פון קיין שלוחים צווישען ר' טובי ווייס מיטן בעלזא רבין. איך ווייס אבער יא אז ר' טובי ווייס דער ירושלימער רב שליט"א איז שטארק צובראכן אז די חרדים פון ירושלים האבן אפגעגעבן 18000 מער שטימען אין די פארלאפענע בחירות פון פאריגע. ער איז שטארק אנגעווייטאגט. ער האט זיך שוין אפגערעדט פאר אפאר ידידים.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:44 am

· #86246
שיק א שליח און פרעג דעם גאב"ד צו ווען ער איז געווען דיין אין גער האט עס עם אויך געבאדערט? אין אנדערע ווערטער שנייד די קרעפל.

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:14 am

· #86289
איך אויך
שיק א שליח און פרעג דעם גאב"ד צו ווען ער איז געווען דיין אין גער האט עס עם אויך געבאדערט? אין אנדערע ווערטער שנייד די קרעפל.

דאס זעלביגע האט מען געפרעגט אויף דער 'מנחת יצחק', וואס האט לפנים באלאנגט צו דער אגודה אין געוועהן פון אירע הויפט רבנים אין מאנצסטער.
אבער ווי אזוי האט האט דער סאטמאר רבי געזאגט?
א קנאי קען מען ווערן איבער נאכט, אבער א תלמיד חכם נישט.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:17 pm

· #86324
ביי דער מנחת יצחק'ס הכתרה האט מען געזינגן התקוה. דאכט זיך ער האט באלאגנט ביי די שטאטישע אלגעמיינע קהילה (בתוכם מעבערס מחללי שבת) און נישט צו אגודה.

זלמן זאפיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:24 pm

· #86375
פיינע קאווע

לול ++++