מאָצל נֹחַ טויב זאָגט קַדִישׁ הַגָדוֹל
מאָצל נֹחַ טויב זאָגט קַדִישׁ הַגָדוֹל[/b][/size]
*פד"ף בייגעלייגט
טייערע קאַווע־שטיבל ברידער,
די פאַרגאַנגענע וואָך האָב איך געהאַט די זכיה צו פאַרברענגען אין קאָנטרי מיט רַפְרָם בַּר פָּפָּא'ן — אַבָּא מָרִי און סוּרְחָב זענען אויך דאָרט געווען. א פּלאַטשיגע שקיעה האָט געהויערט מיט א גרימצאָרן איבער די פוילע באָנגלעך אָנגעפּאַרעט מיט טאָקסישע גאַזן פון אבלוֹת־רכילוֹת, נאָר די פָּפָּא־ברידער האָבן דאָרט געוואַרט אויף שפּילקעס שוין פון אינדערפרי. זיי האָבן אָריגינעל געהאַט פאַרשטאַנען אַז מ'פאַרבעט זיי אויף אַן אֲרִיסְטוֹן … גאָרנישט קיין מילדע מיספאַרשטענדעניש ... די גוטע נייעס: ר' שייע בן ר' משה האָט זיכער געמאַכט אָפּצוליפערן אַהין נעקסט־לעוול פרעס — וואָסאַ חילוק אֲרִיסְטוֹן אָדער סיום?
לְמִפְלַח פּוּלְחַן פּוּלְחָנָא
[/b]
מ'האָמיר פילאָזאָפירט איבער כלערליי אינהאַלטרייכע און "פּאָליטיקלי־אינקאָרעקטע" טעמעס. מ'האָט ערגעצוואו אָנגעהויבן דיסקוטירן די ווייטגרייכיגע אימפּליקאַציעס פון "אָנוּ־vs־הֵם." מ'האָט די קאָנטראָווערסיעלע דיכאָטאָמיע ערשט דעמאָנסטרירט מיט מַשְׁכִּימִים, פון דאָרט איז מען אַריבער צו עֲמֵלִים, און איינמאָל מ'האָט זיך אַריינגעקייקלט צו רָצִים האָט שוין נישט גענומען לאַנג ביז די לופט האָט זיך גענומען צאַפּלען מיט דער אימה פון יוֹם־הדין. דער סקרוך פון פּוּלְחָנָא נוּכְרָאָה האָט נאָך אפילו נישט געענדיגט דורכשניידן די ביינער, און טראַך — פּוּלְחָנָא דִשְׁמַיָּא, להבדיל, שמייסט אַריין אינעם צווייטן טורעם.
דער פּחד וואָס אַן עסאָטעריש אַראַמיש שלאָגט אַריין אין א חסידיש בינטל נערוון קען אפילו דער וּנְתַנֶה־תֹּקֶף נישט באַווייזן. ווי ווייניגער מ'פאַרשטייט דעם פּירוש־המילוֹת, אַלץ ווילדער די גענדזענע הויט. מ'הערט דונערן, מ'זעט בליצן, מ'קען שוין אפילו שמעקן די נאַסע זאָקן פון די כמורעס, נאָר די קישקעס ווייסן נאָך אַלץ נישט וואָס ס'גייט פאָר — שׂרפים און חיוֹת יאָגן זיך מיט א געפּילדער? ר' שמעוֹן טומלט אין זיין הייל? פייערדיגע קאַרעטעס קריכן ווערטיקאַל? שדים אינוואַדירן ס'בית־הקברוֹת? פּמליא־של־מעלה פאַרגינט נישט? גלגולים שוועבן נידריג? מ'אַנולירט נדרים? שוֹפרוֹת שאַלן? שׂטן קטרוג'ט? כּף־הקלע? בלעק־האָולס? גוֹג־ומגוֹג?
אַבָּא מָרִי קנאַקט מיט די פינגער, כּלוֹמר, מ'מוז זיך אויפשטעלן צום קדיש; סוּרְחָב, וועלכער טראָגט א קוטשמע אפילו זומער, שאָקלט צו מיט איינשטימיגע גרימאַסן — ער האָט זיך פאַרבונדן א גאַרטל בלויז לכּבוֹד דעם קדיש. נאָר רַפְרָם, וועלכער איז עוֹסק אַביסל אין קירוב, נייגט אַזוי זייטיג מיט דער האַנט אַז מ'קען בלייבן זיצן, כאָטש וואָס ער גופא שטעלט זיך דווקא יאָ אויף. כ'קוק אַרום צווישן עוֹלם זיך צו איבערצייגן צי איך בין טאַקע דער איינציגער אויבער־חכם וואָס איז געבליבן זיצן — ספּוילער: איך בין שוין דער איינציגער אויבער־חכם זינט כּיתּה ד'.
מיינע אויערן הייבן אָן גליען און פייפן ווי נאָך א הילכיגן פראַסק. כ'קען אַליין נישט מחליט זיין צי מחמת בושה, אָדער אפשר פיבער איך סתם אַזוי. כ'שפּיר געוויס די וואָג פון פאַראַכטליכע אויגן וועלכע הענגען אויף מיין אייזל — אפשר שטעל איך מיך אויף און שלוֹם־על־ישׂראל?
נע! כ'גראָב ליבערשט אַריין מיין האַנט אין בוזעם, און כ'שלעפּ אַרויס, בפרהסיא, דעם סמאַרטפאָן אין וועלכן כ'האָב שוין אויף כּמעט א טאָג נישט אַריינגעבליקט אויסן רעספּעקט פאַר פרומע אידן און מיין אייגן פּסיכיש געזונט. דער פאַרברעך איבער וועלכן מ'וועט זיך קאָכן הינטער מיין רוקן, ווייס איך שוין, וועט מער נישט זיין דאָס גרינגשעצן דעם קדיש — קם ליה בדרבה מיניה. דער פערד וואָס איך בין. כ'האָב בידים פאַרוואַנדלט א מיסדעמינאָר פון זיצן ביי קדיש אין א פעלאָני. לכאוֹרה טאַקע א נאַרישער שריט, אָבער א קשיא אויף אַן אימפּולס.
כאָטש האָב איך אַוועקגענומען בייסיגע ספיקוֹת. אַנדערש וואָלט מען זיך געוואנדערט: "פון וואו קומט צו אים אַזאַ קלות? אפילו קיין אָמֵן האָב איך אים נישט געזען ענטפערן." איצט ווייסן אָבער אַלע אַז דער סמאַרטפאָן איז שולדיג: "נעוואַדע פאַרמאָגט ער אַזאַ קאַלטקייט צו יעדן דבר שבקדושה, דען א וואונדער?"
יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן[/b]
די פּמליא־של־מטה סומאַטאָכעוועט שוין אין יעדן ווינקל פון טעלעפאָן איבערן לעצטן נִצְחוּ פון פּמליא־של־מעלה: "קאַווע־שטיבל בייסט דאָס שטויב!"
חברים וידידים פּישן אַריין הספּדים מיטן גאַנצן זויערן פּאַטאָס פון יִרְמְיָהוּ הַכֹּהֵן. עוֹלם נעמט זיך אָנוואַרעמען אויפסניי די אומשטערבליכע קלישעען וואָס מ'שלעפּט אַרויס פון חברה־קדישא'ס ווי־איי־פּי פריזער: קרוינען, שיפן, קאַסטנס, שיינקייטן, טאָטס־ענד־פּרעיערס, חבל־על־דאבדין, נעווער־עגען, אוֹי־מָה, אוֹי־מֶה, אוֹי־נָא, אוֹי־לָנוּ, אוֹי־נָא־לָנוּ, און נאָך האַנט־געקליבענע בריליאַנטן פון אֵיכָה, אגדה, און אידישער ליטורגיע. אַלע "אוֹי" פון לשוֹן־הקוֹדש און אַלע "וַי" פון אַראַמיש שמעלצן זיך אַריין אויף א סינערגיסטיש "אוי וויי" אונטערן מעלאַנכאָלישן כּל־הנערים טלית פון אידיש.
"ס'קרעמלט זיך א קרעמל!" גרילצן שוין מיט פרישע הכתּרוֹת די שטומפּיגע לייוו־הוקאַפּ ספּיקערס פון לוויה.
א הייפל פורסט־עיד רעספּאָנדער איז איבערצייגט אַז מ'קען נאָך, מ'זאָל נאָך, און מ'מוז נאָך אויפקומען מיט א נייער סטראַטעגיע אַריינצושליידערן דעם גוסס'דיגן פיש צוריק אין וואַסער אַריין.
דער כּ' פון וְלִבְכֹּתָהּ באָמבלט ביי יעדער נאָז אין אַן אַנדער סייז און מיט אַן אַנדער פּשט. מאַנכע פרעגן וואָס איך זאָג; כּאילו כ'בין עפּעס א הוֹגה־דעוֹת, און כּאילו ס'איז אפילו דאָ א סך וואָס צו זאָגן. כ'בין אָבער פאָרט א מיטגליד אין שטיבל שוין פאַר באַלד א טוץ מיט יאָרן — גאָרנישט קיין וויץ — איז נאַט אייך מיינע צוויי צענטן גראָד אין דראַמע־פּושקע אַריין:
איך בין אויף דער זייט פון רַפְרָם בַּר פָּפָּא'ן. איך זאָג צום סיום פון קאַווע־שטיבל וואָס כ'זאָג צום סיום פון א מסכת: הַדְרָן עֲלָךְ קאַווע־שטיבל, וְהַדְרָךְ עֲלָן … איך בין נישט מספּיד קאַווע־שטיבל פּונקט ווי איך בין נישט מספּיד מסכת בבא־קמא. דער סיום פון קאַווע־שטיבל, גענוי ווי דער סיום פון א מסכת, באַדייט נישט קיין סוֹף אָדער טויט — דער סיום צייכנט אָפּ א טראַנספאָרמאַציע. דער סיום איז דער עוואָלוציאָנערער פּראָצעס וואָס שטעלט אַראָפּ דעם פונדאַמענט פאַר ווייטערדיגע באַרייכערונגען און דערגרייכונגען.
קאַווע־שטיבל איז א נשמה, נישט קיין גוף; קאַווע־שטיבל איז א סאָפטווער, נישט קיין וועבזייטל. קאַווע־שטיבל איז א פילאָזאָפיע וואָס האָט רעוואָלוציאָנירט די אינטעלעקטועלע נעטוואָרקינג אינערהאַלב דער היימישער געזעלשאַפט. די נשמה פון קאַווע־שטיבל באַגרעניצט זיך נישט צום גראַפישן אינטערפעיס פון תּכלת־ולבן אויף א זייטל געטריבן דורך טעכנאָלאָגיע מתּמוֹל שלשוֹם. די פּריאָריטעט אירע איז צו פאַרזיכערן דעם קיום המין כּדי שלא תּמוש התּוֹרה — זי באַניצט זיך מיט סיי וועלכן מעכאַניזם וואָס קען העלפן דערגרייכן דעם ציל און דערפילן דעם כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ אינעם ראַפינירטן זין.
דער עטאָס פון קאַווע־שטיבל פאַרקערפּערט זיך אין נייע גופים טאַקע ווייל ער לעבט. ער לעבט און שפּרודלט אין דער השפּעה וואָס ער בלאָזט אַריין אין אַנדערע פאָרמען, פאָרומס, און פּלאַטפאָרמעס. "קרעמל" גופא איז א ראיה אַז די נשמה פון קאַווע־שטיבל לעבט — וְלָא בְּעָלְמָא דְּאָתֵי באַדייט קרעמל, וואַטסעפּ, טעלעגראַם, עקס, פעיסבוק, דוֹר־זעט, דוֹר־אַלפאַ, וכו', וכו'. די לעבנס־פעאיגקייט פון קאַווע־שטיבל שיילט זיך אַרויס דווקא אין דער מעגליכקייט און הצלחה זיך צו אַדאַפּטירן ווען די צייט הייבט אָן פאַרלאַנגען מער בייגעוודיגע און האַפטיגע מאָדאַליטעטן.
אמת, ס'רוֹב פון המוֹן פאַרמאָגט לכאוֹרה א קנאַפּן אינטערעס אין דאָזיגן סאָפטווער — גוט מאָרגן אַמעריקע! ס'רוֹב פון המוֹן — אידן, גוים, אָדער נאָן־ביינערי — באַשטייט פון א סטאַדע יוֹשבי־קרנוֹת וואָס שעפּט לוסט־און־לעבן פון פּאַשען די טוכי בָּאָחוּ; ס'רוֹב פון המוֹן פאָכעט ס'וויידל מיט א דערווידער צו אינטעליגענץ העכער רום־טעמפּעראַטור. כ'מיין, מה פּתאוֹם? מ'דאַרף עפּעס פריש איבערדרעשן דעם היעראַרכישן פּיראַמיד פון כּל־דבר־שיש־בוֹ־רוח־חיים? יאָ, אָנוּ רָצִים לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא, וְהֵם רָצִים לִבְאֵר שָׁחַת.
די מסלתּה ומשמנה אין געזעלשאַפט וועלכע האָבן יאָ געטראָטן אויפן דאָזיגן באָדן בעפאָר, דען שפּירן זיי זיך אַזוי באַדראָט פון קאַווע־שטיבל'ס שליסונג? אַזוי צי אַזוי זענען זיי לכאוֹרה ווייטער נהנה מזיו קאַווע־שטיבל וואָס מאַנפעסטירט זיך שוין היינט אין די פילע אָפּצווייגלעך בצלמוֹ ובדמותוֹ.
"איי די אַלע אַלטע אשכּוֹלוֹת?" איי שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה! כּל זמן וואָס מ'באַגראָבט נישט דעם טויטן קערפּער, פאַרוואָס אפילו א באַדרענגעניש? שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם און האַלדזט אַרום א נייע פּאַראַדיגמע: "די קאַווע־שטיבל ענציקלאָפּעדיע" — עֵץ חַיִּים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה.
זְכוֹר אַהֲבַת קְדוּמִים [/size][/b]
— כ'האָב געמיינט אַז איר זענט נישט מספּיד קאַווע־שטיבל?
כ'בין טאַקע נישט מספּיד קאַווע־שטיבל. כ'וויל פאָרט זאָגן א וואָרט איבערן "וועקער" וועלכער האָט אַרויסגעשפּראָצט דירעקט פון קאַווע־שטיבל. קשה מיתת צדיקים כּיוֹם שבירת הלוּחוֹת; זיין אונטערגאַנג וואַרפט אַזש אַריין ספיקוֹת אין דער גילטיגקייט פון גזירה על המת שישתּכּח מן הלב.
דער "וועקער" איז געווען אַן אַנדער מעדיום אין וועלכן די קאַווע־שטיבל נשמה האָט זיך פאַרקערפּערט — אַן עָלְמָא דְּאָתֵי מיט אַבנאָרמאַלע פּאָטענציאַלן. דער "וועקער־גלגול" האָט פּראָבירט צו נעמען די קאַווע־שטיבל נשמה צו א גאָר הויכן היכל; ער האָט זיך אַרויסגעשיילט צו זיין געקנאָטן פון א דעליקאַטער מיירע צו סאָפיסטיקירט צו קענען רעפּראָדוצירן מיט דערפאָלג. ער האָט דערפאַר ליידער אויסגעצאַנקעוועט. כּלל־ישׂראל, ווי חסידישע ספרים באַצייכנען דעם פענאָמען, איז נאָך פּשוט נישט גרייט געווען פאַר אַזאַ דערהויבענער מדרגה — "אַן עוואָלוציאָנערער קול־דע־סאַק," ווי ספרים וועלכע זענען א טראָפּקעלע ווייניגער חסידיש באַצייכנען דעם פענאָמען.
לאָמיך טאַקע פאַראייביגן אינערהאַלב די "קאַווע־שטיבל אַרכיוון" א הכּרת־הטוֹב פאַרן נאָבעלן רעדאַקטאָר פון "וועקער" וועלכער האָט מיט יאָרן צוריק געבעטן ביי מיר סחוֹרה וואָס כ'האָב אפילו נישט געוואוסט אַז איך פאַרמאָג. מ'האָט זיך איזדיעקעוועט אויף א פּראָסטן שטעקן — וַיֹּצֵא פֶרַח, וַיָּצֵץ צִיץ, וַיִּגְמֹל שְׁקֵדִים.
כ'קען מעיד זיין אַז דער רעדאַקטאָר פון "וועקער" איז א בריליאַנט מיט א פּיאָנירישער נשמה און פּערלדיגע אידעאַלן; א גאָלדן האַרץ וואָס שלאָגט א רעכטפאַרטיג פייער צווישן אייזערנע פּלייצעס און שטאָלענע ביצים. אַן אַמביציעזער חכם ונבוֹן, א פּאָלימאַטישער סיני ועוֹקר־הרים וועלכער האָט מיט אַן אומפאַרמאַטערליכער געטריישאַפט און האָרעוואַניע געווידמעט א לעבן צו זייען, פלאַנצן, קולטיווירן, שניידן, זאַמלען, און פאַרשפּרייטן אוֹצרוֹת פון סאַמע העכסטן קאַליבער. הוֹד וְהָדָר פָּעֳלוֹ, וְצִדְקָתוֹ, צי ער איז ממשיך אָדער נישט, עֹמֶדֶת לָעַד — וְהַמַשְׂכִּלִים יַזְהִרוּ כְּזֹהַר הָרָקִיעַ וּמַצְדִיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד.
העלפאַנד אין קָדְשֵׁי־קָדָשִׁים[/b]
— וואו גייט יוֹאב פון דאָ? וואָס טוט זיך מיט יוֹנָה מָצְאָה'ן? וואָס איז פּשט פון מאָצל נֹחַ טויב'ן? לעבט מיילעך שיע איבער די קאַווע־שטיבל דראַמע? א מעסעזש פאַר די לייענער?
ר' איד, איזי, איזי. כאַפּט אייך דעם אָטעם.
— וואו גייט יוֹאב פון דאָ?
"איך לאָמיך פירן פונעם רבוש"ע," זאָגט שטענדיג מיין מאַמע זז"ג. איך בין כּהיוֹם נישט עפּעס מוֹרא'דיג אַקטיוו אויף פאָרומס, אָבער דאָס איז פּשוט ווייל קאַווע־שטיבל ליגט שוין ב"ה אין מיר סך מער ווי איך ליג אין קאַווע־שטיבל. איך שפּיר מיך נישט אַזוי היימלאָז. איך קען בלייבן סיי דאָ, און סיי אויף "קרעמל." כ'האָב שוין גראַדע געעפנט דאָרט א ניק — כ'מוז זאָגן, מיין ערשטער איינדרוק איבער "קרעמל" איז דווקא א פּאָזיטיווער.
— וואָס טוט זיך מיט יוֹנָה מָצְאָה'ן?
יוֹנָה מָצְאָה לעבט און שטויסט. ער איז ווייטער פאַרנומען מיט זיין פאָרמעל ווערק: "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב." דער זכר טריפּט אויפן גרינעם — מ'קען צו אים נישט רעדן איבער סיי וואָס אַנדערש.
— פּשט פון מאָצל נֹחַ טויב'ן?
אַבָּא מָרִי, וועלכער טריצט נאָך אַביסל, ענטפערט מיט א ציטאַט פון דאָזיגער משנה: "אין בין יוֹנָה מָצְאָה למאָצל נֹחַ טויב, אלא שזה זדוֹנוֹ בידי אדם, וזה זדוֹנוֹ בכּרת." נאָר רַפְרָם, מיט וועמען כ'האָב דורכאויס די יאָרן אַנטוויקלט א בעסער רילעשאָנשיפּ, ציטירט עפּעס אַנדערש: "אין בין יוֹנָה מָצְאָה למאָצל נֹחַ טויב אלא שבמאָצל נֹחַ אוֹכלים קדשים קלים." יוֹנָה מָצְאָה טריפּט טאַקע אויפן גרינעם, נאָר וואָס פּינקטליך דאַרפן אַנדערע שעפערישע פּראָיעקטן זיינע טון, וואַרטן ביז דער גרינער הערט אויף גרינען?
די שאלה איז אינגאַנצן נישט היפּאָטעטיש. "הָא לַחְמָא עַנְיָא," א צעפאָכעטער פּאָעטישער פעליעטאָן, האָט פאַרלאָפענעם ערב־פּסח אָנגעהויבן רודעווען אינערהאַלב זיינע מוֹח־קעמערלעך. ס'ווילד בינטל חרוזים האָט זיך געוואָלט אַרויסשלאָגן אויף א שֶׁהֶחֱיָנוּ צו "מייסטערוועק," נאָר דער גרינער יוֹנָה איז ווייטער געקומען בטרוניא עם בריותיו. צאָללאָזע דרעפטן זיינע ליידן טאַקע און שווייגן. "הָא לַחְמָא עַנְיָא" האָט אָבער אַראָפּגעשטעלט א פוס און געזאָזט: (ביטע רעדט איידל, מנהל). וְיָצָא מאָצל נֹחַ טויב מִגֵּזַע יוֹנָה מָצְאָה.
"טאַטי," האָט מאָצל געזאָגט יוֹנָה'ן מיט דרך־ארץ, "דו בלייב דיך ביים גרינעם, און לאָמיך מסדר זיין אַלץ אַנדערש — אַלס אַזאַ סאָקער פאַר אידיש מעגסטו אויך אַביסל פאַראידישן דיין נאָמען."
קיין סך ווייסט נאָך קיינער נישט איבער דעם מאָצל נֹחַ'ן. זיינע מגידי שיעור רעדן זיך גראַדע נישט אָפּ צופיל. ווייסטאָך, א שטיקל אויבער־חכם, דער עפּל פאַלט פאָרט נישט ווייט פון בוים. ער שטייגט אָבער ב"ה, סאָו־פאַר סאָו־גוד. דערווייל האָט ער פּובליקירט בלויז דעם אויבנדערמאַנטן "הָא לַחְמָא עַנְיָא" — "מעולהדיק ליד," האָט אויף "עקס" געגעבן זיין הסכּמה שלוֹם בערגער, דער אידישער דאָקטער, דענקער, און פּאָעט.
— לעבט מיילעך שיע איבער די קאַווע־שטיבל דראַמע?
די "מעינסטרים־מידיע" דאַרף אויפהערן מיט דער גאַזלייטירונג. כ'מיין, וואָס איז אפילו די שאלה? מה ענין "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב" אצל קאַווע־שטיבל דראַמע? די דערציילונג איז גענצליך אומאָפּהענגיג, כאָטש וואָס זי טרעפט א וואַרעמע היים בלויז אין שוֹפרוֹת און אָרגאַנען פונעם אָרטאָדאָקסישן אידנטום וועלכע פאַרמאָגן א הויכן ניוואָ. וכּשזה נוֹפל זה קם. "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב" האָט זיך אַריבערגעקליבן פון "וועקער" אויף "מייסטערוועק."
"נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב," דער דריטער קאַפּיטל, איז אַרויס צו דער שיין פון וועלט שוין צוריק אויף שביעי־של־פּסח צו ביזת־הים — "צינוֹרוֹת און קניידלעך," דער פערטער קאַפּיטל, קומט אי"ה אַריין א ליאַדע מינוט.
— א ליאַדע מינוט אויף וועמענס זייגער?
לאָמיך קוֹדם קלאָרשטעלן אַז כ'בין בלויז א ביישטייערער צו "מייסטערווערק." כ'בין נאָרמאַל אינגאַנצן נישט באַקאַנט מיט פּרטים פון הינטער די קוליסן. היוֹת אָבער כ'האָב געוואָלט אַדרעסירן די פּרעסע צוגעגרייט, האָב איך ממש פריער אָנגעפרעגט, און כ'קען זאָגן אויף אַזויפיל:
"מייסטערוועק" גייט ווייטער אָן ב"ה. א פריש שטיקל האָט זיך געזאָלט אַרויסשלאָגן גאָר צום הייסן זייפיגן שויער פון נַחֲמוּ־נַחֲמוּ — ממש היינט. מיליטערישע עקספּערטן האָבן אָבער גע'עצה'ט בעסער אָנצוגרייטן די קאַנאָנען צו דער זריחה פונעם נייעם יאָר הבעל"ט; א חוֹדש אַרומגענומען מיט פילע מצווֹת, לאַנגע דאַוונען, טאַטע, שוויגער, סעודוֹת, און טעג אין וועלכע אידן קלאַמערן זיך צום פּאַפּיר מיט מער קאָנצענטראַציע ווי איידער אַבי אָפּכיפּערן צוויי שורוֹת אויף דיגיטאַלישע מכשירים. שפּעקולאַציעס צירקולירן גאָר איבער א טאָפּלט "מייסטערוועק" — איינס אויף ראש־השנה און אַן אַנדער אויף סוּכּוֹת.
"דער גרינער יֵצֶר־טוֹב" פאַרמאָגט אין די אַרסענאַלן א שפּאָר ביסל פרישע ראַקעטן שוין אויסגעשטאַט מיט נוקלעאַרע שפּיצן און אינטערקאָנטינענטאַלע מעגליכקייטן. אַלץ וואַרט בלויז אויף א באַפעל אַריינצושפּרינגען אין די הויכע ספערן — "צינוֹרוֹת און קניידלעך" קומט אי"ה אַריין באַליסטיש צום וְלֹא־לְזָנָב, און אויב א הונגעריגער עוֹלם וועט צייגן אַן אַפּעטיט, וועט "פרידריך," דער פינפטער קאַפּיטל, אפשר אַריינקומען צום ראשוֹן־לחשבוֹן־עווֹנוֹת.
— א מעסעזש פאַר די לייענער?
מִי שֶׁעָנָה לְיוֹנָה מָצְאָה, מאָצל נֹחַ, יוֹאָב, רוּחַ־קָדִים, אַנדערע שמוֹת־נרדפים וואָס כ'געדענק שוין אַליין נישט, וְכָל הַצַדִיקִים וְהַחֲסִידִים וְהַתְּמִימִים וְהַיְּשָׁרִים, הוּא יַעֲנֵנוּ בְּיוֹם קָרְאֵנוּ.
— כ'טו פּשוט מיין דזשאַב אַלס א זשורנאַליסט, וְאַל יִחַר אַפְּךָ: מ'דאַרף דען גיין אין מקווה אויך אויף מספּיד זיין?
כ'האָב שוין געזאָגט פריער און כ'וועל פּראָקלאַמירן נאָכאַמאָל: איך בין אויסדריקליך נישט מספּיד קאַווע־שטיבל.
אַחֲרוֹן חָבִיב[/b]
— כ'ווייס אַז איר זענט נישט מספּיד, און כ'רעספּעקטיר אייערע פּרעראָגאַטיוון. די נאַסע אויגן אייערע פינקלען אַרום מיט א טיפער נאָסטאַלגיע, אפשר שאָקלט איר אַריין די סענטימענטן אין א קליין פּעקל ווערטער?
קאַווע־שטיבל האָט געשפּילט אַן אינטעגראַלע ראָלע אין כּמעט יעדן הינזיכט פון מיין לעבן; קאַווע־שטיבל האָט פאַרווירקליכט דעם בְּהִתְהַלֶּכְךָ תַּנְחֶה אֹתָךְ, בְּשָׁכְבְּךָ תִּשְׁמֹר עָלֶיךָ, וַהֲקִיצוֹתָ הִיא תְשִׂיחֶךָ. קאַווע־שטיבל פאַרנעמט א פּראָמינענט אָרט אין מיין האַרץ; קאַווע־שטיבל וועט אויף שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין מיין אידענטיטעט. כ'האָב קוֹנה געווען דאָ א געוואַלד, פּי כמה אין פאַרגלייך צו מיינע ביישטייערונגען. ואלמלא קאַווע־שטיבל …
א זיסער, לויטערער קוואַל אין מיין האַרץ וואַשט אַרויס פון זיך די זאַלציגע טראָפּעלעך וועלכע פאַרנעפּלען מיינע אויגן. כ'זאָג אָפּ א קדיש נאָך מיין באַליבט שטיבל. ס'שטיקט מיך א געדיכט קנויל אין האַלדז. כ'ווייס אָבער אַז איך בין נישט קיין יתוֹם — כ'זאָג דעם קדיש־הגדוֹל אויף א סיום־מסכת.
איי לאָוו יו קאַווע־שטיבל ❤️ לָא נִתֽנַשֵׁי מִינָךְ, קאַווע־שטיבל, וְלֹא תִּתֽנַשִׁי מִנָן — לָא בְּעָלְמָא הָדֵין וְלָא בְּעָלְמָא דְּאָתֵי.
יוֹנָה מָצְאָה, מאָצל נֹחַ, און די גאַנצע יוֹאב־משפּחה.