☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עדווייס פאר אייער ווייבס ברוכים הבאים

עדווייס פאר אייער ווייבס ברוכים הבאים

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1723

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:22 am

· #41745
עדווייס פאר אייער ווייבס ברוכים הבאים
הכנה פאר די אלע וואס פארן ארויס אויף שבת אין ברענגן אהיים די ווייבער פון קאנטרי.

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:25 am

· #41746
1) געבן א מאך די בעט. מוז נישט אזוי שיין און פונקליך. אבער כאטש אויסגעשאקלט.
2) ארויסטראגן די נעגל וואסער.
3) אראפנעמן פון טיש די אלטע סאפערס און געניצטע קאפס.
(אזוי אויך ארויסנעמען אלע צוגעגרייטע עסן פון פריזער און ארויסווארפן).
4) פארפאקן די ציגערטל שאכטלן.
5)פארלירן אלע אנגעזאמעלטע מאגאזינען.
6) מאכן זיכער עס איז נישטא קיין רעסיטס אין די לעדלעך אדער טאשן.
7) אראפנעמען די ליידיגע פעשעלעך ביר פונעם טיש.
8) נישט פארגעסן די גרויסע ברוכים הבאים סיין.

gehlungen » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:01 am

· #41753
אייגענארטיג
1) געבן א מאך די בעט. מוז נישט אזוי שיין און פונקליך. אבער כאטש אויסגעשאקלט.
2) ארויסטראגן די נעגל וואסער.
3) אראפנעמן פון טיש די אלטע סאפערס און געניצטע קאפס.
(אזוי אויך ארויסנעמען אלע צוגעגרייטע עסן פון פריזער און ארויסווארפן).
4) פארפאקן די ציגערטל שאכטלן.
5)פארלירן אלע אנגעזאמעלטע מאגאזינען.
6) מאכן זיכער עס איז נישטא קיין רעסיטס אין די לעדלעך אדער טאשן.
7) אראפנעמען די ליידיגע פעשעלעך ביר פונעם טיש.
8) נישט פארגעסן די גרויסע ברוכים הבאים סיין.

You forgot the MAIN not to forget to throw out the garbage bag lol

דבילה » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:47 am

· #41764
און 'שטייטזיך נישט פארגעסן אויסגיסן די נעגלוואסער... אשפג

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:58 am

· #41766
דבילה
און 'שטייטזיך נישט פארגעסן אויסגיסן די נעגלוואסער... אשפג

איך אגרי אין עס איז טאקע אין די ליסטע.

דבילה » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:06 am

· #41769
אייגענארטיג
דבילה
און 'שטייטזיך נישט פארגעסן אויסגיסן די נעגלוואסער... אשפג

איך אגרי אין עס איז טאקע אין די ליסטע.


גערעכט... אבער די אלע קליפות וואס זאמלען זיך אן פון די טעגליכע נעגלוואסער איבערבלייבעניש פארלאנגן א דאפעלטע דערמאנונג!

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:05 am

· #41796
אויפהייבען אלע זאקען וואס זענן ציווארפען איבערן שטיב

Espresso » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:38 am

· #41804
אוועק נעמען די טישא באקס פון די קאמפיאטער דעסק, דיליטן די היסטערי.

גאלד » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:46 am

· #41805
ארויסלייגן 2 גמרות אויפן דיינינג רום טיש

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:01 am

· #41831
די לעצטע 2 גייען אריין אין גדר פון טשידן..?
דו מיינסט אז דיין ווייב גייט מיינען אז פונקט יעצט זומער האסטו פלוצלינג ארויסגענומען גמרות פון שאנק צום ערשטן מאל? און פונקט דאס האסטו "פארגעסן" צוריקצולייגן אין די אדער-ווייז אויפגערוימטע הויז?

קורץ און שארף » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:32 pm

· #41900
איך האב באקומען די ליסטע אין עטליכע טעקסט מעסעזשעס [בב"מ]. איז קאווע שטיבל טאקע דער מקור? אדער דא איז אויך נאר א פעיסט?

Shmilly » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:57 pm

· #41911
Unfortunately i have to write this
Don't forget to clear your web history

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:59 pm

· #41913
Shmilly
Unfortunately i have to write this
Don't forget to clear your web history

כבר קדמך עספרעסוי.
Espresso
אוועק נעמען די טישא באקס פון די קאמפיאטער דעסק, דיליטן די היסטערי.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:19 pm

· #41920
וואס טראכט א מענטש (וואס קען טשעקן היסטארי) און זעהט אז אלעס איז ליידיג?

Shmilly » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:19 pm

· #42142
וואס טראכט א מענטש ווען ער קוקט איינעמס היסטערי און ער זעהט אז דער יצר הרע האט אים פארכאפט ?

איך האב אמאל געהאט איינעמס סעלל און געזען אז סאיז צרות.... שפעטער האב איך געטראכט אז ער איז נאר א מענטש, יעדער האט ירידות און עליות


אבער ביי א ווייב איז נישטא קיין תירוצים,

סא פאר איר בארגט אוועק אייער לעפטאפ אדער סעלל גיט עס א כשר אפ (איך זאג אליין ווען איינער וויל זעהן מיין אייפאד טאטש, איין מינוט איך דארף קלינען די היסטארי) בדרך מליצה

גאלד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:09 am

· #143728
ארויפגעברענגט צוליב איר אקטועלקייט

גאלד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:37 am

· #143731
a woman once complained
the only thing my husband cleans in the house is the browser history

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:19 pm

· #143917
האמער זיך טאקע איינגעהאנדעלט אן ערל'טע פאר מארגן, ס'ווייב וועט זיין אין שאק ווי גוט כ'האב געהאלטן דעם הויז...

I'm back » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:00 pm

· #143929
וואס האט דיין ערל'טע מיט האלטן די הויז שיין?

גאלד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:07 pm

· #143935
א נקבה איז נישט קיין ערל זי איז נולד מהול

אביגדור » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:58 pm

· #143967
ויראת מאלקיך וגו'