☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » איבער די גניבות אין די לעצטע צייט

איבער די גניבות אין די לעצטע צייט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1726

איחוד פעלד » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:13 am

· #41840
איבער די גניבות אין די לעצטע צייט
ווי באקאנט איז פארגעקומען גניבות אין בארא פארק דורך איינער וואס איז פשוט געגאנגען פין הויז צו הויז און געגאנבעט די זילבער.
געכאפט האט מען אים דורך פאסטער סיינס וואס שומרים האט אויסגעלייגט אין די גאסען און א שכן וואס האט דערקענט דעם גנב האט אים ארויסגעגעבען.
יעצט האלט מען לאחר המעשה, און דער גנב איז ארויס אויף הונדרעט טויזענט דולער בעיל.
דער זילבער איז קוים צוריק געקומען.

ווי איז די זילבער אהין געקומען?


די באקאנטע מנורה וואס מען זעהט אויף יוטוב ווי ער גנב'ט האט מען געטראפען נישט מער נישט ווייניגער נאר אויף זעכצענטער עוועניו אין די איסטערען סילווער געשעפט.

די מנורה איז ווערט צוואנציג טויזענט דולר און פארקויפט האט ער עס פאר דריי טויזענט דולר צו דער געשעפט.

שטעלט זיך א מורא'דיגער פראגע.

וואס גייט דא פאר.

קומט אריין א מענטש אין זילבער געשעפט און דער געשעפט קויפט געגאנבעטע סחורה, און גארנישט?
דער געשעפט ליידט נישט אויף דעם נישט קיין שום פראסעקיושען?
וואיונען מיר אין א אומבאשיצטע סאסייעטי?

א געשעפט ווי איסטערען וואס מען האט געכאפט, דארף לכל הפחות פארמאכט ווערען דורך די גאווערנמענט למען ישמעו וייראו, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווען זיי האבען נישט ווי צו פארקויפען די סחורה, גנבעט מען נישט.

איחוד פעלד » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:16 am

· #41842

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:07 pm

· #41863
אויב סאיז אמת ואס דו זאגסט ביזטי גערעכט מדארף זיך אראפלאזען און אריינשטורעמען אין איסטערען סטאר

נס קאווע » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:34 pm

· #42116
ביי לאו מעג מען נישט קויפן פונקטליך וואס מען דארף האבן ווייס איך נישט אדער א סערטיפיקאט צו פארקויפן אדער א רעסיט וואו דו דו האסט עס געקויפטת איך ווייס נאר אז פון צייט צו צייט טעסטן זיי מענטשן זיי גייען אראפ און פארקויפן און טאמער דו קויפסט פון זיי דארפסטו מיט גיין מיט זיי

נפתלי » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:21 pm

· #42144
נס קאווע
ביי לאו מעג מען נישט קויפן פונקטליך וואס מען דארף האבן ווייס איך נישט אדער א סערטיפיקאט צו פארקויפן אדער א רעסיט וואו דו דו האסט עס געקויפטת איך ווייס נאר אז פון צייט צו צייט טעסטן זיי מענטשן זיי גייען אראפ און פארקויפן און טאמער דו קויפסט פון זיי דארפסטו מיט גיין מיט זיי

לא זכיתי להבין

נס קאווע » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:41 pm

· #42148
לויטן געזעץ (מיינעך) מעג מענישט קויפן נאר פון א לייסענסד האלסעילער, אולי טאמער דער פארקויפער האט א רעסיט וואו ער'ט עס געקויפט מעג מען אויך
עובדא שמעתי אז מ' האט אריינגעשיקט איינעם פארקויפן פאר א זילבער געשעפט און יענער האט אפגעקויפט טון מ' האט איהם ארעסטירט

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:02 pm

· #42555
אז מ'רעדט שוין פון גניבות, וויל איך פארשטיין פארוואס ביי מיר אין קאפ פיל איך זיך אזוי זיכער, אז אין מיין הויז וועט מען נישט איינברעכן?
ס'דא א פעסיכלאגישן הסבר?

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:03 pm

· #42556
יעדער פיהלט אזוי! ביז... ער ווערט בא'גנב'ט!

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:25 pm

· #42571
אוי, אל תפתח פה

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:37 pm

· #42641
וואס איז דער עצה דערצו? אויסקריצן די נאמען אויף אלע זילבער און צירינג, אדער לייגען א סוירוועילענס סיסטעם?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:38 pm

· #42643
קויפן א פולישע גארטעל (לעצטנעס עדווערטייזט)

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 5:17 pm

· #42743
נס קאווע
לויטן געזעץ (מיינעך) מעג מענישט קויפן נאר פון א לייסענסד האלסעילער, אולי טאמער דער פארקויפער האט א רעסיט וואו ער'ט עס געקויפט מעג מען אויך
עובדא שמעתי אז מ' האט אריינגעשיקט איינעם פארקויפן פאר א זילבער געשעפט און יענער האט אפגעקויפט טון מ' האט איהם ארעסטירט

ווען ס'געשעט ח"ו פילט מען שןוי נישט.