ס'טוהט מיר וויי די הארץ אז ליידער ליידער האלט מען ביי אזא צישטאנד אז קאווע שטיבעל גייט אינטער א שלאס, און אלעס וועגן די "איגאו" פון אפאר משוגעים וואס האבן אנגערייצט א אויפשטאנד קעגן די הנהלה. איך קום פון "דארט", איך האב מיטגעהאלטען די שמועסערייען און די העצעס קעגן די מנהל, און איך קען ענק זאגן אז מ'האנדלעט פון אומאחריות'דיגע מענטשן וואס מ'קען זיי מיט גארנישט טראסטען וואס ברענגען אונטער א גוטע זאך וואס ארבייט, און פאנגען נאך אמאל אהן פון א'.
איך בין אינוואלווט אין זייערע פלענער נאך פון חדשים צוריק. איך וויל אויך אז קאווע שטיבעל זאל בעסער בליען און פאר מיך איז אויך קלאר געוועהן אז מ'דארף פרישע כוחות ווייל די מנהל האט שוין נישט די כח און געדולד אנצוגיין.
אבער אנשטאטס זיי זאלן זיין גרייט צו טוהן עפעס פראקטיש האבן זיי אנגעהויבן א רשעות'דיגע קאמפעין וואס האט ליטערילי נישט קיין שמץ אמת, און איז אנגעהעצט דורך טראבעל מעיקער'ס ווי שפינאזא וכו' וואס קאווע שטיבעל האט זיך געמיטשעט מיט זיי פאר יארן לאנג.
איך האב נישט געטראפן אפילו איין נארמאלע שרייבער וואס האט נישט געשריבן קיין כפירה, העצערייען אדער ניבול פה וואס האט געקענט זאגן אז די מנהל האט אים אליין אמאהל געטוהן א עוולה. דאס האט צו מיר מודה געוועהן אפילו די פירער פון קרעמעל
@לייביששרייבער אליין.
זיי שרייען אז מ'האט אוועקגענומען אשכולות, אין די צייט וואס די מנהל זאגט אז יעדע אשכול וואס מ'האט אוועקגענומען איז עס געווארן געטוהן וועגן די בקשה פון די שרייבער פון די אשכול. ווען מ'האט זיי געבעטן צו ווייזן א אשכול וואס איז נישט אזוי, האבן זיי
געוויזן איין כפירה אשכול פון רביה"ק (!!) וואס גראדע האט עס גאר זייער מיטארבייטער
@שמעקעדיג באהאלטען!!
כ'האב געליינט די
מנהל'ס אשכול דריי מאל, איך האב געפרעגט די קרעמעל חברה אויב איין ווארט דארטען איז נישט אמת. זיי האבן מיר נישט געקענט ווייזן קיין איין ווארט.
איך האב מיך געכאפט ווער זיי זענען ווען זיי האבן אפיציעל צווישן זיך דיסקאסט א פלאן צו געוואר ווערן ווער די מנהל איז, און אים סטראשענען אז אויב ער געט זיי נישט איבער קאווע שטיבעל וועלן זיי מפרסם זיין זיין אידענטיטי. דא האב איך מיך געכאפט אז מ'האנדעלט מיט משוגעים און טעראריסטען!
אפילו פאליסיס וואס זיי האבן נישט ליב געהאט האבן זיי געהאט די ברירה צו איבערנעמען קאווע שטיבעל און מאכן זייערע אייגענע פאליסיס!! אזוי ווי די
מנהל האט געשריבען פאר שמעקעדיג
ווי כ'האב געשריבן ווערט שוין ק"ש געפירט 12 יאר דורך זייער א טייט גרופע אידן וואס קענען זיך זייער זייער גוט, וואס היטן אויף זייער אייגענע סעקיוריטי און די סעקיוריטי פון יעדעם וואס שרייבט זיך איין. נישט אומזינסט איז נאך קיינמאל נישט געשעהן אז אינפארמאציע וועגן סיי וועם זאל ליקן פון די הנהלה. מיר פירן זייער א tight ship.
פאר דעם צוועק האבן מיר א "פארבארגענע פארום" ווי מיר קענען אפען רעדן צווישן זיך, און ווי איבער די יארן האט מען געלייגט תגובות מיט אשכולות מיט קריטישע גילוי אישוס. ס'איז דאך פשוט אז מיר קענען נישט אוועקגעבן צוטריט צו דעם פארום צו סיי וועם און אוודאי נישט צו אנאנימע מענטשן.
די זעלבע איז דא די בעקענד פונעם סייט, וואס דארט איז דא אקאונט אינפארמעישען, היסטארי פון פעימענטס, און אונערשיפ, קרעדיט קארד אינפארמעישאן, וכו', וכו', וואס פארשטייט זיך אז קיינער גייט נישט באקומען צוטריט דערצו.
ממילא, אויב וויל מען איבערנעמען דעם סייט, קען עס נישט זיין מיט צוטריט צו א-ל-ע-ס. און באמת פארשטיי איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס צוטריט צו אלעס. די עיקר איז דאך אז עטץ זענטס נישט צופרידן מיט מיינע פאליסיס, און עטץ ווילטס מאכן אייגענע. נו, בכבוד גדול, אויב ענק זענען גרייט צו טראגן די טאג טעגליכע דאגות פון אננעמען מעמבערס, קעיר נעמען פון באריכטן, מעקן, און פירן אשכולות, געבן ווארענונגען, זעהן אז ס'זאל זיין עפעס פרישע סחורה אויב ס'איז שטיל, וכו' וכו', געב איך ענק גערן איבער די רעכט צו מאכן די פאליסיס פון ק"ש כאדם העושה בתוך שלו.
אבער ניין, זיי האבן געמוזט דווקא ownen די סייט און קענען זעהן יעדעמס פרייוועט אינפארמעישאן. פארוואס??
וועגן פשוט'ע פארשטינקענע "איגאו" האבן זיי געמיזט עפענען א נייע סייט מיט מאדנע פארדרייטע סאפטוועיר, און איבערלאזן א האלבע מיליאן תגובות פון טויזענטער אידן איבער 12 יאהר אין א פארשפארטע סייט!!
און די גרעסטע חוזק איז אז זיי האבן טענות אז קאווע שטיבעל האט מער נישט די עפפ און איז נישט אפען פאר די פאבליק, און זיי האבן געעפענט א פארדרייטע וועבסייט וואס איז נישט באטאמט פאר איינער וואס איז צוגעוואוינט צו קאווע שטיבעל, ווי זיי לאזן כפירה און ניבול פה, און זיי זענען פארשפארט פאר די ציבור, און אפילו יעצט עפענען זיי נישט אויף פאר אלע קאווע שטיבעל שרייבערס וואס האבן פארלוירן זייער היים….
מ'דארף קאווע שטיבעל צוריק!!