☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » רויזן תחת אוזן

רויזן תחת אוזן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17150

תוהו ובוהו » מאנטאג יולי 15, 2024 12:41 am

· #568056
רויזן תחת אוזן
אויפ'ן גאס, מיט האס, און כעס, אן א גבול,
פונעם דאך, אויפ'ן וואך, מיט זיין פאך, אויספירן זיין וויל.

געלאפן, מיט וואפן, געטראפן, כמעט אין ציל,
דעם אלטן, אפהאלטן, פון ערהאלטן, ווידער דעם שטול.

א געלעכטער, א געדעכטער, דער שלעכטער, פארוואונדעט מילד,
אין פאקט, דער אקט, אים געקנאקט, אן איקאניש בילד.

אפגעשמיסן, ווען ער זאל וויסן, בלויז צעריסן, זיין אויער,
אפגעקרענקט, אפגעשווענקט, אים נאר געברענגט, נענטער צום טויער.

דיינע דיעות, מיט חיות, שריי עס, אבער דאס געשעט
פון פרובירן, קאנטראלירן, די קאלירן, פון רעאליטעט.

שטולענע אייער » מאנטאג יולי 15, 2024 10:47 pm

· #568137
Re: רויזן תחת אוזן
הערליכע געדאנק ארטיסטיש אראפגעלייגט! עס לאזט זיך טראכטן טאקע אויב דער שלימיאל האט באמערקט זיין דורכפאל איידער די קוילן האט אים אליינס באטראפן…

די קעפל פארשטיי איך נישט, נאר זאגטס נישט אויס פאר קיינעם