הדרן עלך "קאווע שטיבל" ודעתך עלן
נאכן הערן דעם שווערן נייעס
האבן מיר געזעהן געזעגענונג חרוזים פון ידידינו @כרם זית
און איך וועל שרייבען מיינע געפילן אויף אידיש
ואין בית מדרש בלי חידוש
ווי לעכטיג ביסטו הייליגע קאווע שטיבל
לא נס לחה ועלהו לא יבול
די אלע יארן כולם שווין לטובה
במשך 12 שנות השובע
מגלה געווען טפחיים
פון אמת’ע אידישקייט ללמוד ולקיים
אידן טייערע לעיבט נישט אין שטחיות
אידישקייט האט א העכערע באדייט א אנדערע מציאות
לאו דווקא אדער דווקא לאו וואס די מנהיגים טוהען עס אראפלייגען
וואס א פארדרייטע תורה זיי האבן געטוהן ערצייגען
זכור ימות עולם בינו שנות דור
די היסטאריע דעם אמאליגען אור
וואס איז אמאל געווען באמת ריכטיג
וואס איז ביים רבש"ע באמת וויכטיג
טיעפע מחשבות
"דער וועקער" לעורר לבבות
ארטיקלען צאם צוקישען
די אלע הייליגע שרייבערס אייביג מיט א געדאנק א פרישען
הדרן עלך "קאווע שטיבל" ודעתך עלן
א בחינה פון די ברכה פון "מן"
אלע טעמים וכרכא דכולא ביה
קיינמאל נישט געזאגט והמלאכה די
וויפיל מאל מען האט זיך ארומגעדרייט מיט א געפיל א שווערן
אבער מען האט געוואוסט אז אין קאווע שטיבל וועט מען דיר אויסהערן
צו ס’איז א אמונה פראגע
אדער א אנדערע דאגה
ועל כולם א פלאץ ווי מען קען זיך אויפלופטערן אזוי גוט
יעדער מעג רעדן וואס ס’שמעקט איהם אויף די מינוט
מען איז קיינעם נישט בודק די ציצית אדער זיין לבוש
אלע מיני דעות און מענטשן ביים זעלבען טיש
ווער רעדט נאך ארטיקלען פון "מאחורי" פון דעם אנדערע זייט מחיצה
און וויפיל שמייכלען האט מען ארויף געברענגט בגילה ודיצה
אני מאמין באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה
דער אייבערשטער וועט ווייטער העלפן אזוי ווי בעבר ובהווה
יופי לך קאווע שטיבל ויופי לכם המנהלים והשרייבער’ס החשובים
צום ווידער-זעהן חבריי החביבים
הכותב וחותם
ידידכם הק’ שמחהלע קאפשטיק
פה בית קפה