Re: ק"ש פארשפארט פון מיטוואך נאכט ביז זונטאג נאכמיטאג
בריך מתייך לשלם
וואלווי #וואלווי: איך געב דיר א לייק פאר דעם וואס דו האסט געזאגט. כאטש איך האב עס נישט געקענט ליינען..
berlbalaguleh #קרעמל נעמט נאכנישט אן קיין מעמבערס...ראדני #משל למהד"ד: (משל למה הדבר דומה. פאר אסטראלאג. אוי. ס'איז נישט געפינטלט. סארי.). צו א מענטש וואס האט א גראסערי (אין די היינטיגע שפראך סופערמארקעט). און ער פארטרייבט אלע קאסטומערס. ער קריעגט זיך מיט זיי און יאגט זיי ארויס פון סטאר. נאכדעם ווינדערט ער זיך פארוואס זיין סטאר איז ליידיג. דערעוילעם האט איהם איבערגעלאזט . כאטש מיט גרויס צער. און מ'איז אריבער געגאנגען אין די שכינות'ידגע סטאר וואו דער בעה"ב איז א פריינטליכער און צוגעלאזענער געשמאקער מענטש.חברה, דער מנהל איז פשוט דא צי הרגנ׳ן ק״ש, פארוואס ער טוט עס נישט פלוצלינג ווייס איך נישט, ס׳קען זיין אז ער האט מורא פון די אומאקטיווע מייסידים, מילא ברענגט ער א שטייטע און פיינפולע טויט ,ער געט נישט קיין אקסיגען, געט נישט קיין עסן, שניידט עם אפ די הענט און פיס, אזוי זאל עס אלייינס שטארבען, און מען קען עם נישט באשולדיגען.
קאווע שטיעבעל טייערע געדענקט מיר האבן דיר געליבט, וויפיל שעות האב איך פארברענגט מיט דיר, געוויינט, געלאכט, געווארען אינספירירט, טיפע אשכולות, פיינע גאססיפ, ברייטעקעפיגע שמועסן, און די געשמאקע זיידע הידוע, די היצקעפ און די גלייכגעוויכטיגע קעפ, די ערנסטע חקרנים און די צינישע ליצים, מיר וועלן זיך בענקען נאך אייך.
אבער ובא השמש ס׳איז געקומען די צייט זיך צי שיידען, נישט בייchoice אבער כך גזר חכמת המנהל יתברך, אבער ובא השמש א נייע זון האט אויפגעשיינט מיטן נאמען קרעמל, העלן מיר זיך מיען אין קרעמל, צוזאמען חדש ימינו כקדם.
https://kraimel.community.forum/