מיין לעצטע וואונטש: הבל וריק!
אפתח פי במשל: עס איז געווען אמאל א פייגל וואס איז געווען פארפרוירן קאלט און איז כמעט אויסגעגאנגען פאר קעלט, נישט האבנדיג וויאזוי זיך צו שיצן.
אזוי אינמיטן שפירן הילפסלאז הערט די פייגל א גערידער, אזוי קוקנדיג זעהט זי א קוה קומט צו שפאצירן. א גרויסן פעטן קוה שפארצירט זיך געמיטלעך ניטאמאל פילנדיג די קעלט אונטער די גראבע פלייש. נישט מער און נישט ווייניגער, ווען די קוה איז אריבער העכער די פייגל'ס קאפ האט עס אראנגעלאזט א דאונלאוד אויפן פייגל ארויף.
זייענדיג צוגעדעקט מיט די געדעכטע סחורה, האט זיך די פייגל אנגעווארעמט און צוריקגעקומען צו זיך. פון גרויסע שמחה אז זי איז צוריק ביים לעבן האט זיך די פייגל צוזינגען א לידל.
זינגענדיג אזוי, גײַט אדורך א גאר הונגערינגען פוקס זיכענדיג עפעס צו עסן. פלוצלינג הערט די פוקס אז עפעס זינגט אונטער דעם בינטל קוהן אפפאל. איז ער צוגעגאנגען, אפגעווישט דעם פייגל און געהאט א פיינעם מאלצייט.
האבן צדיקים ארויסגענומען דריי מוסר השכל'ס פון די מעשה:
1. נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט שלעכטס.
2. נישט יעדער וואס נעמט דיר ארויס פון די קאקעראציע מיינט גוטס.
3. ווען מ'איז באקאקט זינגט מען נישט!!
מורי ורבותי, אונז זעמיר באקאקט! איך האב נאכנישט געטראפן א בעסערע ווארט אין אידיש, ענגליש אדער העברעאיש וואס זאל ארויסברענגען אונזער יעצטיגען מצב.
און מתוך רוב קאקעראציע, נעם איך די מיה און איך זינג יא! א גרויסן יישר כח פאר אלע אידן וואס האבן געהאט א חלק אין עפענען, שטיצן, זיך פארענען און פינאנצירן די מקום קדוש! אשריכם!
איך וויל נאר מסיים זיין מיט א פערזענליכע בקשה צו האי גברא רבא, @הבל וריק. זיי מקיים דיין יערליכע חזקה פאר די זוממער און געב אונז אן ארטיקל צו מסיים זיין די תקופה.
לייק איף יא עגרי.